אין ליכט פון מערערע טענות אהין און אהער לגבי די היינטיגע סגולה\סערוויס-ביזנעס פוןלעשן עין הרעשאכ"מ, איז דארט אויסגעקומען אריינצולייגן א מאמר וואס איך האב ציטירט פון א היינטיגע רייכע און באלערנדע ספר, וואס האט אויסגעבויעט א מורא'דיגע דערהער אין די פילצאליגע מעסעדזשעס וואס חז"ל געבן אונז וועגן די מידות פון עין טובה און איר קעגנערישע ביטערע מידה פון עין הרע.
דער מאמר איז א חלק פון א מורא'דיגע התגלות אין די סאמע שורש'דיגסטע מידות פון א מענטש, וואס אויב מ'אנערקענט עס עד לפרטי פרטים, קען מען זיך טוישן מיט דעם מן הקצה אל הקצה אין אלע ענינים רוחניים וגשמיים, און שטייגן און וואקסן דערמיט עד אין שיעור ועד אין ערוך. מידות און געוואוינהייטן וואס פלאגן א מענטש פאר יארן, קענען פלוצלינג נעלם ווערן, אן קיין שום וויכוחים אדער טענות ומענות.
הכלל, נאכדעם וואס איך האב דארטן מפרסם געווען דעם מאמר, האב איך באקומען עטליכע בקשות אז לפי די רייכקייט און ניצליכקייט וואס עס פארמאגט, פאדערט עס א באזונדערן אשכול, וואו עס קען ווערן שיין צעטיילט אויף חלקים, און אפילו מער מבואר און אויסגעברייטערט כפי הצורך.
די משנה (אבות פ"ב מ"ט) רעכנט אויס "עין טובה" אלס איינס פון די וויכטיגסטע מידות וואס א מענטש דארף קונה זיין. ווידעראום "עין רע" איז איינס פון די ערגסטע מידות, פון וואס מ'דארף זיך גאר שטארק דערווייטערן. "עין טובה" מיינט צו פארגינען אנדערע אז זיי זאלן האבן פון אלעם גוטן. "עין רעה" מיינט דאס פארקערטע, אז אן אוממענטש זאל חלילה וועלן אז פאר יענעם זאל נישט גיין גוט, למשל כדי צו פארזיכערן אז קיינער שטייגט אים נישט איבער.