תיכף נאָך דער הייליגער מעמד אדיר וגדול"הדעה והדיבור"במעמד אלופי אלפי ישראל, תלמידי וחסידי מרן רביה"ק זי"ע, לחזור ולשנן את משנתו הבהירה, ביסודות הדת, באמונה באלוקי ישראל, וואָס איז פאָרגעקומען בהאי אתרא קדישא מקום דקא גרים, בית מדרשו של רבי, וואָס האָט זיך פאַרענדיגט אין די שפּעטע שעות, האָט זיך דער מנהיג העדה הקדושה, מגן חינוך הטהור בארץ ובגולה, כ"ק מרן רבינו שליט"א (מהר''יי) זיך צאַמגעזעצט בביתו נאוה קודש, צו אַ שטורמישע אסיפה דחופה, לאור דער ביטערער גזירת החינוך וואָס איז עומד על הפרק, וועגן די רעגולאַציעס וואס לויטעט אַז ביז דעצעמבער מוז'ן אַלע מוסדות איבער די סטעיט אויסקלויבן איינע די מהלכים (פּעטוועיס) וואָס די סטעיט רעגולאַציעס האָבן אַרויסגעלייגט צו באַשטעטיגן אַז זיי קומען נאָך דעם געזעץ. ביים אסיפה זענען אָנוועזנד געווען כ"ק מרן גאב"ד מאָנסי שליט"א, הגה"צ אבד"ק דקהלתינו ירושלים שליט"א, הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א, הגאון רבי מרדכי בעק שליט"א ראש ישיבת תפארת משה, ואתם עמם די שרי ואדירי התורה, מרנן ורבנן חברי הבית דינא רבא דקהלתינו שליט"א, הגה"צ דומ"ץ קהילתינו בקרית יואל שליט"א, אינאיינעם מיט רבני ודייני דקהלתינו שליט"א פון גרעיטאָר ניו יאָרק. מ'האָט אַ לענגערע צייט ביז אין די גאָר שפּעטע שעות דן געווען איבער דער שטורעמישער תקופה אין וואָס די טויזנטער תלמידי המוסדות געפינען זיך, און מעלה געווען על שלחן מלכים איבער דער חובת השעה וואָס פאַרלאַנגט זיך בהאי זמן, ס'איז געווען אנוועזענד די חשובע געטרייע עסקנים און שפיץ פון די שר העסקנים הרב החסיד רבי משה דוד ניעדערמאן שליט"א, און אזוי אויך ראשי הנהלת המוסדות, און די רבנים האבן נושא ונותן געווען בכובד ראש פאר א לענגערע צייט און אויסגעפרעגט די לאיער ר' אבי שיק, וואס האט מסביר געווען די צדדים, און נאך אריבער א שעה האט מרן רבינו שליט"א ארויסגעשיקט אלע עסקנים ואישי הציבור און די משמשים בקודש, און מיט צוגעמאכטע טירן דן געווען מיט די חשובע רבנים הגאונים שליט"א פאר א לענגערע צייט טראץ ס'איז שוין געווען אין די טיפע נאכט שעות האבן די רבנים שוקל געווען אלע צדדים און דן געווען כדת מה לעשות, און עטליכע מאל האט די רבי שליט"א אריין גערופן פרעגן פון די עסקנים געוויסע פרטים, און די רבי האט געזאגט אז ער וועט לאזן וויסן פאר די עסקנים די החלטה פון די רבנים. די רבי שליט"א האט נאך די אסיפה זיך באדאנקט פאר די רבנים הגאוה"צ שליט"א וואס זענען געקומען ספעציעל צו פארן אין די שפעטע נאכט שעות דן צו זיין למען עתיד דורותינו, און געזאגט אז ער האט נישט גערעכנעט אז ס'וועט ווערן אזוי שפעט, און תיכף דערנאך אום 2:00 אזייגער האט זיך די רבי צוריק געקערט לביתו נאוה קודש אין קרית יטב לב ווי די רבי שליט"א האלט זיך אויף אין די טעג. און די זעלבע צייט איז כלל ישראל מרבה בתפילה ובתחנונים און רייסן איין ביים בורא כל העולמים, חמול עלינו ועל עוללינו וטפינו, אז מיר זאלן ווייטער קענען מחנך זיין אונזערע טייערע קינדערליך אויף די הייליגע וועג וואס רבינו הקדוש והטהור זי"ע האט אוועק געשטעלט על אדמת אמירקא אן קיין שום שינוי, און אז די רשעים זאלן ח"ו נישט האבן קיין שליטה אויף די ריינע חינוך, ולא יריעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי, און היה נא עם בפיות אז די חשובע עסקנים וואס שלאגן זיך פארן חינוך הטהור זאלן האבן הצלחה און אזוי ווי ביז היינט זאל מען קענען מיט אלע דרכים אויפן פראנט באקעמפען די גזירה . גזירה עבידי דבטלי! אבינו מלכינו עשה למענינו! עשה למען תינוקות של בית רבן!
שטייט(זוה''ק שמות)אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח, דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!
כל הדרכים בחזקת סכנה! כ"ק מרן מהר"א שליט"א האט היינט גערעדט ביים תהלים שיעור איבער די "7 דרכים" וואס די רעגירונג האט ארויסגעשטעלט צו אויספירן דעם גזירת החינוך, זאגנדיג אז דאס זענען די 7 שמות הס"מ. "מיר, אונזערע מוסדות, גייען נישט ענטפערן. שב ואל תעשה עדיף" און איך רוף צו הנהלות פון אנדערע מוסדות זאלן טון די זעלבע, און זיך נישט לאזן צורעדן פון די וואס האבן זיך פארקויפט פארן שטן און פאפן ארום די מנהלים אז אלע חסידישע מוסדות וועלן נעמען די זעלבע שטעלונג אז מען ענטפערט נישט און מען לאזט זיי נישט אריין, וועט מען מצליח זיין מיט א כח הרבים
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.