1. אודאי איז עס א טעות, דער בבואו מאדום האט דאך נאך זיכער דער ייטב לב געזינגען אויף בבואו מאדום, דאס איז דאך דא בכתובים פון די שמועסן ביים רבין זי"ע, און עס קען גאר זיין אז דער רבי ר' הירש האט עס נאך געזינגען אויף בבואו מאדום, ווארום זיין רבי דער ראפשיצער רב האט דאך עס געזינגען בימי אלול אויף בבואו מאדום ער האט מסתמא זיך פארמישט מיטן אהבה רבה וואס איז שטארק יתכן אז דער רבי זי"ע האט עס ארויפגעלייגט אויף די ווערטער.
2. די שלום עליכם'ס פון ראפשיץ רעכנט ער אויס די 4 שלום עליכם'ס וואס יוסעלע מאנדלבוים ע"ה זינגט, ער ברענגט בטעות דעם ראפשיצע פייט ניגון אלץ די צווייטע ניגון ווען אין אמת'ן איז עס דער ניגון וואס ער האט נארוואס ארומגערעדט, וואס ירמיה זינגט מיט א פערטן פאל
3. מונקאטשע שלום עליכם איז נישט פון די 4 ניגונים וואס ר' יוסעלע זינגט און איז נישט געווען קיין שלום עליכם אין באבוב ביים קדושת ציון, עס איז לאו דוקא במקור אויף שלום עליכם פון צאנז נאר פון שינאווא
4. די סיגוטע שלום עליכם מאכט ער א פשוט'ע טעות, מען זינגט עס נישט היינט ביי מהר"א אויף מזמור לדוד, מען האט עס געזינגען אין סיגוט אינדערהיים און אזוי אויכט דאהי ביים ברך משה אויף מזמור לדוד ביי של"ס.
5. דער ניגון וואס לויפט אביסל ענליך צו דעם ניגון, איז למיטב ידיעתי נישטא אין קיין נאטען פון ר' אביש מאיר בראנדסדארפער
איבער די מלך אביר פון שומר אמונים, די אופן ווי ער ברענגט עס מיט די קאפעליע איז אפשר פאר די ביכער, במציאות זינגט מען עס אסאך ווארעמער א העכערע טאן וכו'.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
פארגעניגון ה' בא פ״ד "פארגעניגון מיט עתיקין" פרשת בא תשפ"ד. אשת חיל ניגון מיוחס להרה"ק רבי מנחם מנדל מרימינוב זיע"א. - אשת חיל לעטרת ישועה. - א אלטער צאנזער ניגון געזינגען אויף וזכנו לקבל שבתות, אשת חיל, מלך שהשלום שלו. - א ספינקער-מעליצער ניגון אויף וזכנו לקבל שבתות, שטאמט אויך פון צאנז. - לעכוויטשער תשובה ניגון - אעופה אשכונה פון רבי יצחק אבוחצירה זיע"א - קרעמענטשוגער ליובאוויטשער ניגון, , און נאך אינטערסאנטע ידיעות און געשמאקע ניגונים. https://www.yiddish24.com/music/134/99106
ר' בנימין טייערער, ס'איז שוין קענטיג פארביי עטליכע און דרייסיג יאר, אבער די סקוליענער "ברוך השם" קאסעטע איז "ברוך השם אשר נתן מנוחה" און די קאסעטע וואס איר ברענגט הייסט טאקע "שירו לשם"דא איז די ניגון
אטעטשמענטס
עטיפה.jpg (159.37 KiB) געזען 525 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
פארגעניגון ה' תצוה פ״ד "פארגעניגון מיט עתיקין" פורים קטן - ערב שבת תצוה תשפ"ד. לכה דודי ניגון געזינגען ביים הייליגען חוזה זיע"א / שושנת יעקב פון דעם הייליגען בית אהרן זיע"א. - אינטערסאנטע שושנות יעקב ניגונים, אונטערסאנטע ניגוני ריקוד לכבוד פורים קטן. - - "ויבוא עמלק" א ברעסלאבער דביקות ניגון לכבוד פורים. און נאך פארשידענע ידיעות און ניגונים. https://www.yiddish24.com/music/134/101273
פארגעניגון ה' תצוה פ״ד "פארגעניגון מיט עתיקין" פורים קטן - ערב שבת תצוה תשפ"ד. לכה דודי ניגון געזינגען ביים הייליגען חוזה זיע"א / שושנת יעקב פון דעם הייליגען בית אהרן זיע"א. - אינטערסאנטע שושנות יעקב ניגונים, אונטערסאנטע ניגוני ריקוד לכבוד פורים קטן. - - "ויבוא עמלק" א ברעסלאבער דביקות ניגון לכבוד פורים. און נאך פארשידענע ידיעות און ניגונים. https://www.yiddish24.com/music/134/101273
הערליך. אויסגעהערט בנשימה אחת. רב נויפעלד פירט דעם שמועס ווי א קאפיטאן, רעדט נישט איבריג, און ברענגט סחורה איינס שענער ווי דעם צווייטן. (אינטערסאנט אז ער פרעגט פארוואס מען פירט נישט קיין טיש פורים קטן, בשעת זייער אסאך חצרות פירן יא) ישר כח רב נויפעלד מיט ר׳ וועלוועל. נישט געוויסט דער שושנת יעקב איז פין ר׳ עזריאל מאנדלבוים הי״ד טוב להודות ר׳ זושא שטימע מיך דערמאנט פון די אלף בית וועלט.. ווי קען מען שאפן די זילבערמאן סידי?