זוכענדיג דא אויפן וועלטל האב איך נישט געטראפן קיין צענטראלע מקום איבער די פרשה, און פונקט היינט האב איך געזען ווי אין די קול התאחדותינו אויף פסח באשרייבן זיי די פרשה, האב איך געקלערט צו עפענען דאס געהענגל ווי עס זאל צוזאמענגענומען ווערן אלעס וואס האט א שייכות מיט דעם, און איך הייב טאקע אן מיט די דאזיגע באשרייבונג:
אן עלילת דם אין אונגארן מיט 140 יאר צוריק, טיפיש מיט אלע קליפערלעך ווי אין די אלטע צייטן:
א מיידל אינעם דערפל עסלאר, וואס געפינט זיך אויפ'ן טייס, 14 יאר אלט, איז פארשוואונדן געווארן אום שבת הגדול, און די אנטיסעמיטן האבן מעליל געווען אז זי איז גע'שחט'ן געווארן דורך די אידן פאר מצה צוועקן. מ'האט שפעטער געפונען איר קערפער אראפ דעם טייך, אבער דאס האט נאר פארשטארקערט דעם בלבול; כלומר'שט האבן די אידן געזוכט צו פארדעקן די שפורן פון זייער רציחה.
דער פראצעס איז געווען נאציאנאל און אפילו אינדרויסן פון לאנד. די מאסן האבן שטארק געגלייבט אינעם בלבול. אין דער ענדע זענען די אנגעקלאגטע פרייגעשפראכן געווארן צוליב "מאנגל אין באווייז". די גאנצע געשיכטע האט געשיקט שאק כוואליעס, אז מ'קען אין דער פארגעשריטענער תקופה פארקויפן וואס מ'וויל און ס'צעכאפט זיך פאר גוט געלט. https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A2%D7 ... 7%9C%D7%A8

שכוח
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
הרבנית הצדיקת סימא פערל (אשת הרה"צ רבי יצחק צבי דייטש מסענדרא דעטרויט) בת רבי מאיר הלוי בוקסבוים ז״ל בן רבי שמחה בן רבי אברהם מהשוחטים אצל העלילת דם ד'טיסא עסלאר, חתן הגה״ק מהר״י שפירא מטערצאל זצ״ל.
האט איינער די בילדער פון רבי אברהם און די אנדערע אידן ביים געריכט?
היינט איז די יארצייט פון רבי אברהם הלוי בן משה בוקסבוים מצאנז איינער פון די שוחטים אין די בלבול, אשתו האה"ח פערל הלכה לבקש רחמים עליו אצל קיסר פראנץ יוזעף,
און ליקוטי חבר בן חיים חלק ו' איז דא א גאנצע מגילת אתלר באשריבען די מעשה באריכות, ער שרייבט דארט אין אנפאנג "כתבתי תיבתאתלרע"ד שיצא מפי הגאב"ד בסיגעט (הגה"ק הייטב לב זי"ע) ראשי תיבותל'את'אונהא'ליךר'עה
וועלן מיר פראבירען צו אריין געבן א פרישעןטעם לפגםאין אלעמען,