נאטיצן פאר א שמחה! *בן זכר*.

הילף בזמן שמחה

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
טיפיקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיפיקעל »

איש חמודות האט געשריבן:
גרינע בוים האט געשריבן: מיין טאטע האט אזוי געטוען און זיין טאטע וכו'....
אבער דוכט זיך אז נאך א טעם קענט איר טרעפן אין טעמי המנהגים אדער אין מנהג ישראל
#פון זכרון

דאס ווייס איך, און אזוי טוה איך אויך, און מ'טאר זיך נישט אוועקרירן פון דעם.

איך פרעג נאר צו ס'ווערט דערמאנט דאס ענין אין פריערדיגע ספרים


אני כשלעצמי בין איך אביסעל אינטערשטעליג אין אריין שרייבען, איך בין גראדע נייגעריג וועלכע ספר דער עולם ניצט, אבער לכאורה שטאמט דאס ווייל אמאל איז נישט געווען ווי צו האלטען וויכטיגע אינפארמעישאן, אין עס האט זיך זיכער געמאכט שאלות און ספיקות, אזוי ווי מיט נעמען זעט מען אויך אז עס האט געקענט פארגעסן ווערן די אידישע נאמען, בפרט ביי נשים האב איך אליין געקענט עלטערן משפחה מיטגלידער וואס מען האט זיך שטארק געמוטשעט לאחר פטירתם ווי אזוי צו שרייבען אויף די מציבה, ממילא איז געווען א גוטע עצה צו פארשרייבען אין א ספר למען ידעו דור אחרון

די זעלבע סיבה פארוואס מען האט בזמן הגמרא געליינט די תרומה צוזאמען מיט די ספרים, אלץ א מקום המשתמר
אוועטאר
דוקטור
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2008 7:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוקטור »

מיסטעריעז האט געשריבן: זייער א שיינע און נוצבארע אשכול.

.

להערה בעלמא, לעצטנס זעה איך אז מען שרייבט שלום "זכור", בפשטות א פשוטע טעות, זכור איז א לשון געדענקען, א מאנס-פערזאן איז "זכר". (וחשבתי פשט על הטעות, שנובע מהטעם השני שבטו"ז על סעודת שלום זכר, כניחום על שכחת התורה שלמד...)


עס איז אינטערסאנט צי אנמערקען אז לעצטע וואך (כי תצא) שטייט 2 מאל און רש"י "זכור" ווען די רעדע איז זכרים.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8914
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

עי' סנהדרין נ"ד ע"ב רש"י ד"ה חייב שתים, ותבין.
(אויך שטייט איינמאל זכוריהם, מפני שלשון רבים הוא)
אוועטאר
דער פאני מענטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 19, 2016 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער פאני מענטש »

א. לערנער האט געשריבן: פאלגנד האבן מיר אפגעשריבן א רייע וויכטיגע פונקטן וואס זענען נוגע נאכן געבורט פון א אינגל למז"ט, רוב זאכן זענען פשוטע זאכן אבער קענען פארט פארגעסן ווערן בעת'ן זיין א בעל שמחה, פארשטייט זיך אז מקען צולייגן צום ליסטע נאך און נאך, סא יעדן וואס פאלט ביי נאך עפעס קען עני טיים צולייגן, וזכות בידו.. (געשריבן נאך אן עקספיריענס וואס מיר האבן נארוואס דורכגעלעבט ב"ה).

--גלייך נאכן געבורט..

*אנרופן שווער/שוויגער, טאטע/מאמע, זיידע/באבע, געשוויסטער, בעה"ב דערציילן די מזל טוב. גוט צו זיין גרייט מיט די וואג פונעם קינד, פונקטליכע צייט ווען סאיז געבוירן, וויפיל טאג פונעם באשטימטן לכאן ולכאן, וכל המוסיף מוסיפין..

*זיכער מאכן זיך צו דרייען אין שטוב יעדע פאר מינוט זיכער מאכן אלעס איז בסדר.

--לכבוד שבת זכור..

*מסדר זיין פלאץ פארן זכור.

*אויב נויטיג, זיכער מאכן איינצוקויפן אלע ארטיקלען צום זכור שוין דאנערשטאג נאכט, נישט פארגעסן פונעם אור אלטן מנהג פון "זכור בונדלעך"..

*אנרופן לוח המודעות צו מעלדן די שמחה.

*אויב מעגליך, זיך אראפלייגן פרייטאג נאכמיטאג צו קענען אויפנעמען דעם עולם מיט א רואיגן און פרייליכן געמיט.

*נאכאמאל זיכער מאכן וועגן די פלאץ און עסן אז אלעס איז עצהיו"ט. גענוג ביר זאל ליגן אין פרידזש.

--פרייטאג צונאכטס..

*פרובירן צו דאווענען וואס פריער (נאכדערצו זומער).

*זיך צויאגן מיט די סעודה ווי ווייט מעגליך, צומאל כאפט מען זיך נישט און נאך שבת הערט מען צוריק פון מענטשן אז זיי זענען דארט געווען און קיינער איז נישט דארט געווען.

*ביים אנגרייטן דאס פלאץ נישט פארגעסן פון ביר/בונדלעך/טשיפס (די איבריגע אויך נישט פארגעסן אבער דאס איז די וויכטיגסטע).

*אויפנעמען יעדן איינעם שיין בסבר פנים יפות, נאכדערצו מענטשן וואס קומען פונדערווייטנס.

--אפאר טאג פארן וואכנאכט..

*אנגרייטן וואכנאכט פעקלעך.

*צוגרייטן א מוהל, זאל אויך קומען אפאר טאג פריער זיכער מאכן בנוגע די געלקייט.

*צוגרייטן א נאמען.

*אריינגיין צו א רבין איבערשמועסן דעם נאמען.

*צוגרייטן א פלאץ פאר די וואכנאכט/ברית/ברית סעודה.

*איינטיילן די כיבודים (קווארטיר, הבא אל הכסא, הבא מן הכסא, סנדק, מן הכסא, עמידה לברכות, ברכות).

*אויב גרייט מען אליינס אן די וואכנאכט, זיכער מאכן אלע עסנס וואס מדארף קויפן אין גראסערי שוין קויפן א נאכט פריער, באשטעלן קוגלען א.ד.ג., אריינלייגן ביר אין פרידזש.

*באשטעלן א פאיא פארן קינד פארן ברית.

*אריינלייגן עד וועגן וואכנאכט אין די דבר יום ביומו צעטלעך און אין די צעטלעך ווטס מהענגט אין שול

*אפשמועסן מיטן דזשאב בנוגע די שעות אינעם טאג פון וואכנאכט/ברית.

*זיכער מאכן מיט די חדר ווען זיי קומען (אין די פלעצער ווי מפירט זיך אז די חדר קומט ליינען קרי"ש אינעם טאג פונעם וואכנאכט).

*אנגרייטן לקח און ברוינפן פאר נאך די ברית.

*זיכער מאכן וועגן מנין פאר די ברית סעודה.

--וואכנאכט..

*אנגרייטן אלעס זאל זיין גרייט לערך א האלבע שעה פאר מעריב.

*אנגרייטן דאס קינד אין א בעטל.

*אנגרייטן אין זאל די פעקלעך.

*געבן טיפס פאר די דיינים.

*אויפנעמען שיין דעם עולם.

--טאג פונעם ברית..

*אן ענין צו צינדן פופצן ליכט פארן ברית (פאר די דריי אבות און די 12 שבטים).

*זיכער מאכן וויאזוי דאס קינד קומט אן אין שול.

*זיכער מאכן אז אלע מכובדים זענען אין שול, אויב נישט ריפלעיסן מיט אנדערע.

*נאכן ברית צוגרייטן לקח און ברוינפן אין שול.

--ברית סעודה..

*זיכער מאכן אז די מוהל קומט אריבער צום סעודת ברית.

*זינגן יום ליבשה.

*מכבד זיין די זעקס הרחמן'ס ביים בענטשן.

--נאכן ברית..

*זיכער מאכן אז די מוהל קומט טשעקן דאס קינד צוויי טאג נאכן ברית.

*צוגרייטן שלישי למילה.


ער האט פארגעסן צו שרייבן וועגן שאפן א מנין מעריב אינדערהיים מנין פאר ברכו
funniestman.com האט גארנישט מיט מיר
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

נאר דעס אויסגעלאזט?
גיין אויפיקען פון שפיטאל, האבן גרייט א קאר סיעט אז זיי זאלן ארויסלאזען די קינד.
קלייד פארן וואכנאכט/ברית, פאר די יולדות און פאר די קינד.
אנרופען אלע מודעות פעלט נישט אויס ווייל זיי לויפען שוין אליין נאך.
אנגרייטען פאר די א קוואטער, אויך א ספער אויב מען זאגט אפ אין די לעצטע מינוט.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4518
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

אויך אייביג זייער געוואלט וויסן צי עס איז דא א ספעציעלע ענין אראפצישרייבן
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

אריינשרייבן אין א נועם אלימלך די זמן, ווען די קינד איז געבוירען
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע:נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

א פיינע ליסט, שכח

ווי אויך קען זיין נוצלעך די אשכול ביים זיך ציגרייטן צום שלום זכר viewtopic.php?f=73&t=14508
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

Re: נאטיצן פאר א שמחה! *בן זכר*.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה11 »

א. לערנער האט געשריבן: פאלגנד האבן מיר אפגעשריבן א רייע וויכטיגע פונקטן וואס זענען נוגע נאכן געבורט פון א אינגל למז"ט, רוב זאכן זענען פשוטע זאכן אבער קענען פארט פארגעסן ווערן בעת'ן זיין א בעל שמחה, פארשטייט זיך אז מקען צולייגן צום ליסטע נאך און נאך, סא יעדן וואס פאלט ביי נאך עפעס קען עני טיים צולייגן, וזכות בידו.. (געשריבן נאך אן עקספיריענס וואס מיר האבן נארוואס דורכגעלעבט ב"ה).

--גלייך נאכן געבורט..

*אנרופן שווער/שוויגער, טאטע/מאמע, זיידע/באבע, געשוויסטער, בעה"ב דערציילן די מזל טוב. גוט צו זיין גרייט מיט די וואג פונעם קינד, פונקטליכע צייט ווען סאיז געבוירן, וויפיל טאג פונעם באשטימטן לכאן ולכאן, וכל המוסיף מוסיפין..

*זיכער מאכן זיך צו דרייען אין שטוב יעדע פאר מינוט זיכער מאכן אלעס איז בסדר.

--לכבוד שבת זכור..

*מסדר זיין פלאץ פארן זכור.

*אויב נויטיג, זיכער מאכן איינצוקויפן אלע ארטיקלען צום זכור שוין דאנערשטאג נאכט, נישט פארגעסן פונעם אור אלטן מנהג פון "זכור בונדלעך"..

*אנרופן לוח המודעות צו מעלדן די שמחה.

*אויב מעגליך, זיך אראפלייגן פרייטאג נאכמיטאג צו קענען אויפנעמען דעם עולם מיט א רואיגן און פרייליכן געמיט.

*נאכאמאל זיכער מאכן וועגן די פלאץ און עסן אז אלעס איז עצהיו"ט. גענוג ביר זאל ליגן אין פרידזש.

--פרייטאג צונאכטס..

*פרובירן צו דאווענען וואס פריער (נאכדערצו זומער).

*זיך צויאגן מיט די סעודה ווי ווייט מעגליך, צומאל כאפט מען זיך נישט און נאך שבת הערט מען צוריק פון מענטשן אז זיי זענען דארט געווען און קיינער איז נישט דארט געווען.

*ביים אנגרייטן דאס פלאץ נישט פארגעסן פון ביר/בונדלעך/טשיפס (די איבריגע אויך נישט פארגעסן אבער דאס איז די וויכטיגסטע).

*אויפנעמען יעדן איינעם שיין בסבר פנים יפות, נאכדערצו מענטשן וואס קומען פונדערווייטנס.

--אפאר טאג פארן וואכנאכט..

*אנגרייטן וואכנאכט פעקלעך.

*צוגרייטן א מוהל, זאל אויך קומען אפאר טאג פריער זיכער מאכן בנוגע די געלקייט.

*צוגרייטן א נאמען.

*אריינגיין צו א רבין איבערשמועסן דעם נאמען.

*צוגרייטן א פלאץ פאר די וואכנאכט/ברית/ברית סעודה.

*איינטיילן די כיבודים (קווארטיר, הבא אל הכסא, הבא מן הכסא, סנדק, מן הכסא, עמידה לברכות, ברכות).

*אויב גרייט מען אליינס אן די וואכנאכט, זיכער מאכן אלע עסנס וואס מדארף קויפן אין גראסערי שוין קויפן א נאכט פריער, באשטעלן קוגלען א.ד.ג., אריינלייגן ביר אין פרידזש.

*באשטעלן א פאיא פארן קינד פארן ברית.

*אריינלייגן עד וועגן וואכנאכט אין די דבר יום ביומו צעטלעך און אין די צעטלעך ווטס מהענגט אין שול

*אפשמועסן מיטן דזשאב בנוגע די שעות אינעם טאג פון וואכנאכט/ברית.

*זיכער מאכן מיט די חדר ווען זיי קומען (אין די פלעצער ווי מפירט זיך אז די חדר קומט ליינען קרי"ש אינעם טאג פונעם וואכנאכט).

*אנגרייטן לקח און ברוינפן פאר נאך די ברית.

*זיכער מאכן וועגן מנין פאר די ברית סעודה.

--וואכנאכט..

*אנגרייטן אלעס זאל זיין גרייט לערך א האלבע שעה פאר מעריב.

*אנגרייטן דאס קינד אין א בעטל.

*אנגרייטן אין זאל די פעקלעך.

*געבן טיפס פאר די דיינים.

*אויפנעמען שיין דעם עולם.

--טאג פונעם ברית..

*אן ענין צו צינדן פופצן ליכט פארן ברית (פאר די דריי אבות און די 12 שבטים).

*זיכער מאכן וויאזוי דאס קינד קומט אן אין שול.

*זיכער מאכן אז אלע מכובדים זענען אין שול, אויב נישט ריפלעיסן מיט אנדערע.

*נאכן ברית צוגרייטן לקח און ברוינפן אין שול.

--ברית סעודה..

*זיכער מאכן אז די מוהל קומט אריבער צום סעודת ברית.

*זינגן יום ליבשה.

*מכבד זיין די זעקס הרחמן'ס ביים בענטשן.

--נאכן ברית..

*זיכער מאכן אז די מוהל קומט טשעקן דאס קינד צוויי טאג נאכן ברית.

*צוגרייטן שלישי למילה.

יעצט אנגעטראפן פיינע ליסט
אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1369
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 13, 2009 12:07 pm

Re: נאטיצן פאר א שמחה! *בן זכר*.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי.גערעדט »

נומער פון פאפ א נאש צו באשטעלן וואכנאכט פעקלעך?
פאלקאוויטש123
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 11:38 am

Re: נאטיצן פאר א שמחה! *בן זכר*.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקאוויטש123 »

אבי.גערעדט האט געשריבן:
נומער פון פאפ א נאש צו באשטעלן וואכנאכט פעקלעך?
347-452-9570
זשעליפינא
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 5:25 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זשעליפינא »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
און קרית יואל איז די נאמערן
היום יום 845-662-6122 - און די בליץ פאסט איז [email protected]
דבר יום ביומו 845-662-3137 - און די פאקס [פאר ווער עס האט נאך] איז 718-384-4190 - די בליץ פאסט איז [email protected]
נייע נומער און אימעיל: 845-837-5500 [email protected] (פאקס האבן זיי נישט)
אוועטאר
שפיגל
שר האלפיים
תגובות: 2095
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 02, 2022 2:39 pm

Re: נאטיצן פאר א שמחה! *בן זכר*.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגל »

נישט פארגעסן טאמער מ'האט נאך קינדער צו זיכער מאכן אז זיי האבן ווי איינצושטיין פאר די נעקסטע פאר וואכן
די פיס נעגל ליגט אין מקוה


הא! עס דיין טעלער זופ און פארמאך דיין ניק
Maps
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 18, 2023 2:34 am

Re: נאטיצן פאר א שמחה! *בן זכר*.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Maps »

איינער האט א ליסטע מיט די כיבודים פאר א ברית?
פאלקאוויטש123
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 11:38 am

Re: נאטיצן פאר א שמחה! *בן זכר*.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקאוויטש123 »

*איינטיילן די כיבודים (קווארטיר, הבא אל הכסא, הבא מן הכסא, סנדק, מן הכסא, עמידה לברכות, ברכות).
אלעס און גארנישט
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 06, 2024 9:29 pm

Re: נאטיצן פאר א שמחה! *בן זכר*.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעס און גארנישט »

פאלקאוויטש123 האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 11:40 am
*איינטיילן די כיבודים (קווארטיר, הבא אל הכסא, הבא מן הכסא, סנדק, מן הכסא, עמידה לברכות, ברכות).
וואס איז די סדר לויט די חשובסטע?
אוי טאטע
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 06, 2024 4:10 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוי טאטע »

לכאורה האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 2:15 pm
מיסטעריעז האט געשריבן:
לכאורה האט איר נישט מקפיד געווען מיט די סדר, די עלטערן קומען בעפאר די שוויגער עלטערן (נאר ע"פ הלכה...).
כ'ווייס נישט וויאזוי עס איז איינגעפירט ביי אייך, אבער ביי מיר אין שטוב איז איינגעפירט אז די שוויגער-עלטערן האלטן מיר עפ"י רוב ווען מען פארט אריין אין שפיטאל, ממילא גייט דער ערשטער מזל טוב רוף צו זיי, ווייל זיי שטייען אויף שפילקעס. משא"כ די עלטערן איז דא צייט צו מעלדן א מינוט דערויף.
ביי מיר האבן מיינע עלטערן אויך געוויסט
אלעס און גארנישט
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 06, 2024 9:29 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעס און גארנישט »

אוי טאטע האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 9:14 pm
לכאורה האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 2:15 pm
מיסטעריעז האט געשריבן:
לכאורה האט איר נישט מקפיד געווען מיט די סדר, די עלטערן קומען בעפאר די שוויגער עלטערן (נאר ע"פ הלכה...).
כ'ווייס נישט וויאזוי עס איז איינגעפירט ביי אייך, אבער ביי מיר אין שטוב איז איינגעפירט אז די שוויגער-עלטערן האלטן מיר עפ"י רוב ווען מען פארט אריין אין שפיטאל, ממילא גייט דער ערשטער מזל טוב רוף צו זיי, ווייל זיי שטייען אויף שפילקעס. משא"כ די עלטערן איז דא צייט צו מעלדן א מינוט דערויף.
ביי מיר האבן מיינע עלטערן אויך געוויסט
איך האב טאקע געזאגט די ערשטע פאר ווער עס איז געזיצן די מערסטע אויף שפילקעס ביי מיין ערשטע קינד איז עס געווען מיינע עלטערן און די צווייטע פאר מיין שוויגער
שרייב תגובה

צוריק צו “שמחות”