ביי דיפאלט, יעדע זאך אין וואס מען קען אריינמישן "לינקע, ליבעראלע, שמוציגע" איז מען מחיוב דאס צו טון. און איינמאל מען רעדט פון די לינקע ליבעראלע שמוציגע עי די על, צי סאראס, צי ביל געיטס, ר"ל, מאכן די פאקטן נישט אויס. די וועלכע שרייען "שמוציגע לינקע" זענען אויטאמאטיש גערעכט no ifs, buts or maybes.
ס'הייסט, מאסק האט געזאגט פונקטליך וואס ער פלאנט צו טון, ער האט דאס געטון, און פונקטליך וואס איך און אנדערע האבן געזאגט אז עס וועט געשען איז טאקע געשען. עס איז אפן און בולט פאר ווער עס איז אינטערעסירט דאס נאכצוקוקן. אנשטאט זיך פארענטפערן, אדער טוישן, ווארפט מען ארויף די גאנצע שולד אויף שמוציג לינקע, און שאכמאט, אלעס איז וואויל און פיין און ריין און יעדע פראבלעם פאלט אויף די קאנטע פון די שמוציג לינקע.
רוב מענטשן קענען נישט באזוכן טוויטער און האבן נישט קיין אנונג וויאזוי דאס קוקט אויס היינטצוטאגס, אדער וויאזוי עס האט אויסגעזען צוויי יאר צוריק אדער אין 2016, אבער וועלן העפטיג מיטהאלטן די שמועס, שיסן פאקטן און זאגן דעות.
לייג צו קאפ, אוקריינא איז געווען אנגעלייגט מיט נעא נאציס, איז געקומען פוטין און געזאגט עד כאן, ער גייט אינוואדירן אויסצוראטן די נעא נאציס, אוקריינא האט געשטעלט א שטארקע ווידערשטאנד צו באשיצן די נעא נאציס, זיי האבן אזש געוואלט דורכפירן א מאסיווע אטאקע אויף פוטינ'ס ים פלאטע ביי די שווארצע ים ברעגעס פון קרים, איז מאסק אריינגעשפרונגן אין אפגעשטעלט די סטארלינק סערוויס אינ'ם ראיאן וואס האט צושטערט אוקריינא'ס קאמיוניקאציע סיסטעם און די אטאקע איז געווארן אנולירט...
לעולם קען מען נישט כאפן קיין ווערטלעך אויב ווייסט מען נישט די א"ב פון די מעשה, כ'האב געפרעגט באמת ובתמים וואס איז די אויפדעקונג, אבער מער/ווייניגער פארשטיי איך פון דיינע ווערטער
איר בין אויף טוויטער נאך פון פאר אילאן'ס צייטן, און די איינציגסטע יחילוק וואס איך זעה אז ביז איהם האט גענימען אסאך לענגער פון ווען א טוויט איז געווארן ריפארטעט ביז עס איז געווארן אראפגענימען...
%100 און עס נישט נאר די צייט וואס עס האט גענומען עס איז אויך געווען צו זיי האבן געהאט אן אינטערעסע צו מעקן אמאל האב איך ריפארטעט א שרעקליכע אנטיסעמיטישע טוויט און איך ווייס אז נאך האבן אויך ריפארטעט בשעת טוויטער איז נאך געווען פארנומען צו מעקן יעדע זאך וואס האט נישט געשטימט מיט זייער אגענדע און אויב עס האט זיך אויסגעפעלט האבן זיי אפילו גענוצט אנטיסעמיטיזים אלס א תירוץ אפילו אויב עס איז נישט געווען עכט אנטיסעמיטיש אבער אויף דעם האבן זיי געשיקט א ריפליי אז זיי זעהן גארנישט ראנג דערמיט נאר שפעטער נאך פרעשור האבן זיי עס געמעקט עס איז געווען בשעתו דא אויף אייוועלט א פיקטשער פון די טוויט און די אפרעדיניש פון די עולם אז זיי האלטן עס נישט ביים מעקן