יסודות פון אידישער גראמאטיק - פאר מתחילים

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

יסודות פון אידישער גראמאטיק - פאר מתחילים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

גרשון האט געשריבן:
היסטאריש האט געשריבן: ווילסט אביסל אויסקלארן איבער אדווערבן, פרעפיקסן און קאניוקציעס?

ס'זענען דא אכט קאטעגאריעס אונטער וועלכע ווערטער פאלן אריין. מ'קען עס צעטיילן אין מער אויך, אבער באופן כללי איז אנגענומען צו איינטיילן אין אכט. פאלגנד זענען די אכט חלקים פון שפראך זייער בקיצור אין אידיש:

1. זאכווארט (noun)
א נאמען פון א מענטש, חפץ, אדער באגריף.
ביישפילן:טיש, בענקל, שטאט, מענטש, משה, בערל, לייכזיניגקייט, העראאיזם.

2. פּראָנאָם (pronoun)
א ווארט וואס באציט זיך צו א זאכווארט אבער דערמאנט נישט דעם נאמען אליין.
ביישפילן:איך, ער, זי, דו, עטס, ענק, איר, זיין, מיין, אונז.

3. ווערב (verb)
א פעולה; עפעס וואס איינער טוט.
ביישפילן:גיין, קומען, עסן, שלאפן, טראכטן, לויפן, אויפהייבן, קוקן, קריכן. איזאון האטזענען אויך ווערבן.

4. אַדיעקטיוו (adjective)
עפעס וואס שילדערט דעם מצב פון א זאכווארט אדער פראנאם.
ביישפילן:גרויס, קליין, לאנג, קורץ, שווארץ, ווייס, ביטער, זיס, קלוג, נאריש, פול, ליידיג, מזל'דיג, טרויעריג, פרייליך.

5. אַדווערב (adverb)
עפעס וואס שילדערט א ווערב
ביישפילן:שנעל, שטאט, אויסנווייניג, אינעווייניג, אויבנאויף, אוועק, אהער, אהין, אויבן, אונטן, אינמיטן.

אן אדווערב איז אויך עפעס וואס שילדערט אן אדיעקטיוו.
ביישפילן:זייער בלוי, שטארק אפגעשוואכט, לאנג פארטראכט, צו פארשלאפן, אינאיינעם פארכאפט.
(אין געוויסע פעלער קען עס אויך זיין עפעס וואס שילדערט א צווייטן אדווערב: זייער שנעל, גאר שטאט, אינגאנצן אויבן.)

6. פּרעפּאָזיציע (preposition)
עפעס וואס איז מחבר א זאכווארט אדער פראנאם צום קומענדיגן זאכווארט/פראנאם
ביישפילן:אין, צו, פון, אויף, אונטער, איבער, פאר, נאך, מיט, אָן.

7. קאָניונקציע (conjunction)
עפעס וואס איז מחבר איין חלק פונעם זאץ צו א צווייטן
ביישפילן:און, אבער, ווייל, אדער, אז, אלס, ווי, ווען.

8. אינטעריעקציע (interjection)
א שטארקער אויסרוף וואס דריקט אויס די געפילן.
ביישפילן:אוי! הער אויף! אופס! פעך! וואה!
לעצט פארראכטן דורך הלבלר בקולמסו אום דינסטאג מאי 10, 2022 2:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: יסודות פון דער אידישער שפראך - פאר מתחילים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

ש'כח הלבלר
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5272
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

סוביעקט / אביעקט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

דא איז גאנץ א גוטער קורצער ארטיקל.

דער סוביעקט איז דאס זאכווארט/פראנאם וואס טוט די פעולה, און דער אביעקט איז דאס זאכווארט/פראנאם מיט וואס די פעולה ווערט געטון.

גרשון שרייבטאויף אייוועלט .
דער גראמאטיק פארום איזא געשמאקער פלאץ .
איך האב פריער געגעסן פרישטאג .

דער געווענליכער סדר אין א זאץ איז סוביעקט + ווערב + אביעקט. אבער ס'איז לאו דווקא אזוי, ס'קען זיך אויסשטעלן אנדערש אויך:

א איד בין איך געבוירן, און א איד וועל איך שטארבן.

אביעקטן זענען דא צוויי סארט: א דירעקטער אביעקט און אן אומדירעקטער אביעקט. א דירעקטער איז אזא וואס מ'טוט די פעולה מיט אים זעלבסט; אן אומדירעקטער איז עפעס וואס מ'דארף צולייגן א פרעפאזיציע פארדעם צו מאכן דעם קשר צווישן דעם אביעקט און דעם סוביעקט.

צב"ש, משה שמירט פוטער אויפ'ן ברויט . דער פוטער און דאס ברויט זענען ביידע אביעקטן, אבער דער פוטער איז א דירעקטער אביעקט, וויבאלד דער סוביעקט שמירט אים זעלבסט, און דאס ברויט איז אן אומדירעקטער אביעקט, ווייל דער סוביעקט שמירט אויףאים, אבער נישט אים אליין.

***
יעצט א שטיקל בחינה: מיין מאמע האט מיר דערציילט א מעשה.

טרעפט אין דעם זאץ 1. א סוביעקט, 2. א דירעקטער אביעקט, 3. אן אומדירעקטער אביעקט, 4. א ווערב.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: יסודות פון אידישער גראמאטיק - פאר מתחילים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

גרשון האט געשריבן: פארלאפענע אדער פארלאפענעם?

אנגעכאפט דעם שפיץ פאדים פון אידישע גראמאטיק.

בקיצור: אין לשון רביםקומט אייביג פארלאפענע;

אין לשון יחידווענדט זיך פון וואס מ'רעדט.

ביי לשון זכרקומט פארלאפענער(נאמינאטיוו) אדער פארלאפענעם(אקוזאטיוו, דאטיוו),
ביי לשון נקיבהקומט פארלאפענע(נאמינאטיוו, אקוזאטיוו) אדער פארלאפענער(דאטיוו),
און ביי לשון סתמיקומט פארלאפענע(נאמינאטיוו, אקוזאטיוו) פארלאפענעם(דאטיוו) אדער סתם פארלאפן(ביי אן אומבאשטימטן ארטיקל - ביי דעם ווערב הערט זיך אביסל אינטערעסאנט, אבער ביי ענליכס צו דעם וואלט מען געזאגט א פארשלאפן קינד, א מעכטיג פאלק, א ווייך הארץ, א געניט אויג , אד"ג).

פון דא.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: יסודות פון אידישער גראמאטיק - פאר מתחילים - אויבערשטריכלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן: אינעם ענין פון אויבערשטריכלעך (apostrophes) אין אידיש הערשט א צומישעניש ביי אסאך מענטשן. געוויסע וועלן אננעמען "כל תיקו לחומרא" און עס לייגן כמעט ביי יעדן צווייטן סוף ווארט אן האבן אן אנונג פארוואס איז פארווען, בעת אנדערע וועלן ענדערש קלערן פונעם שב ואל תעשה עדיף און זיך צוריקהאלטן פון עס ניצן. לאמיר אלזא זען די כללים ארום דעם.

דער ערשטער כלל ביי דעם, אזוי אויך ביי אלע פּינקטואַציע סימבאלן (punctuation, פינטלעך, קאמעס, אא"וו), איז אז ס'קומט אלץ צוליב א סיבה. אויב וואלט מען נישט געלייגט דאס שטריכל, אדער דעם אנדערן סימבאל, וואלט מען געקענט גרייזיג אויסטייטשן די כוונה פונעם שרייבער, און דאס שטריכל קומט צו פארמיידן דעם פאטענציאלן טעות. דאס איז וויכטיג אין אכט צו נעמען: ס'דארף זיין א סיבה אלעמאל פארוואס יאצו לייגן, נישט פארוואס נישט.

דער ציל פון אן אויבערשריכל אין אלגעמיין איז אפצוטיילן דעם חלק ווארט פון פאר'ן שטריכל פונעם חלק וואס קומט נאכדעם. בפרטיות זענען דא פיר ערטער וואו דאס שטריכל קומט אריין (ווי ווייט איך קען יעצט טראכטן):

1) ווען דאס געשריבענע ווארט איז א צוזאמשטעל און א פארקורצונג פון צוויי אדער מער ווערטער, און ס'פאלן ארויס געוויסע אותיות ביים מאכן דעם צוזאמשטעל. צב"ש דאס ווארט ס'איז, דער מקור איז עס איז, דעריבער קומט אריין דאס אויבערשריכל אפצוטיילן דעם ס', וואס באלאנגט צום ערשטן ווארט, פונעם צווייטן האלב, איז. אזוי איז אויך ביי מ'האט, א צוזאמשטעל פון מען האט, און כ'האב, פון איך האב.

אונטער דער קאטעגאריע פאלן אויך אריין אלע פּרעפּאָזיציעס (prepositions), ווי פאר, מיט, אויף, אונטער, העכער, פון, אד"ג, וואס קומען פאר'ן ווארט "דעם," וואס איז ארגינעל געווען "דען" (ווי אין דייטש) – פאר'ן, מיט'ן, אויפ'ן, אונטער'ן, העכער'ן. "פונעם" איז א יוצא מן הכלל, ס'איז געווארן ווי א נייע ווארט, אסאך שרייבן אבער "פונ'ם."

2) פאר א ס' וואס קומט נאך א זאך-ווארט (noun) צו ווייזן אייגנטומערשאפט, צב"ש גרשונ'ס מיינונג, דעם שרייבער'ס געשמאק, די ליינער'ס הערות. ביי די אלע קומט דער ס' זאגן וועמענ'ס ס'איז די זאך וואס שטייט נאכדעם, און מ'לייגט אן אויבערשטריכל אנצודייטן אז דער ס' איז נישט קיין חלק פונעם זאך-ווארט זעלבסט.

ס'זענען דא נאך סיבות פארוואס ס'זאל זיין א ס' סוף פון א ווארט, ווי ווען דער ס' איז א חלק פונעם ווארט – פנחס, באס, שאס, סוקסעס – אדער ווען ס'קומט מאכן א זאך פאר א לשון רבים – וואלקנס, שטעקנס, באסעס, קארס. ביי די פעלער קומט נישטקיין אויבערשריכל פאר'ן ס', וכל המוסיף גורע, ווייל אויב לייגט מען פאר'ן יעדן ס' א שטריכל, נעמט עס אוועק דעם גאנצן אויפטו פון עס לייגן ווען מ'וויל אפטיילן דעם ס' פונעם ווארט.

ווען א ווארט ענדיגט זיך מיט א ס' און מ'וויל זאגן אז עפעס געהערט צו אים, צב"ש ווען מ'וויל זאגן אז עפעס געהערט צו פנחס, וועט מען אין ענגליש אין אזא פאל לייגן דאס שטריכל נאכ'ן ס' (S) און נישט צולייגן נאך א ס' – פנחס' הויז. אין אידיש שרייבט מען יא צוויי סמ"כ'ס, נאר מ'לייגט אריין א נ' נאכ'ן שטריכל – פנחס'נס הויז. דאס זעלבע איז אויך ווען ס'ענדיגט זיך מיט א ש' אדער אן אנדערן אות פון דער זעלבער מוצא, צב"ש דעם מענטש'נס מח.

אויב מ'רעדט אבער פון עפעס וואס ענדיגט זיך מיט א ס' צו עס מאכן פאר א לשון רבים, ווערט עס שוין מער קאמפליצירט. "די וואלקנס'נס ווייסקייט?" "די באסעס'נס רעדער?" נע... די בעסטע עצה איז אויסצודרייען דעם זאץ: די ווייסקייט פון די וואלקנס, די רעדער פון די באסעס. אדער קען מען אהערשלעפן דעם ענגלישן כלל, און שרייבן די באסעס' רעדער.

די קאטעגאריע נעמט אריין נאר זאך-ווערטער, נישט פּראָנאָמען (pronouns. א זאך-ווארט איז א נאמען פון א מענטש אדער חפץ; א פראנאם איז ווען מ'זאגט א ווארט וואס באציט זיך אויף עמיצן אדער אויף עפעס, אבער ס'איז נישט זיין נאמען אליין, צב"ש ער, זי, אונז, זיי, מיין. ווען מ'רעדט פון משה– א זאך-ווארט – וועט מען אסאך מאל אנשטאט זיין נאמען זאגן ער– א פראנאם וואס באציט זיך צו משה). דעריבער שרייבט מען נישט זיינ'ס, נאר זיינס, אזוי אויך מיינס, אירס, אונזערס, זייערס, אד"ג.

3) ווען מ'שרייבט א לשה"ק ווארט מיט א אידישער פארזילבע (prefix) אדער נאכזילבע (suffix), וועט מען לייגן אן אויבערשטריכל אפצוטיילן דעם לשה"ק'ן חלק אינעם ווארט פונעם אידישן. צב"ש גע'גנב'עט, גע'רעש'ט, מורא'דיג, אד"ג.

דער כלל שאפט צומאל א צומישעניש ווען מ'וויל שרייבן א נאמען אין דימינאטיוו (א קליינעם פארמאט, דורכ'ן צולייגן א ל' אדער –לע סוף פונעם ווארט). אויב איז דער נאמען א לשה"ק'ער, קומט א שטריכל, צב"ש יצחק'ל, דוד'ל, משה'לע, אבער ביי אידישע נעמען איז נישט דא קיין סיבה עס צו לייגן, נאר מ'שרייבט אייזיקל, בערל, לייבל, מיכעלע, אא"וו. פארהאן אויך לשה"ק'ע נעמען וואס זענען טראנספארמירט געווארן אין אידיש דורכ'ן טוישן דעם אויסלייג, קומט ביי זיי ווייטער נישט דאס שטריכל, א שטייגער ווי יחזקעלע.

נאך א פלאץ וואו ס'הערשט אן אומקלארקייט צי מ'זאל לייגן א שטריכל צי נישט איז ביי נעמען פון שטעט/חסידות'ן. מ'קען דאס איינטיילן אין דריי חלקים.

1. שטעט וואס מ'לייגט אויס לויט די אידישע כללים אדער כמעט אזוי, צב"ש סאטמאר, בעלזא, וויזשניץ, ביי זיי קומט זיכער נישט קיין שטריכל, פונקט ווי ס'קומט נישט ביי וויליאמסבורג און בארא פארק.

2. נעמען פון שטעט וואס ווערן דערמאנט אין תנ"ך אדער אין חז"ל, צב"ש ירושלים, מצרים, בבל, ביי זיי לייגט מען לכולי עלמא א שטריכל.

3. שטעט פון אייראפע וואס מ'לייגט נישט אויס לויט די אידישע כללים, נאר ווי זיי וואלטן געווען לשה"ק, צב"ש באבוב, ברסלב, לבוב, ביי דעם איז יש ויש. געוויסע וועלן זיי באטראכטן ווי לשה"ק'ע ווערטער און וועלן דעריבער לייגן דאס שטריכל, ווידעראום אנדערע וועלן טענה'ן – וכן דעתי נוטה – אז זיי זענען געהעריג אידישע ווערטער נאר געשריבן אין א פארמאט ווי לשה"ק'ע ווערטער, וויבאלד אמאל זענען די כללים פון אידיש נאכנישט געווען אזוי שטארק אוועקגעשטעלט ממילא האט מען זיי געשריבן אזוי, און שפעטער זענען זיי שוין געבליבן איינגעווארצלט מיט דעם אויסלייג.

אגב, אלעס וואס מיר רעדן דא איז ביים שרייבן אידיש, ביים שרייבן לשה"ק גילטן נישט די אלע כללים (חוץ דער פערטער). דעריבער איז מסתמא א טעות צו שרייבן "קהל ייטב לב ד'סאטמאר," נאר ענדערש "דסאטמאר." למעשה שרייבן אבער אסאך יא אזוי.

4) ביי לשה"ק'ע ווערטער לייגט מען צומאל אן אויבערשטריכל צו פארקורצן א ווארט, צב"ש אפי', וכדו', עמ'. מ'פלעגט עס טון בעיקר אמאל ווען מ'האט געקארגט אויף פלאץ, היינט שרייבט מען ווייניגער אזוי. מ'ניצט אבער דעם כלל ביים שרייבן אותיות – א', ב', ג'.

אנדערע פינקטואציע סימבאלן פאדערן זיך אויך א באשרייבונג, אי"ה עוד חזון למועד.

פון דא
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: יסודות פון אידישער גראמאטיק - פאר מתחילים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן: נאמינאטיוו, אקוזאטיוו, און דאטיוו – אין קורצן זייער באדייט:

"נאמינאטיוו" אין דער מענטש אדער חפץ וואס טוט די זאך אינעם זאץ: דער טאטעאיז געגאנגען אין בית המדרש, דער טישהאט זיך צובראכן, די מאמעהאט געגעבן צו עסן פאר די קינדער, די זוןהאט אויפגעשיינט, דאס קינדהאט אנגעהויבן וויינען, דאס הארץאיז געווען מלא שמחה. דאס ווערט גערופן דער subject פונעם זאץ.

"אקוזאטיוו" באציט זיך צו עפעס וואס א צווייטער האט געטון מיט אים: איך האב געזען דעם רבי'ן, מיין חבר האט אויפגעהויבן דעם שאנק, מיין זון האט באטראכט די נאטור, איך האב געקושט די מזוזה, דער רייניגער האט אפגעוואושט דאס וואסער. דאס ווערט גערופן direct object.

"דאטיוו" איז עפעס וואס פאלגט נאך א פרעפאזיציע (פון, צו, אויף, אונטער, העכער, נעבן, וועגן, צוליב, דורך, מיט, אן, ביז, אא"וו), אדער אפילו די פרעפאזיציע שטייט נישט אבער באמת וואלט עס דא געקומען: איך בין געגאנגען צו דעם(צום) בית המדרש, ער האט געזאגט [פאר] דעם באאמטן, דער גליקליכסטער אויף דער וועלט, דאס קינד מיט דער מאמע, ער האט געזוכט מיט דעם(מיט'ן) אויג, איך האב געפרעגט [פון] דעם קינד.

אידישע גראמאטיק איז שטארק באזירט אויף די חילוקים פון די דריי פעלער, ועוד חזון למועד בעז"ה.

צו זען מער:
https://en.wikipedia.org/wiki/Yiddish_grammar

פון דא
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: יסודות פון אידישער גראמאטיק - פאר מתחילים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן:
טשולענט בונדלעך האט געשריבן: איך מיטשע מיר שוין מיט דעם א לאנגע צייט, קוויטעל אדער קוויטל, גלייבען אדער גלייבן, עסען אדער עסן?? ועוד ועוד
ווען א ווארט ענדיגט זיך מיט ל' נאכגעפאלגט א שוא קלאנג, קומט, דאכט זיך, קיינמאל נישט קיין ע'. ס'קומט דעריבער "קוויטל."

ווען ס'ענדיגט זיך מיט א ן' איז עס אביסל מער קאמפליצירט. רוב מאל קומט עס אויך אן דעם ע', ווי "גלייבן" און "עסן," חוץ אויב דער אות וואס האט דעם שוא/סגול איז איינע פון די אותיות: מ, נ, נג, נק, און אין געוויסע פעלער אויך ל.

מ: ווי אין די ווערטער קומען, שווימען, בלומען, אויסרימען.

נ: ווי אין די ווערטער שפינען, רינען, זינען, בינען.

נג: ווי אין די ווערטער געגאנגען, געזונגען, געקלונגען, לאנגען.

נק: ווי אין די ווערטער דאנקען, געדענקען, בלינקען, שענקען.

ל: ביי דעם ווענדט זיך צי דער אות פאר'ן ל' איז א וואקאל - א, ו, י' און ע' - אדער א קאנסטאנאנט - אלע אנדערע אותיות. אויב איז עס א וואקאל, קומט נישט קיין ע', ווי אין די ווערטער אפקילן, קוועלן, קוילן, מאלן. אבער אויב איז א קאנסטאנאנט, קומט יא אן ע', ווי אין די ווערטער הימלען, צימבלען, אינזלען, שימלען.

פון דא

גרשון האט געשריבן:
היסטאריש האט געשריבן: @גרשון ביסט זעכער אז "קראנקען" קומט מיט א עי"ן?

ניין, ביי אדיעקטיוון וואס ענדיגן זיך נגאדער נקקומט נישט קיין ע', אזוי ווי קראנקןאון לאנגן.

אויב דו ביסט נאכנישט צעמישט, זאג מיר. דאס זענען מסתמא די מאדנסטע כללים וואס איך קען פון אידיש.

פון דא
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5272
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: יסודות פון אידישער גראמאטיק - פאר מתחילים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

וואה! מאסיוו!
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
שמואל ק.
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 14, 2021 12:23 am

Re: יסודות פון אידישער גראמאטיק - פאר מתחילים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל ק. »

יישר כוח!
הטוב כי לא כלו רחמיך
והמרחם כי לא תמו חסדיך
כי מעולם קיוינו לך!
אוועטאר
חיים שטיין
שר האלפיים
תגובות: 2183
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:09 pm

Re: יסודות פון אידישער גראמאטיק - פאר מתחילים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים שטיין »

גרשון האט געשריבן: דינסטאג מאי 10, 2022 5:49 pm
וואה! מאסיוו!
יא, דיינע תגובות זענען מאסיוו!...

(האב איך געדארפט לייגן די דאטס נאך די "!" צייכן?)
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: יסודות פון אידישער גראמאטיק - פאר מתחילים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

חיים שטיין האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 8:38 pm
גרשון האט געשריבן: דינסטאג מאי 10, 2022 5:49 pm
וואה! מאסיוו!
יא, דיינע תגובות זענען מאסיוו!...

(האב איך געדארפט לייגן די דאטס נאך די "!" צייכן?)
איך וואלט קיינמאל געלייגט צוויי אויפאמאל. יעדער האט זיין צייט.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
חיים שטיין
שר האלפיים
תגובות: 2183
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:09 pm

Re: יסודות פון אידישער גראמאטיק - פאר מתחילים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים שטיין »

היסטאריש האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 8:40 pm

א דאנק, און אן עקסטערע דאַנק פאר די קאלעקציע פון גוטע און וויכטיגע כללים.

איז דא א פי די עף פון אלע כללים?

חיים שטיין האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 8:48 pm
היסטאריש האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 8:40 pm
חיים שטיין האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 8:38 pm
גרשון האט געשריבן: דינסטאג מאי 10, 2022 5:49 pm
וואה! מאסיוו!
יא, דיינע תגובות זענען מאסיוו!...

(האב איך געדארפט לייגן די דאטס נאך די "!" צייכן?)
איך וואלט קיינמאל געלייגט צוויי אויפאמאל. יעדער האט זיין צייט.
א דאנק, און אן עקסטערע דאַנק פאר די קאלעקציע פון גוטע און וויכטיגע כללים.

איז דא א פי די עף פון אלע כללים?
כ'מיין אז ביזדערווייל נישט, אבער ס'איז נאך דא אסאך רייכע תגובות וואס מ'קען דא צוזאמנעמען.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
חיים שטיין
שר האלפיים
תגובות: 2183
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:09 pm

Re: יסודות פון אידישער גראמאטיק - פאר מתחילים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים שטיין »

היסטאריש האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 8:40 pm
חיים שטיין האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 8:38 pm
גרשון האט געשריבן: דינסטאג מאי 10, 2022 5:49 pm
וואה! מאסיוו!
יא, דיינע תגובות זענען מאסיוו!...

(האב איך געדארפט לייגן די דאטס נאך די "!" צייכן?)
איך וואלט קיינמאל געלייגט צוויי אויפאמאל. יעדער האט זיין צייט.
וויאזוי וואלסט געשריבן א סארקאסטישע שאלה? נאר א פראגע צייכן אן פינטלעך?!
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: יסודות פון אידישער גראמאטיק - פאר מתחילים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

חיים שטיין האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 9:42 pm
היסטאריש האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 8:40 pm
חיים שטיין האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 8:38 pm
גרשון האט געשריבן: דינסטאג מאי 10, 2022 5:49 pm
וואה! מאסיוו!
יא, דיינע תגובות זענען מאסיוו!...

(האב איך געדארפט לייגן די דאטס נאך די "!" צייכן?)
איך וואלט קיינמאל געלייגט צוויי אויפאמאל. יעדער האט זיין צייט.
וויאזוי וואלסט געשריבן א סארקאסטישע שאלה? נאר א פראגע צייכן אן פינטלעך?!
הממ… ס'איז מסתמא דא וואס וואלטן אויך געלייגט אן עליפסיס, דעמאלט ווייס איך נישט וואו ס'קומט. איך וואלט נאר געלייגט א פראגע-צייכן.

אריין דא .
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”