א געווארענע איז ערגער ווי א געבוירענע - סיפור מעשה נס חנוכה

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע:במקום שאין איש

Re: א געווארענע איז ערגער ווי א געבוירענע - סיפור מעשה נס חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

הייקער איך האב קיין איינונג אויב דו ליינסט נאך דא, אבער דאס איז עפעס אויסנאמליך גוט.
געבענטשט מיט א הערליכע שריפט, האסטו געשריבן עטליכע יאר צוריק, און אפאר יאר שפעטער ביסטו נאר מהנה טויזנטער אידן.
אויב וועסטו ממשיך זיין, וועסטו בעזהי”ת ווייטער מהנה זיין אידן, און אריינברענגען דו ריכטיגע בליק אויף חנוכה, דו טמאים ביד טהורים, מיט דו הלל וועט זיך זאגן זייער אנדערש.
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

די גאנצע מעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

הקדמה

שלום עליכם ערעב יוד, איך הייס ספרן. איך בין דרייסיג יאר אלט און איך לעב אין יאר ג' תק"כ. איך הער אז אין דיינע צייטן איז די גאנצע וועלט אזוי מאדנע און אנדערש. איך הער אז מענטשן האבן אזעלכע קליינע פלאכע קעסטלעך וואס מען האלט אין טאש, און מען קען זיצן איבערגעבויגן איבער דעם שעות! פארוואס? ווייל עס קוקט אויס ווי עס רוקט זיך דארטן זאכן... עס איז אפילו נישט עכט! גיי פארשטיי. אויך הער איך אז אין דיינע צייטן, ווען איינער זאגט אז ער גייט 'ארבעטן', קען עס מיינען אז ער גייט זיך אראפזעצן ביי א טישל, און שאקלן זיינע פינגערס אויף אזא זאך מען רופט 'קיבארד'. הפלא ופלא. איך מוז דיר זאגן, דו לעבסט אין גאנץ א אינטערסאנטע צייט. עניוועי, שוין גענוג גערעדט פון דיינע צייטן, דו ביזט דאך דא געקומען צו הערן וועגן מיינע צייטן, איא?
אויב ווילסטו וויסן צו איך וואלט זיך געטוישט מיט דיר, איז שווער צו וויסן. פון איין זייט האב איך נאך געקענט די תורה לייבן ווי עזרא הסופר, שמעון הצדיק און נאך. עס איז טאקע שוין נישטא קיין נביאה, אבער עס איז נאך דא מענטשן וואס געדענקן די לעצטע נביאים חגי זכרי' און מלאכי. אזוי אויך לעבט נאך מרדכי הצדיק וואס האט אנגעפירט די גרויסע שחיטה ווי מען האט אויסגעהארגעט טויזענטע אנטעסעמיטן ברשות פונעם קייזער אחשורוש. אוי איז דאס געווען צייטן. פון די צווייטע זייט, ווען איך וויל זיך ארומוואשן מיט ווארעם וואסער, איז דאס א ריזיגע עבודה וואס נעמט אגאנצן טאג. עס איז נאכנישט דא קיין בעדער דא. דאס גייען הערשט די רוימער בויען ווען זיי גייען ליידער זיך אנרוקן דא אפאר הונדערט יאר ארום. יעצט איז נאך רוים א שפיי. גריכנלאנד איז יעצט די זאך. זיי לאזן אונז צורי ב"ה. אלכסנדר מוקדון, דער געוועזענער גריכישע קייזער איז דאך דא געווען בערך צוואנציג יאר צוריק, און ער האט אפגעגעבן כבוד מלכים און זיך געביקט פאר שמעון הצדיק. דו האסט געדארפט זען די פנימ'ער פון זיינע באדינערס. זיי האבן געמיינט זיי חלש'ן! זעסט די אלע צוואנציג יעריגע אינגעלייט וואס הייסן אלכסנדר? אלסנדר מיט זיין גוי'שע קאפ האט זייער געוואלט אז מען זאל אריינלייגן א סטעטש"ו פון אים אין ביהמ"ק. ער האט נישט געמיינט גארנישט שלעכט. ער האט נאך געמיינט אז ער ווייזט דערמיט ווי חשוב די ביהמ"ק איז פאר אים. שמעון הצדיק האט בס"ד באוויזן אים צו מסביר זיין אז ער וועט אים געבן נאך א גרעסערע כבוד. אלע קינדער וואס וועלן געבוירן ווערן דאס יאר, וועט מען געבן א נאמען נאך אים. וכך הוה. יעדער וואס הייסט אלכסנדר, ווייסט מען פונקליך ווי אלט ער איז!
עניוועי, ווי האב איך נאר געהאלטן? יא, איך האב דיר געוואלט זאגן ווי אזוי עס קוקט אויס ווען איך וויל מאכן א וואנע. איז אזוי. קודם לויף איך צום ברונען שעפן גענוג וואסער, און איך שלעפ עס אהיים. עס נעמט מיר א שיינע פאר מאל פון לויפן אהין אין צוריק. נאכדעם בוי א פייער אינעם כירה. דאס איז א גאנצע עבודה פאר זיך. קודם זיך איך אויף פיינע טריקענע שטרוי וואס צינדט זיך גרינג אהן. נאכדעם נעם איך צוויי שטיינער און איך קנאק און קלאפ גענוג לאנג, ביז עס געלונגט מיר אז א פונק זאל אנצינדן די שטרוי. נאכדעם נעם איך שנעל קליינע שפענדלעך וואס זאלן זיך אנצינדן פון די שטרוי, נאדעם אביסעל גרעסערע שפענדלעך, און נאך גרעסערע, ביז ענדליך איז שוין דא א פייער פון גרויסע העלצער. נאכדעם שטעל איך אויף א חלק פון די וואסער קאכן. די איבריגע וואסער לייג איך אריין און א ריזיגע שיסל. און אזוי ווען די וואסער אויפן פייער קאכט, גיס איך עס אריין אינעם גרויסן שיסל, און אזוי קען איך מיך אביסעל ארומוואשן. איך הער אז אין דיינע צייטן שטעקס זיך ארויס א קראן פון די וואנט, מען דרייט עפעס א הענטל, און עס גיסט ארויס ווארעמע וואסער!!! נישט צום גלייבן. און ניטאמאל כאפסטו וואסערע גביר דו ביסט. די זעלבע איז מיט די באקוועמע, ווארעמע, וואגאנען וואס ענק האבן (איך מיין ענק רופן עס 'קאַרס.') די גרויסער ווארעמע צימערן. די קאווע, ציקער און מילעך וואס ענק טרינקן וואס ענק האבן שטענדיג צו די האנט. בקיצור, בגשמיות לעבסטו זיכער און אסאך א באקוועמערע צייט ווי מיר. און אפילו ברוחניות האסטו געוויסע מעלות. קודם כל ביסטו גאר נאנט צו די גאולה שלימה. איך האב טאקע די ביהמ"ק, אבער עס איז בכלל נישט קיין פארגלייך צום ערשטן ביהמ"ק, און אודאי און אודאי איז עס נישט קיין פארגלייך צום ביהמ"ק וואס דו גייסט שוין בקרוב האבן. אויך, און דיינע צייטן, האט יעדע קלייניקייט עפעס אזא מין חשיבות און הימעל, מער ווי אלעס וואס איך קען טון מיין גאנצע לעבן. ענקער תורה ומצות איז אזוי ווי עסן און אין א הינגער יאר, יעדע ברעקל איז ווערט אלפים ורבבות! בקיצור, איך בין נישט קלאר צו איך וואלט זיך געטוישט מיט דיר.
עס איז שוין יעצט אריבער אפאר יאר. שמעון הצדיק לעבט שוין נישט, חניו איז יעצט כהן גדול. אלכסנדר מוקדון לעבט שוין אויך נישט. זיינע פיר הויפט גענעראלן האבן זיך ארומגע'רצח'ט אויף די ירושה, אבער צום סוף האבן זיי זיך צוטיילט ציווישן זיך. תלמי האט באקומען מצרים און דעם גאנצן ארום, וואס רעכנט אריין ארץ ישרא-ל. אבער ער מישט זיך ב"ה גאנץ ווייניג אריין. ס"ה נעמט מען צאם אביסען שטייערן פונעם עולם, און מען שיקט עס אים אפ איינמאל א יאר. אין א געוויסע זין איז עס די עיקר כדי צו ווייזן אז אונז זענען אינטערטעניג אונטער אים, און אונז נעמען אן זיין מלוכה. אבער עס קומט יעצט א שטורימישע תקופה. קום, לאמיר דיר אריין פירן אין תלמי'ס פאלאץ. ששש... זיי שטיל איך וויל נישט מען זאל באמערקן ווי אונז זענען דא.

חלק א' - אין פאלאץ פון קייזער

‘הויעך געשעצטער קייזער תלמי, איך וואלט געוואלט אריינברענגען אסאאאך געלט צו די אוצרות פונעם קייזער. דאס אויסצופירן, זאל דער קייזער מיר באשטימען אלס מוכס, און מיר געבן רשות צו איינמאנען די שטייערן פון יהודה און אסיריע. און אויב די קייזער האט ביז יעצט פארדינט צען טויזן שטיקער גאלד פון דעם ראיון, נעם איך מיר אינטער צו ברענגען צען מאל אזוי פיל! הונדערט טויזענט שטיקער גאלד א יאר! אזוי ווי עס פאסט פאר א דעם קייזער. ס"ה וואס איך איך דארף איז קליינע מחנה פון סאלדאטן וואס זאלן מיר ארויסהעלפן, און איך וועל שוין קער נעמען פון די איבריגע’ פירט אויס יוסף בן טובי' מיט אן הכנעה'דיגער שמייכעל אויף די ליפן.
‘שיין פון דיר’ זאגט דער גריכישע קייזער פון מצרים, ‘נעם זיך שוין צו די ארבעט, ביז א יאר וויל איך דיר זעהן צוריק דא מיט די הינדערט טויזענט שטיקער גאלד.’ א שמייכעל באווייזט זיך אויף זיין ליפן בשעת וואס אין זיין קאפ זעהט ער שוין די בארג פון גאלד שטיקער.
‘אפטילמוס!' רופט זיך דער קייזער גוט-מוטיג אהן 'גיב אים שוין א גרופע פון הינדערט ריטער זאלן אים ארויסהעלפן’
‘צום באפעל’ ענפערט דער גענעראל אפטילמוס.
אפטילמוס שמעקט שוין לויט די אומשטענדן, וואסערע סארט סאלדאטן עס פאדערט זיך פאר דעם דזשאב, ער רופט צוזאם די הונדרעט גרעסטע אכזריים פון זיין ארמיי. ‘גייטס מיט דעם יוד און העלפטס אים ארויס. פון יעצט און ווייטער איז ער ענקער גענעראל, וואס ער הייסט דארפן ענק פאלגן אהן קיין מעשיות’
‘צום באפעל!’ הערט זיך די קולות פון די צענדליגע סאלדאטן וואס קענען קוים ווארטן אויף אביסעל 'עקשען'.
יוסף בן טובי', וועם מיר וועלן רופן 'יאַס' פון יעצט און ווייטער, צוליב זיין מאדערנע שטעלע, זעצט זיך פרייליך ארויף אויף זיין פערד, גיבט זיך א קלאפ אין ריקן, און א גלעט אויף זיין קראצידיגע בארד, און ווייזט פאר 'זיינע' סאלדאטן זיך צאמצוקומען. ‘הערטס אויס אלע’ שרייט ער אויס הויך, ‘פון היינט און ווייטער וועט עטס זיין רייך, גענוג געווען מיט די צייטן וואס עטס האט נאר געגעסן און אנגעטוהן וואס מען האט ענק געגעבן, פון היינט און ווייטער, ווען עטס קומטס אהן אין א שטאט, קענטס עטס נעמען וואס אייער הארץ גליסט נאר, אלעס געהערט דאך סייווי פאר די הויך געשעצטער קייזער. די איינציגסטע זאך וואס איר דארפט טוהן, איז אויספירן מיינע באפעלן שנעל און פונקליך.’
‘ארויף אויף די פערדן, און לאמיר זיך לאזן אין וועג צו יפו און אשכלון, די צוויי גרויסע שטעט פון די פלשתים. געגאנגן.’
די גרופע לאזט זיך ארויס אויפן וועג, ווען די רייץ פון געלט, שפיגעלט אין זייער אויגן, און די שמעק פון בלוט דערקענט זיך אויף זייער רויטע אנגעפאשעטע בעקעלעך.

חלק ב' – אזוי רעדט מען צום קייזער שליח??!!

עס איז א גרינעם דינסטאג אין דעם גוי'שע שטאט יפו, די מארק ווירבעלט מיט קויפער און פארקויפער, דא אויף די רעכטע זייט שטייט אדליו די רייכער פעל סוחר, און זוכט צו מאכן א גוטן סעיל. עפעס היינט קומען נאר שנארערס און מארק, זיין קלייענטעל שלאפט עפעס היינט זייער געמיטלעך קוקט אויס. קעגן איבער געפונט זיך דער אלמנה שאכדיף, און פארקויפט זעמלעך, ‘זייער ביליג, גוטע סחורה. זייער ביליג, פרישע זעמלעך’ שרייט זי אהן אויפהער מיט איר הייזיריגע שטומע. פון אינטן שטייט א היימלאזער זיבן יעריגס וואס ווארט קוים אז זי זאל זיך פארקוקן אויף א סקונדע ער זאל קענען לקח'נען א זעמעל צו שטילען זיין הינגער.
פלוצלינג הערט מען די קול פון א מחנה פערד זיך דערנענטערן פון דערווייטענס, דער עולם וועקט זיך אויף, מען ווארט אויף עפעס פריש צו ברעכן דעם טאג טעגליכן סדר. די לעצטע מאל עס איז געווען עפעס נייעס אין שטעטל איז געווען גאנצע צוואנציג חדשים צוריק, ווען דער אלטע שופט מלל האט אפגעפגרט און מען האט געפראוועט א צערעמאניע צו אויפנעמען בגקטיל אלס נייע שופט. אלע פירערס פון יפו, ,אלל, טיחם, קיבלם און נאך, האבן זיך באטייליגט ביים צערעמאניע. עס איז געווען געשמאק. אבער זינט דאן איז יעדן טאג געווען די זעלבע, קיין שום נייעס. יעצט אז א גרויסע מחנה פערד קומען צו רייטן, וועט דאך זיכער זיין פרישע נייעס. געשמאק.
עס דויערט נישט לאנג, און די פרישע נייעס קומט טאקע אהן, א מחנה מיליטערלייט און שפיץ פון א מאדערנע יודל. העכטס אינטערסאנט! די נייעס ברענגערס שארן זיך צו נענטער מיט אנגעשפיצטע אויערן. זיי זענען שוין נמאס פון איבערקייען איר אלטע נייעס. אדליו דער פעל סוחר וועט אבער נישט פארפאסן די געלעגענהייט, ער שפרייזט צו מיט די געמאכטע זעלבסט זיכערקייט פון א געניטע סעילסמאן, און אפערט זיינע סחורה צו יאס.
'אה, עס געפעלט מיט טאקע דיין סחורה.' 'סאלדאטן, קלויבס ענק אויס די בעסטע און שענסטע, נישט קיין חילוק די פרייז. איך וויל עטס זאלטס האבן די בעסטע וואס איז נאר שייך!'
אדליו קען זיך קוים איינהאלטן פון שמייכלען אויף דיין גוטן מזל, ער שיקט שנעל זיין שיק-יונגעל ער זאל ברענגן נאך א גאנצע וואגן מיט סחורה פון די וועירהעוז. אין קוים א האלבע שעה פארקויפט ער מער ווי ער האט פארקויפט און די לעצטע צוויי יאר צוזאמען! ער קלאפט שנעל צאם די חשבון אין קאפ, און גייט צו צו יאס.
'א גרויסע שכח פאר אייער ביזנעס, די טאוטעל קומט אויס איינס מיט א האלב גאלד שטיק, ממש א מציאה! געווענליך וואלט איך געטשארדזשט כאטשיג צוויי גאלד שטיק, נאר פאר אייך, טייערע הער, גיב איך עס אייך פאר 30% אראפ!'
'דו שעמסט זיך נישט!' שרייט יאס מיט אייפער 'פונעם קעניגס שליח בעסטו געלט??!!! דו וואלסט געדארפט צוצאלן פאר די כבוד פון צושטעלן פעלצן פאר די קעניגס סאלדאטן, און דו בעטסט נאך געלט? פאר די חוצפה אליין, זאלסטו שוין באצאלן א גאנצע גאלד שטיק!'
אדליו ווייסט נישט צו ער זאל לאכן אדער וויינען, אבער די פנים פון יאס מאכט אים קלאר אז די מצב איז בכלל נישט פאני.
'אאאאיך איך איך, אהם אהם אהם האב געמאכט א שרעקליכן טעות, איך בעט אייך איבער, אהם..'
'בעט מיך נישט איבער, לויף שוין אין ברענג מיר א גאלד שטיק!'
'הויכגעשעצטער האר, איך האב נישט קיין גאלדשטיק. דדדא האט איר מיין געלט-זעקל מיט די גאנצע געלט וואס איך פארמאג, גלייבט מיר איך האב נישט מער'
יאס נעמט דעם געלט-זעקל, 'סאלדאטן, אראפ מיט זיין קאפ! אזוי זיך אויפצופירן צום קעניגס שליח?!?! אנבעליוועבעל!'
עס איז נישט דורך קיין צוויי סעקונדעס און אדליו טרעפט זיך מיט א קאפ קערצער, בשעת וואס יאס מיט זיין מחנה שפאצירן פארויס.
די מחנה קומט אהן אין צענטער פון מארק, און יאס רופט זיך אהן הויך, 'און נאמען פון קייזער זאלן די הויפטן פון יפו זאפארט אהערקומען!'
דער עולם איז גלייך געלאפן רופן בגקטיל, אלל, טיחם, קיבלם און די אנדערע חשובים. זיי האבן שוין געשפירט וואס דא גייט פאר, און מיט א געצווינגענע הכנעה שטעלן זיי זיך פאר דעם גריכיש געקליידעטע מאדערנע יודל. 'עס איז אינז אן עהרע אז דער הער קומט באזוכן אונזער שטאט. מיט וואס קענען אייערע קנעכט אייך באדינען?'
'איך בין געקומען איינקאסירן די שטייערן פון שטאט. איך באשטום אייער שטייער צו זיין הונדערט טויזענט שטיקער גאלד!'
'וווווווווואאאאאאאססססססססס? האט דער הער אפשר געמאכט א טעות און געמיינט צו זאגן הונדערט שטיקער גאלד?' רופט זיך אלל אהן שטאמלעדיגערהייט. 'מיר האבן אפילו נישט אזוי פיל געלט אין גאנץ יפו! אפילו אויב מיר ווילן, קענען מיר דאס נישט צושטעלן.'
'ניין??!! עטס קענטס נישט? סאלדאטן! שוין זאל מען הענגן די אלע ווידערשפעניגע פירערס!'
אהן קיין שהיות, האבן זיך די אלע פירערס געטראפן הענגן אין דער הייעך פון א דערנעבענדיגע בוים. די שטאטס לייט שטייט ארום שאקירט און ווייסט נישט וואס צו טראכטן. וואס גייט דא פאר?
'וואס שטייט עטס ווי קלעצער? ברענגסט אהער די געלט, אבער שוין!' הערט זיך די באסאווע שטומע פון יאס.
די יפו'ער איינוואוינער האבן זיך געמאכט א חשבון, אז די פּאָר פירערס האט ער טאקע געקענט שטראפן, אבער וואס קען ער דען טוהן מיט א גאנצע שטאט. דער עולם איז זיך צולאפן אין די הייזער, און זיך פארשטעקט ווי די מייז.
יאס מיט די סאלדאטן טרעפן זיך ווי א נאר אין א ליידיגע מארק, אבער דאס איז בעצם געווען יאס'ס פלאן שוין פון פאראויס. ער האט געוואלט אנזייען א פחד און א שרעק אויף דעם גאנצן ראיון, און יעצט האט ער די געלעגענהייט.
ער דרייט זיך אויס מיט זיין מיליטער צום טויער פון שטאט, ער הייסט זיינע סאלדאטן היטן דעם טויער אז קיינער זאל נישט ארויסגיין, און ביזדערווייל שיקט ער צען סאלדאטן זאלן נעמען פאקלען, און אינטער צינדען אלע עקען פון שטאט אז עס זאל גיין א רויעך עד לב השמים. קיינער און גארנישט זאל נישט בלייבן פון דעם שטאט. זאל יעדער וויסן אז מיט יאס שפילט מען נישט ארום.
חלק ג' - MS-13 גענג מאפיע נעמט איבער די רעגירונג

אין שטאט אשכלון איז שוין אנגעקומען די נייעס פון דעם פרישן אנשיקעניש מיטן נאמען יאס, די שטאט דרייט זיך ארום פארדאגה'ט נישט וויסענדיג וואס די נעקסטע טאג וועט ברענגען.
אבער איינער אין שטעטל איז גראדע יא צופרידן, דאס איז געווען דעם אלעמען באקאנטען געריבענע סוחר מיט דעם געשליפען צינגל, כוזרוס. כוזרוס איז א גרויסע גביר, און נישט דוקא דורך די מערסטע ארענטליכע ביזנעס האנדלונגן. נישט לאנג צוריק האט ער באקומען די איינציגסטע ווייסע מצריש'ע פערד אין געגענט, נאך וואס ער האט געפעלשט א דאקומענט אז מנהק דער וועקסלער האט עס אים פארקויפט. ער האט שוין לאנג געהאט אן אויג דערויף, אבער ער האט אליינס נישט געגלייבט ווי גרינג עס וועט אים אנקומען. ער האט ס"ה געדארפט שמירן די רעדער אין געריכט, און די פסק איז ארויס אז דער פערד איז זיינס.
יעצט ווען ער הערט אז איינער זיינס גלייכן קומט צו די מאכט, נעמט ער דעם טייערן פערד, בינדט צו זיין שענסטן וואגן לאדענט עס אהן מיט כל טוב וטוב, און לאזט זיך ארויס צו באגעגענען דעם יאס.
'חשובער הער' ביקט זיך כוזרוס ביז צו דער ערד מיט א געמאכטע הכנעה, 'עס פרייט מיר דאס הארץ אז אזא געניטע מאן ווערט די מוכס פון אונזער שטאט, דער מוכס פון ביז יעצט האט געטויגט אויף כפרות. צו דעם פרייליכען צייט, האב איך געברענגט א סעודה אזאנס און אזעלעכס! דעם טייערען פערד און וואגן, מיט אלעם וואס איז אין איר איז א מתנה פאר אייער עקסעלענס.'
יאס מיט די סאלדאטן פארברענגן נישט קיין צייט, און מען זעצט זיך אכל'ן אויף אלע באקן.
בשעת וואס די שמאלץ רינט פון די ליפן, שארט זיך כוזרוס צו צו יאס 'איך וויל דיר זאגן, אז די שטאטסלייט האבן אפגעמאכט ציווישען זיך אז זיי וועלן זיך נישט צושטעלן צו דיר, זיי וועלן שרייען און וויינען אז זיי האבן נישט, הער זיי נישט אויס! דו דארפסט זיי נאר אנשרעקען דורך אויסהארגענען די אלע פאלעטישענס, שטעל מיר אלס מוכס פון שטאט, און איך וועל דיר ברענגן די גאנצע הונדערט טויזנט גאלד שטיקער'
קיין סאך האט ער נישט געדארפט ארבעטן צו קאנווינסען יאס, די מחנה מארשירט אריין אין שטאט גראד צו די סיטי-האל געביידע. אלע פירערס, דזשאדזשעס, און חשובים הענגט מען אויף אהן ארויסזאגן א ווארט. די פרויען אין קינדער פון די גאהאנגענע קומען צו לויפן און ווארפן זיך צו די ערד מיט ליאמערדיגע געשרייען און געוויינען וואס מאכט א שטיין צוגיין.
יאס קוקט מיט א רשעות'דיגער שמייכעל. זיין פלאן ארבעט. די שטאטסלייט גייען אריין אין א פאניק, נאך פאר יאס אדער כוזרוס זאגן א ווארט, לויפט יעדער ברענגן סיי וואסערע געלט ער האט נאר אין זיין באזיץ. די פאסטעך פארקויפט זיינע שאף, די וועבער זיין וועב מאשין, די סטאלער זיינע כלים, אלעס צו צושטעלן די געלט פאר יאס'ס מוכס כוזרוס. די לעבן איז מער ווערט. די בערגל געלט וואקסט פון מינוט צו מינוט. יאס נעמט די גאנצע געלט, און שטעלט כוזרוס צו אנהאלטן די פלייץ פון געלט.
כוזרוס נעמט איבער די געביידע, און מאכט עס פאר זיין פריוואטע אפיס, פון דארט שינדט ער די הויט פון אשקלונ'ס איינוואוינער, און שיקט אפ חודש'לעך די געלט צו יאס. אבער נישט געזארגט, ער ווערט נישט ארעם פון דעם געשעפט...
פון דא אין ווייטער דארף שוין יאס גארנישט ארבעטן, און יעדן שטאט ווי ער קומט אהן, לויפן שוין די שטאטסלייט ארויס פאראויס מיט זייער גאנצע האב און גוטס. יאס שטעלט אפאר רוצחים צו ווייטער אנהאלטן די פלייץ פון געלט, און גייט ווייטער.
אינדערהיים לאזט ער זיך בויען א פאלאץ אזוי גרויס ווי א שטאט. אין דעם בויט ער אפילו א שיינע סיניגאגע וואס ער באזוכט עטליכע מאל א יאר, אבער די עיקר פון דעם הויז איז זיין שאץ קאמער ווי ער ווערט העווי לאודעד מיט קעש אין די מיליאנען. די אינוועסטעמענט וואס ער האט אריינגעלייגט מיט תלמי צאלט זיך אים אויס 100,000 מאל.


חלק ד' - ווער עס האט די מאה האט די דעה

ביים עק פון שטאט חיפה געפונט זיך א שענק, וואס איז אפען פון דריי אזייגער נאכמיטאג, ביז צווייע פארטאגס. יעצט איז פונקט חצות הלילה, אינז זעמיר אקארשט אויפגעשטאנען צו פראווען תיקון חצות, אבער איידער מיר גייען אין שוהל, לאמיר געבן א בליק אין שענק.
אט קומען מיר אהן, לאמיר געבן א בליק אין פענסטער. אה, דארט אויף די רעכטע זיין ליגן אפאר ליידאקעס אויסגעשטרעקט אויף דער ערד, נאך א לאנגע שווערע טאג פון טרונקען און זויפן. ביים טישל שטייט דארט דער מגושמ'דיגער גומפל וואס קען נעבעך נישט קיין אלף בית אפילו, און ער ציילט איבער די געלט פון די רעדזשיסטער. מען זעט אז זיין האנט איז נאך חלב'דיג פון נארוואס צולייגן אפאר ליכט אויף די הענגלייכטער.
אויף די אנדערע זייט זיצן דארט געמיטלעך צוויי חברה, און וועטן זיך אויף זייער קומענדיגער רונדע קוביא. פסול'ע עדות זענען זיי שוין מסתמא, אפילו אהן דעם וואס זיי זאלן זיין 'משחק בקובי'. ווער זענען זיי נאר? לאמיר קוקן בעסער. אה יא, ביים וואנט זיצט דער אלטער בחור צפני'. נעבעך, ער איז יתום נאך פון אלס קינד, זיין גאנץ לעבן איז געגאנגן מיט'ן פיטער אראפ, לעצטענס דרייט ער זיך דא אין שענק. מען קען אים נישט דן זיין. שיין פון אים אז ער לייגט נאך בכלל תפילין.
קעגן איבער, אויסגעדרייט צום וואנט זעהט זיך דער גראבער גענאק פון אגאפיא. בעצם איז זיין יודישער נאמען אפרים, נאר ער מיינט נעבעך אז מען וועט אים מער ארויפקוקן מיט דעם גריכישען נאמען. א רחמנות אויף אים. ער האט אויך קיינמאל נישט געלעקט קיין האניג אויף דעם וועלט.
אה, איך זעה, אז זיי רעדן עפעס, לאמיר זיך אינטערהערן.
אגאפיא: וואס זאגסטו צו יאס, ער האקט א לעבן!
צפני': נישט ממש, ער האקט יענעמס לעבן, האסט געהער וואס ער האט געטוהן אין באר-שבע?! ער האט אויסגעהארגעט אלע עשירים פאר גארנישט און פארנישט. ער האט פלעין געוואלט זייער געלט!
אגאפיא: נעה, איך גלייב עס נישט. זיכער האבן זיי נישט געוואלט געבן די טעקסעס וואס עס איז זיך אים געקומען. אבי מען מאכט אויף מעשיות. געדענקסט נישט אז ער איז געווען איינע פון די אמרכלים אין ביהמ"ק?
צפני': נו איז וואס? עס איז דא גענוג קאראפטעד אמרכלים. און וואס איז מיט דעם וואס ער מיט זיינע חברה האבן אנגעפאנגן נעמען מיידלעך רעכט און לינקס, אראפ פון גאס, און נעמען זיי אהיים. א שרעק!
אגאפיא, מיט א פינקעל אין זיין אויג: מיינסט עס אמת'דיג. די חברה מאכן טאקע א לעבן... אינז שפילן דא קוביא מיט אפאר פרוטות, בשעת וואס זיי באדן זיך אין גאלד. מען מיז עפעס טוהן. אמממ...
צפני': איך זעה דו פלאצט פאר קנאה, זייער גיהנום ביסטו אויך מקנא?
אגאפיא: וואס? דו ווייסט נישט אז די גאנצע גיהנום ביזנעס איז אויפגעמאכט ביי די קאראפטעד רבנים?
צפני': וואס רעדסו שטותים?!
אגאפיא: אזוי גאר, איך רעד שטותים? צדוק און בייתוס, די צוויי גרויסע תלמידים פון אנטיגנוס איש סוכו זאגן אזוי! זיי זענען ענדליך ארויסגעקומען אין פאבליק און קלאר געזאגט אז אנטיגנוס אליין האט זיי אזוי געזאגט! די גאנצע שכר/עונש קאנספיראציע האבן די קאראפטעד רבנים אויסגעזויגן פון פינגער. עס איז נישטא קיין גיהנום, נישטא קיין גן עדן, וואס מען כאפט אריין אויף די וועלט האט מען, און וואס נישט נישט. עס איז שוין דא א גאנצע מאוומענט פון זייער פאלאויערס. זיי רופן זיך צדוקים און בייתוסים. זיי לאזן זיך מער נישט דרייען די קאפ פון די רבנים. אונז קען מיר אליין אפלערנען א שטיקל חומש. אונז דארף מיר נישט זייער פארדרייטע פשטים!
צפני': אזוי גאר, איך האב נישט געוויסט אז דו קענסט אליין אפלערנען א שטיקל חומש. זאג מיר נאר, וואס שטייט אין די ערשטע פסוק אין חומש?
אגאפיא: דאס איז נישט די פוינט. די פוינט איז אז עס איז נאר דא די וועלט, און אונז דארפן דאס אויסניצן צו די מעקס! ווי לאנג וועלן אונז נאך שפילן מיט קאפיקעס?
צפני': איך ווייס נישט, עפעס שמעקט נישט גוט דא.
אגאפיא: קוק אהער, דו קענסט שמעקן וואס דו ווילסט, אבער מיר שמעקט דאס שוין איינמאל. איך גיי טוהן צו די זאך.
אוי, קוק דער אגאפיא שטעלט זיך אויף, ער גייט צו צום קאונטער, יוי איך גלייב נישט! פשוט און פראסט כאפט ער ארויס די געלט פון גומפלס הענט, און ער לויפט ארויס! איך מיז נאכגיין זעהן וואס ער גייט טוהן.
ער לויפט צום שניידער, ער וועקט אים אויף אינמיטן די נאכט. ער גיבט אים די גאנצע געלט וואס ער האט גענומען פון גומפל ער זאל אים יעצט אויפנייען א גריכישע סטייל ראוב. אה איך כאפ שוין! ער וויל גיין מיטארבעטן מיט דעם רשע יאס! אייאייאיי. איך וועל מוזן כאפן א שמועס מיט אים. אבער איך ווייס נישט אויב צייט איז רייף. לאמיך איהם ווייטער נאכגיין קודם.
איך ווארט שוין דא אפאר שעה, אה, דער שניידער ברענגט אים ארויס די ראוב. ווי גייט ער יעצט? לאמיך אים נאכגיין שטילערהייט.
אה, ער איז יעצט אנגעקומען צו דער יששכר דער וויין הענדלער. ער שפרינגט איבער דעם שטיינערנעם צוים, כאפט זיך אריין אין שטאל, און קומט ארויס מיט פערד. די פערד איז א פעסטער, ער שפרינגט איבער דעם צוים נאך איין שמייס פון אגפיא. אגאפיא לאזט זיך ארויס אין וועג!
איך וועל אים נאכפארן מיט מיין אייגענע פערד.
אה איך זעה אז אגאפיא איז נישט די איינציגסטע, אלע נידריגע עלעמענטן פון איבער גאנץ א"י קומען אהער. עס ווערט מיר גוט, די חברה גייען פירן דאס לאנד. א שרעק!
איך מוז אבער מודה זיין, יאס'נס פאלאץ איז עפעס הערליך, עס איז נאר א שאד וואס ער האט געמוזט לייגן די נארישע אפגעטער אינדרויסן. פוי אן עקל. אקעי אם לא עכשיו אימתי. איך מוז כאטשיג אפשטעלן אגאפיא.
אגאפיא! אגאפיא!
אוי, ער דרייט זיך אויס, איך ציטער..
יא?
אהם, אהם, איך האב נאר געוואלט פרעגן, וואס זוכסטו דא?
וואס הייסט וואס? פון היינט און ווייטער גיי איך האקן א לעבן. גענוג מיט די צייטן וואס יעדער האט מיר אנגעקוקט פון אויבן אראפ. איך גיי יעצט ווערן די אויפזעהער פון גאנץ חיפה! דו וועסט נאך זעהן. חנפה'נען קען איך גוט. איך וועל צוחנפה'נען יאס, און ער וועט מיר געבן חיפה.
און וואס איז מיט די אלע סטעטשוס פון די גריכישע אפגעטער, דו עקעלסט זיך נישט דערפון?
אוי יענקל, דו ביזט אזוי צוריקגעבליבן, קוים וואס איך קען דיר מסביר זיין. דו ביסט נעבעך סטאק מיט איין גאט, וואס איז אזוי בארינג. ער שלאגט זיך נישט קיינמאל, ער איז העכער פון אלע השגות, וכו' וכו'. די גריכישע געטער זענען אסאך מער פאן! (עפ"ל) קודם כל איז דא אבאנטש פון זיי, און עס טוט זיך! עס לעבט!
זעסט למשל, די גאט דא זאוס, די גאט פון הימעל דינערן און בליצן, האט געמאכט א פוטש קעגן די גאט קאראנאוס, די גאט פון צייט, און דער זאוס האט ציטיילט זיין מלוכה...
אוי אגאפיא, גענוג מיט די שטותים. איין מינוט, וואס זעה איך דארט? א סטאטוא פון אנטיוכוס, די גריכישע קעניג פון סיריע? וואס איז פשט?
האסט נישט געהערט? אוי דיין פארקוועטשטע קאפ ליגט אגאנצע טאג אין ישיבה, און דו קויפסט נעבעך אלעס אפ וואס מען פיטערט דיר דארטן. עס איז דא גאנצע וועלט אינדרויסן פון די ישיבות די קאראפטער רבנים! מאך דיך אויף דיין קאפ!
תלמי האט געמאכט א פאקט מיט אנטיוכוס, און ער האט אים געשיקט זיין טאכטער פאר א ווייב.
אוי, דאס איז דאך ממש ענבי הראזשינקע בענבי האראזשינקע...
וואטש וואס דו רעדסט! איך וואלט יעצט געדארפט אראפ נעמען דיין קאפ פאר דעם!
אבער עניוועי, צוריק צו אונזער שמועס. פון היינט אין ווייטער פירט אנטיוכוס דאס לאנד צוזאמען מיט תלמי. דער יאס פארשטייט גוט צו די זאכן, ער האט גלייך זיך גענומען שמירן די רעדער אין סיריע אויך, און תיכף געלאזט רופן אינדזשענירן פון סיריע צו בויען א מעכטיגע סטאטוע פון אנטיוכוס. אזוי אויך שיקט ער אים מתנות און געלט, פונקט ווי ער שיקט צו תלמי.
אפשר דאך בארעכענסטו דיך?
גענוג פארברענגט מיט דיר, זיי מיר געזונט. צום ווידער זעהן אין חיפה ווען דו וועסט מיר פאלען צו די פיס אז איך זאל נישט צונעמען דיין טאכטער. כא כא כא כא כא..
אוי, ער גייט צו יאס. עס ווערט מיר גוט. ער איז נאך נעבעך ביטער גערעכט אויכט. די קליינע גרופע יונגאטשן ווערן די פירער פון לאנד. דער באשעפער זאל שומר ומציל זיין.

חלק ד' - דער יון אין די סוכה

די מצב איז שרעקליך, די קליינע גרופע נידריגע עלעמענטן פירן דאס לאנד, און שלאגן כפרות מיט דעם גאנצן ציבור. די רבנים, עסקנים, שתדלנים זענען מאכטלאז. דער יאס ווייסט גוט ווי אזוי צו חנפנ'ן אנטיוכוס און תלמי, און קיינער קען גארנישט טוהן. ב"ה די איינציגסטע זאך וואס איז געבליבן מער ווייניגער אומבארירט איז דער ביהמ"ק. אין הכי נמי, די כהנים גדולים זענען נישט ווי אמאל, אבער דאך ווערט עס געפירט ווי די הלכה. איך מיין איך גיי טאקע אהין זיך צוזעהן די הייליגע עבודה, אפשר דאס וועט מיר העלפן בארואהיגן די געפילן. יא, דאס גיי איך טאקע טוהן. ארויף אויפן פערד, קיין ירושלים.
אה, איך זעה שוין די מעכטיגע מויערן פון דעם הייליגן שטאט, אוי איז דאס אנגעזאפט מיט קדושה. אוי ווי איך בענק נאך דיר, שטאט ירושלים.
וואס זענען די קופקעס דא? איז שוין דא עפעס פרישע נייעס? זאג מיר נישט אז עס האט עפעס צו טוהן מיטן ביהמ"ק, איך ווארן דיר.
'יונגערמאן, יונגערמאן!' פרעג איך א יונגערמאנטשיגל, 'וואס גייט דא פאר?'
'פרעג בעסער נישט, איינער מנלאוס איז נארוואס אנגעקומען מיט א בריוו פון אנטיוכוס אז ער דארף זיין די נייע כהן גדול. מען קען מיינען אז דער יעצטיגער כהן גדול ישוע איז א אזא גרויסע ענדע צדיק, אז מען דארף ברענגן איינעם מער גריכיש געשטומט. עס איז א שרעק'
'מנלאוס?' פרעג איך, 'דאס איז דאך א גוישע נאמען, ער איז א גוי?'
'א געווארענע גוי, ליידער מזרע ישראל, אפשר אפילו א כהן אויך. מען זאגט אז ער האט איבערגערעדט אנטיוכוס אז ווילאנג די 'פאנאטישע אלטמאדישע' יודן האבן קאנטראל אויפן ביהמ"ק, וועלן זיי קיינמאל נישט ווערן קיין 'נארמאלע מענטשן', מען דארף אריינשטעלן א 'היינטיגער' כהן גדול, פארשטייט אז צייטן האבן זיך געטוישט, עפ"ל. גראדע האט ער זיך אונטערגענומען אז קיין אפגעטער וועט ער נישט אריינברענגען. צום תורה שבכתב וועט ער זיך יא האלטן. א בראך צו אונז אז דאס איז שוין א טרייסט... הדא הוא דכתיב א יון אין די סוכה'
אוי טאטעניו, ווילאנג נאך??!! א שרעק. עס פארגייט מיר שוין די אפעטיט פון גיין אין ביהמ"ק. איך גיי אהיים.
עס גייט נישט דורך א שטיק צייט, און דער מנלאוס איז שוין אויך צו פרום פאר די פירערס פון לאנד. זיי האבן אים געמסר'ט פאר אנטיוכוס אז ער לאזט נישט אריין ברענגן די 'אפ טו דעיט' געטער אין ביהמ"ק, איז געקומען א פרישע בריוו אז דער רשע יאסון זאל ווערן כהן גדול, און דער יאסון האט זיך גלייך גענומען צו די ארבעט. היינט נאכט קומט פאר א גרויסע צערעמאניע אין ביהמ"ק ווי מען גייט פארשטעלן א סטאטוע פון די הויפט גריכישע גאט. גרויסע פלאקאטן הענגן אין די גאסן פון ירושלים מיט ריזיגע קידוש לבנה אותיות :
א פרישע דורכברוך אין אידישקייט!!!
אלע זענען געלאדענט צו די צערענאמיע היינט ביינאכט ווי מען גייט מאכן א ברוכים הבאים מסובה צום אריינשטעלן די מעכטיגע גאט זאוס אין ביהמ"ק!
דאס איז אן היסטארישע מאמענט, קיינער וויל עס נישט פארפאסן!
ווען דאס איז שוין פארטיג, דער הייליגער ביהמ"ק איז שוין אויך פארשוועכט, לאזן די חברה בויען א ריזיגע גימינאזיום הארט נעבן ירושלים, ווי מען גיבט 'עדיוקעישן' פאר די יונגווארג. פון סתם זיצן און קוועטשן די בענק און די שוהלן האט מען גארנישט, מען ברויך 'עדיוקעישן' (יא יא, אין כל חדש תחת השמש). דארטן וועט מען אויסלערנען די יונגווארג צו ווערן 'מענטשן'.
ווי אזוי ווילסטו וויסן? קודם כל, די אלטע פארקוועטשטע יודן מיינען נעבעך אז די גוף דארף זיין באדעקט. אונז ווייסן אבער אז דער גוף איז שיין! מען דארף עס ווייזן פאר די וועלט! איז די ערשטע זאך אין די גימינאזיום איז די צימער ווי מען טוט זיך אויס. דא גייט מען נאר נאקעט. די וואס זענען נאך מער בראווא, וועלן זיך אנהייבן דרייען נאקעט און די גאסן פון ירושלים. איי מען וועט דאך זעהן אז מען איז געמל'עט, און מען קען דאך חלילה באמערקן אז די יודן זענען אנדערש ווי די גוים? דאס איז נישט קיין פראבלעם. מען וועט אויפשטעלן א קליניק, מיט א גוטע דאקטער אימפארטירט פון גריכנלאנד, וואס ווער עס וויל, קען מאכן אומזיסט אן אפערעישן ווי מען וועט צוריק דרייען די ברית מילה אז מען זאל נישט באמערקן אז מען איז געמל'עט.
אזוי אויך, די אלטע פארקוועטשטע אויסגעוועפטע מיינען נאך אז זיך שלאגן און רייסן ביי די קעפ, איז א שלעכטע זאך. פארקערט! דא וועט זיין ספעשעל טיטשערס וואס וועלן אויסלערנען ווי אזוי זיך גוט צו פייטן, ביז עס גיסט בלוט! עס וועט זיין א נחת!
דאס איז אויסער דעם, וואס די רבנים מאכן א גאנצע 'ביג דיל' פון זאכן וואס זיי רופן 'נארישקייט'. עס איז געענדיגט די צייטן. פון היינט אין ווייטער טוט מען וואס מען וויל, ווען מען וויל, מיט וועמען מען וויל, און ווי מען וויל! פארקערט גאר, מיט דעם מאכט מען א נחת רוח פאר דעם גאט איראס!
בקיצור מען וועט אויפשטעלן דור וואס וועט זיך גארנישט דארפן שעמען פון די גוים. מיר וועלן זיך אויסקענען, און אויסקוקן פונקט ווי זיי. ווער ווייסט, מיטן הילף פון די יודישע און (להבדיל) גריכישע געטער, קען נאך ירושלים אהערשטעלן איינער וואס זאל געווינען ביי די גרויסע אלימפיס שפילען! אוי וועט דאס זיין א קידוש השם צי ווייזן אז יודן זענען גארנישט אזוי צוריקגעבליבן (עפ"ל).

חלק ה' - די אידן מאכן א רעוועלוציע?! (ג' תשכ"א)

רבותי, עס איז געבראקטע צרות, די רשעות'דיגע מתיונים זעהן איין אז דער עולם האלט נישט ביים ווערן 'אויפגעקלערט', עס איז זיי גוט און זיס מיט די מסורה'דיגע תורה, מיט אלע תקנות פון די רבנים. כאטש וואס די מתיונים/צדוקים/בייתוסים מאכן א לעבן, זיי האבן די גאנצע געלט און די גאנצע פירערשאפט פון לאנד, אפילו די ביהמ"ק האבן זיי, דאך ווייסן די ערליכע יודן אז די תורה איז זיסער פון זייערע גליקן. די מתיוונים האבן אפגעמאכט עס צו נעמען צו די נעקסטע לעוועל. אנטיוכוס די רשע האט לעצטנס געהאט עפעס א דורכפאל אין א מלחמה מיט מצרים, און עס האט זיך עפעס ארום געדרייט שמועות אז דער רשע האט שוין ענדליך גע'פגר'ט אויפן פראנט. ליידער האט זיך אויסגעשטעלט אז עס איז נישט געווען אמת. אבער די מתיונים ימ"ש האבן אויסגענוצט די געלעגענהייט צו אפקאכן א קשיא. קוק, דא האב ארויסגעווישט די געשריבענע נאטיצן וואס די קעניגליכע שרייבער האט אראפגעשריבן פון יענעם באזוך.
חכאוס [א מאדערנע אידל]: טייערע, מעכטיגע קעניג, אייער מייעסטעט די קייזער, וואס צו זיין קליגשאפט, וויסענשאפט און גבורה איז נישטא קיין גבול.
קעניג: [שמייכעלט]
חכאוס: איך בין געקומען ווארענען די קייזער איבער א שרעקליכע געפאר וואס הערשט אויף דיין טראן. די פארשטיקענע, פאנאטישע, פרומע אידן און ארץ יהודה האבן ערענסטע פלענער אראפצוווארפן דעם געערטן קייזער פון בענקל. עס איז מיר געווען ממש א ווייטאג [איין טרער אין די רעכטע אויג] צו צוקוקן ווי עס האבן זיך ארומגעדרייט שמועות אין ארץ יהודה אז... [וויינט שוין געהעריג] די קייזער.... חלילה האט אונז שוין איבערגעלאזט... איך האב ממש נישט אויסגעהאלטן ווי די פארשטינקענע פרומע פרייען זיך און טאנצן אין די גאסן! [כליפע] איך דאנק די געטער וואס האבן געהיטן דעם קייזער, און דער קייזער לעבט געזונט און פריש. אבער ווילאנג מען וועט נישט פטור ווערן פון די פאנאטיש פרומע, וועט די קעניגס טראן נישט זיין פארזיכערט. איך וואלט בעצם נישט געוואלט רעדן וועגן מיינע אייגענע ברודער וואס איך האב אזוי ליב [נישטא ווער זאל לאכן..]. אבער איך האב נישט קיין ברירה, איך קען נישט צוקוקן ווי עס איז דא א סכנה אויפן טייערע קייזער טראן.
קעניג: [רויט פאר כעס, שוים ביי ביידע עקן פון מויל] באדינער! רוף מיר שוין אהער נקנור, ער איז די ריכטיגע מענטש פאר אזא דזשאבץ
באדינער: צום באפעל
ניקנור קומט אריין און ביקט זיך
קעניג: ניקנור! גענוג געווען מיט די פארשטינקענע אידן. גיי קיין יהודה און ערלעדיג זיין איין מאל פאר אלעמאל. שחט זיי, הרג'ע זיי, שיס זיי, עס גייט מיר נישט אן ווי אזוי. נעם קער דעפון, אבער שוין!'
ניקנור [א ברייטע שמייכעל אויפן ליפן]: צום באפעל!
אוי! איך בין דא אין מארק, עפעס פון דערווייטנס קוקט אויס ווי עס ברענט א ריזיגע פייער. די רויעך גייט עד לב השמים. וואס עפעס ברענט א פייער אינמיטן די ליידיגע שטחים נעבן ירושלים?! עפעס מאכט נישט קיין סענס. אוי, דאס איז נישט קיין פייער! דאס איז די שטויב פון טויזענטער סאלדאטן וואס מארשירן אהער! אוי וויי, רבוש"ע וואס וועט דא זיין! איך לויף אהיים באהאלטן מיין ווייב און קינדער. די באשעפער זאל אונז היטן.
איך בין דא באהאלטן אונטער שלאס און ריגעל. עס איז שרעקליך! עס הערט זיך אונדרויסן קולות פון מענער, פרויען און קינדער, אויסגעמישט מיט די פארגרעבטע גריכישע געשרייען און לאכערייען. אוי רבוש"ע, עס איז שרעקליך צו הערן די געוויין פון א קינד וואס זעט וואס ווערט געטון מיט זיין מאמען, און נאך מער שרעקליך ווען די קול פונעם קינד ווערט פארשטילט מיט א קאלט-בליטיגע שווערד. מען קען דאך טויב ווערן פון די שטילקייט. אוי רבוש"ע.
יעצט איז שוין שטילער געווארן אינדרויסן. זעט אויס אז אפילו די רשע נקנור, זעט שוין אויך איין אז עס איז פשוט נישט מעגליך צו הרג'נען מילאנען מענטשן. מען הערט נאר די כליפידיגע געוויינערייען פון די פרישע אלמנות און יתומים וואס טרעפן זייערע טאטע, מאמע, ברודערס און שוועסטער געהרג'ט אויף די גאסן פון ירושלים. לאמיר ארויסגיין כאפן א בליק. אוי! די בילד איז שרעקליך!! 40,000 אידן זענען געהארגעט געווארן. פ-ע-ר-צ-י-ג ט-ו-י-ז-ע-נ-ט! אוי הייליגע באשעפער, ווי קען מען פארנעמען די צער!
אוי, קוק נאר ווער עס שטייט דארטן אין ווינקל, אונזער אלטער חבר אפרים, איך מיין, אגפיא. ער שמייכעלט זיך אונטער?!
"אגפיא!"
יא
עס שטערט דיר נישט די חורבן וואס די גריכן מאכן דא? די בלוט וואס גיסט זיך אויף די גאסן שטערט דיר נישט? וואס ביסטו אזוי גוט געלוינט, באשעפער זיסער?
קודם כל, באשעפער מיר נישט. און אז דו פרעגסט מיר וואס איך בין אזוי גוט געלוינט, וועל איך דיר ענפערן. אונז האמיר פרובירט צו גיין מיט ענק מיט גוטן, און עטס האטס זיך נישט געלאזט. ענק האלטן נישט ביים ווערן אויפגעקלערט. נו, וואס האמיר דען געקענט טוהן? לאזן אידן בלייבן פארפרומט און צוקעוועטשט?! דאס איז דאך ממש א חילול השם...
אוי באשפער איינציגער. נישטא קיין ווערטער.

חלק ו' - ער רעגט זיך, ער רעגט זיך

היינט הענגט פלאקאטן דא אז יעדער מוז זיך צאמקומען אין ביהמ"ק, אנשים נשים וטף. עס איז אינטערגעשריבן דורך נקנור אליינס. איך האב א געפיל אז ער גייט נישט דארט טיילען דאונאטס. איך ווייס נישט וואס יא, אבער אז ער הייסט קומען, דארף מען קומען.

וואוו! דו האסט נישט קיין אנונג וואס דארט איז געווען, איך קען עס נאך אלס נישט גלייבן! פרעג נישט! אקעי, לאמיך זיך בארואיגן און דערציילען געהעריג. איז אזוי. דער שמוציגער ניקנור האט געטרייט איבערצורעדן נישט קיין אנדערע ווי דער אלטער צדיק מתתיהו זאל מקריב זיין א דבר אחר פאר איינע פון זיינע געטער. ער האט געטרייט מיט גוטן און בייזן, אבער פארשטייט זיך אז עס האט אים גארנישט געהאלפן. מתתיהו איז געבליבן שטיין ווייט אוועק פון אים, און געזאגט, דו פאלגסט דיין קעניג, און איך פאלג מיין קעניג. נאך וואס דאס האט נישט געארבעט, האט ניקנור אויסגערופן הויך 'ווער וועט זיין די ערשטע דרייסטע יוד וואס וועט זיך ארויסשטעלן אלס העלד און מקריב זיין די קרבן? עטס זעטס דאך אלע ווי איר קומט אהן מיט קלעבן צו אייער אלטמאדישע רעליגיע'
קודם האט זיך קיינער נישט גערירט פון פלאץ, אבער נאך א האלבער מינוט האט זיך שמייקע יעקלס ארויסגעשטעלט אז ער איז גרייט. איך האב שוין לאנג באמערקט אז ער איז עפעס פויגעלדיג, איך האב אבער נישט געוויסט ווי ווייט עס האלט. דער שמייקע גייט צו מיט א געמאכטע דרייסקייט און גרייט זיך צו מקריב זיין דער קרבן! מיין הארץ איז פארקלעמט, מיין מח איז ציטומעלט, ווי זעמיר דא אנגעקומען?!??! רבונו של עולם!!!!
אבער וואס עס איז געשען נעקסט, איז נישט צום גלייבן. דו ווייסט דאך אז דער אלטער מתתיהו איז א כהן, אן אייניקעל פון לוי וואס יעקב האט שוין געשאלטן זייער כעס, ארור עפם כי עז. זייט דעמאלס זענען אלע כהנים אזוי היבש, אהם, לאמיר עס אנרופן לעבעדיג. פלוצלינג פונעם אנדערען עק קומט דער אלטער מתתיהו צו לויפן, זיין פנים ברענט פאר כעס, זיין פיס לויפט ווי א הערש, זיין לאנגע ווייסע בארד צישטרויבעלט זיך אויף אלע זייטן, עס האט אויסגעזעהן ווי ער גייט עקספלאודן! איך האמיר פשוט דערשראקן! זעהט אויס אז די כבוד שמים ברענט אין אים. ער לויפט צו צו שמייקע, שלעפט ארויס א שווערד פון אינטער זיין קלייד, און ניטש מער און נישט ווייניגער שמייסט אים אראפ די קאפ! דער ניקנור שטייט ווי א באגאסענע מיט הייס וואסער, ער ווייסט נישט וואס דא געשעהט. דאס איז דער אלטער שטילער מתתיהו?!?! אבער מתתיהו לאזט אים נישט טראכטן קיין סך, מיט א הימלישע גבורה שניידט ער דורך זיין פארגרעבטן האלדז פון ווי ער וואלט זיך ווען טרענירט אין גימנאזיום פאר לאנגע יארן. יעצט איז שוין נישטא קיין וועג צוריק, מתתיהו זעצט זיך ארויף אויפן פערד, און שרייט הויך 'מי לה' אלי! פאר וועם די כבוד פונעם אויבירשטן איז טייער, זאל קומען מיט מיר! אונז גיימער מלחמה האלטן מיט די וואס פארשוועכן זיין כבוד'
מתתיהו מיט זיינע קינדער שפרינגן ארויף אויף פערד, און הייבן אן שניידער גריכישע סאלדאטן רעכטס און לינקס! נישט צום גלייבן וואס איך זעה!

עס איז שוין יעצט סוף טאג, און די חברה האבן אוועק געלייגט 7,772 גריכישע גבורים! וואס גייט פאר מיט אים? ער מיינט טאקע אז ער גייט מלחמה האלטן מיט די גריכישע אימפעריע? איך הער אז ער פלאנט זיך אויסצובאהאלטן אין די ארומיגע בערג און היילען, און פון דארט וועט ער פירן די מלחמה. אזוי אויך וועט ער דארט קענען דינען דעם אויבירשטען אהן שרעק. עס זאגט זיך טאקע גרינג, אבער וואוינען אין א הייל איז ווייט פון באקוועם. איך מיין איך גיי נישט. איך זעה אז פונקט די אלע יודן וואס מען הערט נישט פון זיי קיין הויך ווארט, אויסער ווען זיין פלאמען אריין אין א נשמת, זיי זענען גרייט צו מלחמה האלטן פארן כבוד פונעם באשעפער. בשעת וואס די אלע וואס פלוידערען ביי יעדע קופקע וואס מען דארף אלס טוהן, שארן זיך שטילערהייט אין א זייט. זאל דער באשעפער זיי ארויסהעלפן, זיי מיינען עס דאך אזוי תמימות'דיג און אמתדיג. אבער בדרך הטבע זעה איך נישט זיי זאלן קענען עפעס אויפטוהן. איך גיי אהיים צו מיין בעט. עס איז צו באקוועם, און מיין לעבן איז מיר נאך צו טייער. אדער אפשר זאך איך יא גיין מיט מסירות נפש? ווער ווייסט. דער באשעפער זאל מיך חונן דעת זיין.

חלק ז' – די ערשטע גזירת שמד

עס איז לעצטנס גאנץ רואיג דא אין ירשלים. נקנור האט דאך שוין גע'פגר'ט, און די איבערגעבליבענע גריכישע סאלדאטן זיצן איין. זיי זיכן זיך נישט קיין צרות. אבער איך האב א געפיל אז דא גייט נישט זיין רואיג פאר צו לאנג.
נו, וואס מיינסטו? איך האב געוויסט דאס גייט געשען. די אויפגעקלערטע חברה האבן דאס נישט געקענט אראפ שלינגן. זיי זענען נאך טיף פארזינקן אין זייער דמיון פון די גליק פונעם גוי, און ווי די פרומע שטערן נאר פון עפעס 'אויפטון פאר אידישקיין.' די באנדיטן זענען געלאפן מיט איין אטעם צו אנטויכוס, און אראפ געלייגט די גאנצע מעשה ווי כאילו די אידן האבן אנגעהויבן א רעוועלאציע, און פשוט און פראסט אנגעהויבן אויסהארגענען די גריכישע אפיצירן פאר גארנישט און פאר נישט.
די חברה זענען דא צוריק, צוזאמען מיטן גענעראל בגריס, און שפיץ פון א מיליטער פון 22,000 סאלדאטן! קודם, פשוט צו מעלדן אז זיי זענען דא, האבן זיי אויסגעפירט א מאסן שחיטה. נאכדעם האבן זיי ערלעדיגט א בריוו פון אנטיוכוס אז מען טאר מער נישט היטן קיין יודישקייט. די מתיונים האבן אים מסביר געווען אז זיי טרייען אויפצוקלערן די יודן, און זיי לאזן זיך נישט. די איינציגסטע וועג וועט זיין מיט כח. עס איז בכלל נישט שווער געווען אים איבערצורעדן, און ער האט זיי געגעבן די בריוו וואס זיי האבן געוואלט. ספעציעל האבן זיי זיך פארלייגט אויף די סימבאלישע זאכן וואס מאכט א יוד שפירן ווי א יוד, שבת, חודש/ימים טובים, און ברית מילה. און דאס איז נישט סתם. זיי סטראשענען מיטן לעבן ווער עס וועט געכאפט ווערן עובר זיין אויף זייער באפעל. דאס איז די ערשטע מאל אין היסטאריע וואס די 'אויפגעקלערטע' ניצן די גוי'שע רעגירונג צו ארויפצווינגן זייערע קאפריזן אויפן ערליכן ציבור. אבער איך האב א געפיל אז דאס וועט נישט זיין די לעצטע...
יעצט קומט אריין באריכטן אז זיי האבן שוין אפילו געטוהן למעשה ר"ל. ביי שלטיאל איז געבורין א קינד, און פארשטייט זיך אז ער האט געמל'עט זיין קינד ווי די דין. די באנדיטן זענען געוואר געווארן, האבן זיי אים אראפגענומען די קאפ, דערנאך האבן זיי גענומען זיין אומגליקליכע פרישע אלמנה, געבינדן די הענט פון אינטערוויילאכטס, אויפגעהאנגן די פיצל ניו-בארן בעיבי פון די מאמעס האלדז, און בשעת וואס דאס קינד האט זיך געשטיקט און געווארפן, פייניגען זיי איר צום טויט ר"ל. נישט צום גלייבן, ישראל כשהן יורדין... וויפיל קען דען דאס הארץ פארנעמען? אבער וואס קענען מיר דען טוהן דערצו? זיי האבן דאך טויזענטער גריכישע סאלדאטן סטאנציאנירט דורכאויס די לאנד. טאקע מתתיהו מיט נאך טויזענטער אידן, וואוינען אין די היילן, און דארט דינען זיי די באשעפער אומגעשטערט. אבער וואס איז מיט אונז? דער באשעפער זאל זיך שוין מרחם זיין אויף זיינע געטריייע באדינער. דאס איז לכאורה א שטראף אויף דעם וואס מיר אליין האבן זיך נישט גענוג אנגעשטרענגט אויף כבוד שמים. ווען מיר וואלטן געווען גענוג ערליך, וואלטן מיר קיינמאל נישט צוגעלאזט אז אזא גרופע זאל זיך בכלל פארעמען פון די ערשטע מינוט. אוי לנו כי חטאנו, און יעצט ליידן מיר די קאנצעקווענצן. השם יצלינו. די הארץ פלאצט פאר צער.

חלק ח - דינה #2

די באנדיטן זענען עפעס געפערליך אנגערייצט די לעצטע שטיק צייט. די מעשה איז אזוי. ווי נישט ווי, איז עס נישט קיין גרינגע ארבעט זיך צו ספראוון מיט די אידעלעך. מילא די מתיוונים, זיי האבן דאך א אגענדע צו צופיקסן דעם ערליכן ציבור. אבער די יוניש'ע אפיצירן ווערן שוין היבש נמאס פון דעם שפיל. דער מניול בגריס איז אויפגעקומען מיט א פלאן ווי אזוי צו שיסן צוויי פייגל מיטן זעלבן קויל. ער וועט ציפיקסן דעם ערליכן ציבור, און געבן אפעטיט פאר זיינע אפיצירן אויף איינמאל. ווי אזוי? אדרבא, ליין דו אליין דעם עקעלדיגע פלאקאט:


דיוטמגא
אלס טייל פון די געוואלדיג אויפטוענגן פון די גריכישע קולטור פאר די אידישע באפעלקערונג, ווערט פראקלאמיר א פרישע חידוש. פון היינט אין ווייטער, יעדע מיידל וואס ווערט א כלה, וועט קודם וואוינען איין נאכט אין דעם הויז פונעם לאקאלן הגמון. און דורך דעם וועלן די געטער בענטשן דעם זיוג מיט אלעם גוטן. ווער עס וועט זיך קעגן שטעלן דעם געזעץ, וועט גע'הרג'ט ווערן אויפן פלאץ.
אינטער געשריבן
בגריס
דער גרויסער העלט אויסדערוועלט דורך די געטער.

דעם פלאקאט איז שוין אלטע נייעס, אבער דערווייל האבן זיי ב"ה נישט מטמא געווען קיין איין אידיש טאכטער. מען האט אויפגעהערט מאכן גרויסע חתונות. אזוי ווייסן נישט די חברה דערפון. נאר ווען איינער איז גרייט צו חתונה האבן, מאכט ער א סעודה אינדערהיים, און ער צינדט אן אסאך לעכט און חצר, און דער עולם ווייסט שוין אז דאס מיינט אז עס קומט דארט פאר א חתונה. מען גייט אריין, מען מאכט א לחיים, מען וואונטשט אן די חתן כלה, און מען גייט ווייטער. דאס איז געווען ביז יעצט. די מנהג גייט שוין לכאורה בלייבן אויף א געוויסע זין, אפילו נאך וואס די גזירה וועט בטל ווערן. דהיינו, די וואס באגלייטן די חתן כלה, וועלן גיין מיט פאקלן.
אבער יעצט, איז די טאכטער פון יוחנן בן מתתיהו א כלה געווארן, און אלע קופקעס רעדן דערפון. עס האט נישט גענומען לאנג, און עפעס אן אויפגעקלערטע מתיוני איז געוואר געווארן דערפון, און ער איז געלאפן מסר'ן. יעצט דרייען זיך די באנדיטן ארום ווי פאר'סמ'טע מייז, און זיכן דעם כלה.
אוי וויי! עפעס טוט זיך א געראטשקע ביי א אידישע הויז. עס קוקט אויס אז די באנדיטן האבן איר געפאקט! רבוש"ע! קענסטו דען צולאזן אזא זאך? פונקט א כהנת פון אזא חשוב'ע משפחה זאל מען מטמא זיין?! עפעס שרייט דאס מיידעל, וואס זאגט זי נאר? לאמיר צולייגן אן אויער. "עטס גייטס צולאזן אזא זאך?! וואס האבן די הייליגע שבטים געטון ווען שכם האט מטמא געווען דינה? זיי זענען געגאנגען אין פייער און וואסער פאר איר! ווי זענט עטס?!"
זי שרייט קולי קולות נעבעך. אבער וואס קען מען דען טון? די אנגעפאשעטע, באפאנצערטע, פארגרעבעטע סאלדאטן זענען דא ווי די היישעריק! אוי, עפעס גייט קולות פון די אנדערע זייט. יויש! איך גלייב נישט וואס איך זע! דער אלטער מתתיהו מיט זיינע פינעף קינדער, וואס כמעט וואס מען קען זיי נישט כאפן אינדרויסן פון ביהמ"ד, זענן דא מיט שווערדן! עפעס האלטן זיי אויך עפעס א פענדל אין די האנט , אוי דאס איז צוקער זיס. זיי שפילן געהעריג מיליטער... לאמיר שוין זען ווי אזוי ער האט געגעבן א נאמען פאר זיין מיליטער. 'די אייזערנע פויסט'? 'די פינעף גבורים'? וואסערע נאמען קען ער זיך שוין געבן? לאמיר זעהן. 'מכבי', וואס מיינט דאס? אה, איך כאפ. מי כמוך באלים ה'! ער ווייסט אז ער האט נישט קיין שום שאנס צו באזיגן די גריכישע מיליטער אליין. אבער ער פארלאזט זיך אויפן באשעפער אליין! זאל דער באשעפער אים טאקע העלפן.
וואס זאל איך דיר זאגן. דו וועסט נישט גלייבן. עס איז יעצט י"ז אלול , א וואך פאר סליחות, און דער מתתיהו מיט זיין אינטערסאנטן פענדל האט אויסגעשחט'ן יעדע לעצטע גריכישע סאלדאט! איין איינציגסטע בגריס האט זיך ארויסגעדרייט פון אים, און אנטלאפן קיין אניוכוס זאגענדיג אז אפילו אלע פעלקער פון די וועלט וועלן זיך צאמנעמען זיך צו קריגן מיט די 'מכבים,' וועט נישט זיין קיין מציאות זיי צו געווינען. דעם טאג איז באשטומט געווארן אלס א יערליכע יו"ט.
חלק ט - עלעפאנטן?!

עס איז יעצט ממחרת יום הכיפור. עס איז גאנץ רואיג דא. איך האף אז דער פארשלטענער אניוכוס האט זיך געלערנט א לעקציע אז מיטן באשעפער הייבט מען זיך נישט אן. אבער מען קען נישט וויסן מיט אים.
איין מינוט, איך הער א דינער פון דערווייטנס. עס גייט יעצט רעגענען? איך האב דאך געוואלט בויען מיין סוכה. און בכלל, וואס איז פשט פון א רעגן אינמיטן תשרי? דער דינער האלט אן און עס ווערט נאר צוביסלעך העכער און שטערקער. וואס איז פשט דערפון. אוי! איך האב מורא אז דאס איז בכלל נישט קיין רעגן. לאמיר דא ארויפקריכן אויפן מויער כאפן א בליק.
אוי! שרעקליך! א ריייייייייזיגע מחנה מארשירט אהער! אבער ריזיג איז נישט די ווארט. וואס זען איך דארטן?! עפעס ריזיגע פעטע פערד, אזוי גרויס ווי 10 פשוט'ע פערד, מיט א ריזיגע לאנגע נאז! אה! דאס איז דער 'פּיל' וואס מיר האבן געלערנט אז ווען מען זעט עס דארף מען מאכן די ברכה משנה הבריות. דאס איז טאקע משונה'דיג. ווי אזוי איז דען מעגליך צו מלחמה האלטן מיט אזאנע מאנסטערס. און נאכדערצו אויף זייער ריקן איז דא א געביידע, פון ווי געלערנטע סאלדאטן שיסן פיילן. אוי דאס איז שרעקליך. א פחד! נאר פון קוקן אויף זיי קען מען אויסגיין. איך וויל נישט טראכטן וואס עס געשעט ווען די מאנסטערס לויפן אריין אין צוטרעטן א מחנה סאלדאטן. דאס איז דאך א שרעקליכע מיתה משונה! אוי רבוש"ע.
איך הער יעצט אז מען איז געוואר געווארן אז עס איז דא דארטן 10,800,000 סאלדאטן! איך זע דו כאפסט נישט פון וואס איך רעד. קוק אויף דעם פיקטשער וועסטו בעסער פארשטיין. אין דעם פיקטשער איז דא 10,000,000 פּעניס. קענסט זיך פארשטעלן ווען יעדע פעני איז ווען א אנגעפאשטע סאלדאט? יונים 'נקבצו' עלי! זיי האבן צאמגענומען א יעדע מיליטער פון א יעדער פאלק וואס איז נא דא אונטער זייער הערשאפט. און ווער מיינסטו פירט זיי אהן? אונזער אלטער בגריס! ער האט זיך דערזען מיט וואסערע ארמיי ער האט דא, האט ער באקומען קאנפידענס, און ער איז דא צוריק! פגר'ן זאל ער, דער רשע.
די חברה זענען געקומען מיט אזעלכע ריזיגע זוילן (לעקטריק פאולס,) מיט א גראבע שטיק אייזן ביים עק. בערך צוואנציג סאלדאטן האלטן דעם זויל, זיי קומען צו לויפן מיט א שנעלקייט און זעצן עס אריין אין די מויער מיט א האר אויפשטעלענדע זעץ. א גאנצע טאג און א גאנצע נאכט הערט מען נאר דאס. א זעץ נאך א זעץ. ווי לאנג וועט דען די מויער קענען אויסהאלטן?

חלק י' - א פרישע אנשיקעניש

קוק אהער, די מחנה איז טאקע שרעקעדיג, אבער ביז אהער האמיר דאך אויך גארנישט געוואנען בדרך הטבע. אבער יעצט איז אנגעקומען א פרישע אנשיקעניש. א שנה ופירש'ניק, וואס האט זיך אפיציעל גע'שמד'ט צו ד גריכישע געטער, איז יעצט אריבער צו בגריס'ן, און אים איבערגעגבן אלע סודות ע"פ קבלה פון ווי די אידן באקומען זייער אלע כוחות און השפעות. ער האט אים מסביר געווען, אז אויב וויל ער האבן א שליטה אויף די אידן דארף ער מבטל זיין די מנורה און די קרבן תמיד. איך הער אז דער בגריס גייט זיך טאקע פארלייגן אויפן הייליגן ביהמ"ק. אוי וויי. איך וויל נישט זען וואס גייט דארטן געשען. אבער דו ווילסט דאך הערן די נייעס. וועל איך לכבוד דיר טאקע זיך באהאלטן לעבן די מקום המקדש, דיר צו ברענגן א לעבעדיגע באריכט.
וואס זאל איך דיר זאגן, עס די מצב איז שרעקליך שב'שרעקליך. דאס וואס איך האב מיר פארגעשטעלט, איז טאקע געשען. די מויער האט זיך איבער געבראכן, און די אנגערייצע הינט האבן זיך א לאז געטון אויף די גאסן פון ירושלים. אוי וויי. די שרעקליכע קולות פון רציחה וואס איך האב שוין מיטגעהאלטן און מיין יונגע לעבן. קודם ווען נקנור איז געקומען, און נאכדעם ווען די רשע בגריס איז געקומען צום ערשטן מאל, און יעצט ווען דעם מטורף איז געקומען צום דריטן מאל. אוי דאס הארץ צוגייט!
אוי, דא קומט ער שוין מיט די גאנצע רציחה צום ביהמ"ק. אוי, דער 'חיל' וואס האט געדארפט אנצייכענען אז דא מעג א גוי נישט אריבער גיין, גייט ער און צוברעכט עס קעגן יעדע פון די דרייצן טויערן. ער לויפט ארום און זייט אן א חורבן איבעראל. אוי וויי. און די צייט וואס און א געווענליכע יאר איז מען יעצט מקריב די פרי החג קעגן די זיבעציג פעלקער, דרייען זיך די פעלקער ארום פראנק און פריי און באשעפערס הויז.
אוי ווער איז דארט? מרים בת בלגה די משומדת? אוי וויי. זי גייט צו די הייליכע מזבח, שטויסט עס מיט איר שמיציגע פיס, און חוזק'ט אפ דערפון. נאכדעם לויפט זי ארום צו יעדע זאך אין ביהמ"ק עס דוקא אנרירן און מטמא זיין. א גוי איז דאך בעצם נישט מטמא, עכ"פ מדאורייתא. גייט דא אידישע טאכטער, און פארקלעמט די הערצער פון אירע אידישע ברודער. אוי טאטע זיסער. איך האלט עס שוין נישט אויס. איך בין נייגעריג צו דער אלטער מתתיהו האט יעצט אויך פלענער. איך גיי אריבער קיין מודיעין זען וואס עס גייט דארט פאר.


חלק י"א – די הימלישע מלחמה!

אה, איך קום שוין דא אן, און יא! דער חשמונאי משפחה האט פלענער! זיי גרייטן זיך ערנסט אויף א מלחמה. זיין ריזיגע ארמיי פון גאנצע צוועלעף מענטשן גייען מלחמה האלטן מיט באלד עלעף מיליאן געלערענטע זעלנער... אבער קוק אהער, ער גרייט זיך פעסט אן דערצו. ניין, נישט מיטן אנגרייטן א פעסטע סטראטעגיע, נישט דורכן שארפן די שווערדן און נישט דורך אנגרייטן מלחמה טאקטיקן. ער האט א צווייטע זאך אינגאנצן. די מכבי ארמיי פאסט! אזוי פלאנען זיי צו גיין אין מלחמה. אפגעשוואכט פון זייער תעניתים. זיי גייען אנגעטון מיט א זעק באשמירט אין אש, און זאגן זיבן מאל ויהי נועם, און אזוי לאזן זיי זיך ארויס מלחמה האלטן מיט מילאנען סאלדאטן! איין מינוט, זיי האבן דאך ניטאמאל קיין נארמאלע געווער. וואס איז יענץ? אה, איך כאפ שוין. און איין האנט האלט ער א אקער אייזן. די זעלבע אקער אייזן וואס ער פלעגט ניצן צו פלאנצן תבואה פאר די מנחות. און די צווייטע האנט האלט ער א פעלד מעסער וואס ער פלעגט ניצן צו שניין טרויבן צו מאכן וויין פאר די נסכים. און מיט די כלי מלחמה לאזט ער זיך ארויס אויפן וועג קיין ירושלים!
איך גלייב נישט וואס איך זעה! די צוועלעף אפגעשוואכטע הייליגע תלמידי חכמים, לויפן ארום און שחט'ן אפ די גוישע סאלדאטן, ווי זיי וואלטן געווען גראזעלעך. די סאלדאטן גייט זיי עפעס אלעס אזוי מיטן פיטום אראפ. יעדעס מאל זיי ציען אויס א בויגן צו שיסן א פייל, צוברעכט זיך די בויגן, און די פייל פליט אריין ביי זיי אין בויך. אפילו ווען זיי ציען ארויס א שווערד, קוקט עפעס אויס ווי א מלאך כאפט עס אן, און שטעקט עס אריין צוריק אינעם סאלדאט'ס אייגענע אנגעפאשעטע בויך. קוק נאר אן דארטן יוחנן, ער לויפט צו צו אן עלעפאנט אן קיין שרעק, און שניידט אים אויף די בויך פון אינטן. די עלעפאנט שטרעקט זיך אויס א טויטער, און ביז אפאר סקונדעס האט ער שוין אויך אפגעשחט'ן די סאלדאטן וואס זענען געווען אויף דעם עלעפאנט. און ער לויפט שוין ווייטער!
דאס גייט שוין אזוי אן פאר א וואך צייט. עס איז ממש נישט צום גלייבן. א מיליאן סאלדאטן ליגן שוין טויט אויף די גאסן! אוי איז דאס א נחת צו קוקן. די שטאלצע רשעים וואס האבן זיך געפילט אזוי מעכטיג מיט זייערע פארגעשריטענע וואפן און מלחמה טאקטיקן. די וואס האבן אן קיין ברעקל רחמנות צוטרעטן און אפגשחטן טויזענטער אידישע קינדער, ליגן יעצט טויט אויף די ערד. אבער עס זענען נאך דאך פארט דא נאך 10,000,000 סאלדאטן דא. וואס וועט זיין?
אָה אַה, דאס איז שוין נעקסט לעוועל. עס האט פלוצלונג אנגעהויבן צו בליצן פון הימעל. אינמיטן העלן טאג! דער אויבירשטער אליין האלט מלחמה מיט די פארשלאטענע גריכן. די בליצן פליען פון הימעל גראד אריין אין די רשעים. די חברה פאלן רעכטס און לינקס! נישט צום גלייבן! און די אפיקורסים זענען אזוי פאר'עקש'נט, אז זיי געבן נישט אויף. נא נא, גוט פאר זיי!
עס איז יעצט כ"ד כסליו ג' תשכ"ב. עס איז שטיל. די אלע 10,800,000 סאלדאטן ליגן פגרים מתים. אפילו דער גרויסער בגריס אליין ליגט ציווישן זיי א פגר. די פארשימעלטע נבילות מאכן א ריח עד לב השמים, אבער דאס איז דאך זיסער פון יעדע בשמים. א מחי'!
יעצט, צום ערשטן מאל אין דריי יאר האבן ערליכע אידן צוטריט צום הייליגן ביהמ"ק. איך זע אז די חשמונאים גייען טאקע יעצט אהין. לאמיר מיטגיין.
אוי וויי ווי אזוי די ביהמ"ק זעט אויס. די רשעים האבן דא אנגעזייט א חורבן עצום. אלע כלים האט מען גע'לקח'ט אדער צובראכן. די הייליגע מנורה, די גאלדענע מזבח, די שלחן, אוי הייליגע באשעפער, ווי אזוי האסטו צוגעלאזט אזא זאך?! ביז נישט צו לאנג צוריק, ווען שמעון הצדיק איז געווען כהן גדול, האסטו זיך נאך אפן באוויזן אין דעם פלאץ. די נר המערבי האט זיך קיינמאל נישט אויסגעלאשן, און איז געווען א קלארע סימן אויף דיין שכינה וואס רוט אין דעם פלאץ. יעצט קוקט דאס פלאץ אויס ווי א צובראכענע גוף אן קיין נשמה. אוי וויי. לאמיר זיך אלע אנטון זעק מיט אש. די כהנים בלאזן מיטן שופר, און דער גאנצע עולם פאלט אראפ אויף די ערד אין א יאמערליכע געוויין. אוי לנו כי חטאנו! ווען אונז וואלטן געווען גענוג ערליך פון אנפאנג אן, און זיך גענוג גע'עקל'ט פון יעדע גוי'שע זאך, וואלט די מתיונישע באוועגונג זיך נישט געקענט אויספארעמן פון די ערשטע מינוט. לאמיר אלע תשובה טון. אונז וועלן זיך האלטן צו יעדע ווארט פון די תורה מיט אן עקשנות דקדושה. פון א גוי און פון גוי'שע זאכן וועלן מיר זיך עקלען. אונז וועלן זיין שטאלצע אידן!
וואס טוט מען יעצט מיט די מזבח? אויף דעם האבן דאך די רשעים מקריב געווען חזרים צו די אלע בייזע רוחות. איז דא א וועג צו מטהר זיין די מזבח? אונז האמיר נישט מקובל קיין שום הלכה אויף דעם. אוי, ווי זענען די נביאים וואס האבן ביז נישט אזוי לאנג צוריק געקענט אנפרעגן אין הימעל. נאך א דערמאנונג ווי נידריג די דור איז. ווי אזוי קען מען לעבן אין אזא וועלט ווי דער אויבירשטער איז אזוי באהאלטן אונטער א דיקע מויער? אוי טאטע זיסער... הלואי ווען דו זאלסט כאטשיג נאר נאך איין מאל באווייזן דיין פנים פון אונטער דעם מויער, וועלן מיר וויסן מיט א קלארקייט אז דו האסט אונז נישט איבערגעלאזט אליין.
עס איז נישטא קיין ברירה, אויב מען ווייסט נישט וואס צו טון, וועט מען מוזן אוועקלייגן די שטיינער אין א זייט, און בויען א נייע מזבח. דער עולם נעמט זיך צו די ארבעט. דא אויף דרום זייט ארבעטן א גרופע כהנים צו צונעמען די מזבח, און בויען אויף א נייע אויפן זעלבן פלאץ. אנדערע כהנים דרייען זיך ארום צאמנעמן די שריים פון די אלע געטשקעלעך און אנדער גויש'ע זאכן. מען פארברענט עס אלס עס זאל נישט בלייבן קיין זכר. פון אלע זייטן לויפן ארום כהנים צו פראבירן מאכן אביסעל סדר אין דעם הייליגן פלאץ.
יעצט איז שוין כ"ה כסליו, די ביהמ"ק קוקט שוין אויס אביסעל בעסער. די פרישע מזבח איז שוין אין באנוץ, און די חשמונאים האבן אויסגערופן א אכט טאגיגע חנוכת המזבח. אוי ווי שיין צו זען ווי די כהנים טוען די עבודה, מען שפריצט די בלוט אויפן מזבח, מען איז מקריב די קרבנות. אַה די געשמאקע שמעק פון די קרבנות. עס איז דאך אזוי זיס, עס צוגייט און אלע אברים. אבער דאך איז די הארץ פארקלעמט ווען מען קוקט אויף די אויסגעלאשענע מנורה. מען האט היינט ארויסגעשיקט א גרופע קיין תקוע צו גיין ברענגן פרישע אויל פאר די מנורה. עס וועט נעמען אכט טעג ביז זיי זענען צוריק. אזא שאד, אז מען איז שוין יא דא אין ביהמ"ק, און מען איז שוין יא מקריב קרבנות, זאל די אויל הערשט אנקומען נאכן חנוכת המזבח. די כהנים האבן געטון וואס זיי האבן נאר געקענט, מען האט שנעל צאמגעקלאפט עפעס א האלצערנע מנורה, און מען האט עס אנגעגרייט צו צינדן ווי נאר עס וועט זיין כשר'ע אויל.
'ברוך השם! איך האב געטראפן! איך האב געטראפן!' הערטס זיך פלוצלונג א הילכיגע געשריי אונעם ביהמ"ק. נישט מער און נישט ווייניגער, א כהן האט געטראפן א כשר קריגעל אויל! אָה אַה! די קריגעל האט פונקט גענוג אויל צו צינדן די מנורה איין טאג. עס איז בערך אזוי גרויס ווי א מילך באטעל און דיינע צייטן. קוק ווי מתתיהו נעמט דעם קריגעל מיט אזא מין ליבשאפט. ער גיסט אריין די הייליגע אויל און די לעמפלעך פון די האלצערנע מנורה, און צינדט עס אן. אאהה מחי'. די ביהמ"ק איז געהעריג צוריק מיט אלע דעטאלן ב"ה. אבער דאך, ווי ברענגט מען צוריק די הייליקייט פון די אלטע צייטן. פאר יוסי בן טובי' מיט זיין קליקע אויפגעקלערטע האבן ציביסלעך אריין געברענגט די גוי'שע דעות און חכמות ציווישן אחינו בני ישראל, און אזוי ציביסלעך ארויס געטריבן די שכינה. אוי ווי נעמט מען א נר מערבי וואס זאל ברענען און עדות זאגן פאר די גאנצע וועלט אז די שכינה רוט ציווישן אידן...


חלק י"ב – נס חנוכה!

דאס לאנד רודערט!
דעם נאכט בין איך געשלאפן מיט געמישטע געפילן. מיין הארץ איז פיל מיט דאנקבארשאפט צום אויבירשטן אז מען איז פטור געווארן פון די פארשאלטענע אויפגעקלערטע גריכן, אבער די שמחה איז נישט גאנץ. אוי הייליגע באשעפער, מיין הארץ ציט צו דיר, ווי ביסטו? על משכבות בלילות בקשתי את שאהבה נפשי, אויף מיין בעט בענק איך צו דיר, די ליבשאפט פון מיין זעל. אבער עס איז נישט קיין צייט צו פעניען, מען דארף גיין דאווענען.
וואס זענען די קופקעס איבעראל? איך האב זייער מורא פון קופקעס, איך בין שוין צוגעוואוינט פון די לעצטע פאר יאר, אז קופקעס מיינט צרות. אבער די קופקעס קוקט גראדע אויס פרייליכער. לאמיר גיין זען.
אה, דא איז יענקל, איך מיין איך האב אים אין מיין לעבן נישט געזען אזוי פרייליך.
'יענקל, וואס גייט פאר?'
האסט נישט געהערט?!
ניין
די הייליגע מנורה, וואס מען האט געצינדן אפאר טעג צוריק מיט אביסעל אויל, ברענט נאך אלס! דער אויבירשטער איז מיט אונז! ער האט אנגענומען אונזער תשובה און ווייזט פאר די גאנצע וועלט, אז אפילו ווען ער איז פארשטעקט אונטער א מויער, מיינט נישט אז ער האט אונז פארלאזט. די הערסט וואס דא גייט פאר?! א אמת'ע נס! אזוי ווי אין די אלטע צייטן!
קום כאפן א טענצל, מזמור שיר חנוכת הבית... איי איי איי, לעבעדיג, הייב א פיסל, כאפ א טענצל, צו לויבן דעם הייליגן זיסער באשעפער.

די גאנצע לאנד שוועבט אין די הימלען. איך ווייס אז דאס איז נאכנישט די גאולה שלימה, און עס וועט נאך זיין צרות. און אפשר נאך אפילו פון די גריכן אליינס. אבער עס גייט מיר שוין נישט אן. איך וועל אייביג וויסן אז דער אויבירשטער איז אויף די זייט פון די ערליכע אידן, אפילו ווען מען זעט נישט קלאר, און אז מען דארף שטיין ווייט ווייט אוועק פון יעדע מין גוי'שע זאך. איך פאלג נאר מיין טאטע מיט זיינע ערליכע אידן. א צווייטן הער איך ניטאמאל אויס.
אוועטאר
ניין דו
שר האלף
תגובות: 1627
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 08, 2019 3:51 pm

Re: א געווארענע איז ערגער ווי א געבוירענע - סיפור מעשה נס חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין דו »

wowowowowowowowow נישט דא קיין ווערטער הערליך הערליך שיין.

א ריזיגע יישר כח.
ערשינען!!! די סוכות שרייבער אויסגאבע איז שוין ארויס לאור עולם.
זייטס אייך מהנה, און זייטס מהנה אייערע חברים וידידים.

שרייבער אלול-סליחות שרייבער ראש השנה - יום כיפור שרייבער סוכות + ביילאגע
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7498
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: א געווארענע איז ערגער ווי א געבוירענע - סיפור מעשה נס חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

וואף! וואס דו האסט צוזאמגעווארפן!
א נקמה אין ענק ליבעראלע סטודענטן! פלאגטס ענק מיט ענקזייעטי און דעפרעסיע פאר די נעקסטע הונדערט יאר און לאזט אידן צוריה!
אוועטאר
איך נוץ מיין JELLY
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 06, 2021 2:17 pm

Re: א געווארענע איז ערגער ווי א געבוירענע - סיפור מעשה נס חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך נוץ מיין JELLY »

WOW ש'כח
אזוי אומגערישט.
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע:אלל אווער דעי פלעיס

Re: א געווארענע איז ערגער ווי א געבוירענע - סיפור מעשה נס חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

זייער געשמאק צו לעזן! א דאנק אייך
אוועטאר
גיט
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 9:34 pm

Re: א געווארענע איז ערגער ווי א געבוירענע - סיפור מעשה נס חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיט »

יישר כח
אוועטאר
ארט מיטן יידישן חן
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 03, 2020 1:12 pm

Re: א געווארענע איז ערגער ווי א געבוירענע - סיפור מעשה נס חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארט מיטן יידישן חן »

הערליך!!!
א גרויסן דאנק.
ארט איז שיין,
ווען עס איז מיטן אידישן חן.
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: די גאנצע מעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

היימישער הייקער האט געשריבן:
הקדמה

שלום עליכם ערעב יוד, איך הייס ספרן.
א ריזן דאנק - האסט מחיה געווען א איד.
אוועטאר
אזוי גאר!
שר תשעת אלפים
תגובות: 9231
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע:עולם השפל

Re: א געווארענע איז ערגער ווי א געבוירענע - סיפור מעשה נס חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גאר! »

PDF?
זאל איך גיין ביים צענער?
און שוין!
שר שלשת אלפים
תגובות: 3074
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע:אין פיצא סטאר

Re: א געווארענע איז ערגער ווי א געבוירענע - סיפור מעשה נס חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

הערליך שיין!!!
ייש''כ!!
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1399
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: א געווארענע איז ערגער ווי א געבוירענע - סיפור מעשה נס חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

נס חנוכה.pdf
א געווארענע איז ערגער ווי א געבוירענע - סיפור מעשה נס חנוכה
(220.6 KiB) געווארן דאונלאודעד 111 מאל
אזוי גאר! האט געשריבן:
PDF?
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע:נישט צו ווייט

Re: א געווארענע איז ערגער ווי א געבוירענע - סיפור מעשה נס חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

בן טוב האט געשריבן:
נס חנוכה.pdf
אזוי גאר! האט געשריבן:
PDF?
א גרויסע ש'כח
אוועטאר
דל ואביון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 1:10 am
לאקאציע:אינטער די שטיגן

Re: א געווארענע איז ערגער ווי א געבוירענע - סיפור מעשה נס חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דל ואביון »

Wow יוי ביסטו גוט!!
די פראבלעם פון די היינטיגע וועלט איז אז ס'איז דא צו ווייניג משוגעים, און די משוגעים זענען צו ווייניג משוגע

(-הרב א"מ פרענקל מב"ח)

[email protected]
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2416
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע:ביי די ארבעט

Re: א געווארענע איז ערגער ווי א געבוירענע - סיפור מעשה נס חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

Wow wow wow
אזוי זאג איךמיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אוועטאר
אזוי גאר!
שר תשעת אלפים
תגובות: 9231
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע:עולם השפל

Re: א געווארענע איז ערגער ווי א געבוירענע - סיפור מעשה נס חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גאר! »

אזוי זאג איך האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 10:03 am
Wow wow wow
זאל איך גיין ביים צענער?
פרייליךשטענדיג
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2023 5:43 pm

Re: א געווארענע איז ערגער ווי א געבוירענע - סיפור מעשה נס חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליךשטענדיג »

אזוי גאר! האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 27, 2023 9:08 am
אזוי זאג איך האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 10:03 am
Wow wow wow
WOW wow wow
טוה בלויז וואס איז ריכטיג, אין נישט וואס לוינט, ווייל דאס וואס לוינט היינט קען זיין וועט נישט לוינען מארגן.
פרייליךשטענדיג
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2023 5:43 pm

Re: א געווארענע איז ערגער ווי א געבוירענע - סיפור מעשה נס חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליךשטענדיג »

לכבוד הרב "היימישער הייקער" איך בין נתפעל ווי די לייגסט אריין אמונה פשוטה אין דיינע ווערק
ווי אזוי צו אנקוקן שווערע זמנים פונעם דור, ברוחניות ובגשמיות, די מאכסט א גוטע ארבעט
טוה בלויז וואס איז ריכטיג, אין נישט וואס לוינט, ווייל דאס וואס לוינט היינט קען זיין וועט נישט לוינען מארגן.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 19068
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: א געווארענע איז ערגער ווי א געבוירענע - סיפור מעשה נס חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אנבעליוועבל מעגא מעגא דשאב! איך בין שפראכלאז
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4581
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: א געווארענע איז ערגער ווי א געבוירענע - סיפור מעשה נס חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

ארויף לכבוד חנוכה.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

Re: א געווארענע איז ערגער ווי א געבוירענע - סיפור מעשה נס חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

אוועטאר
מאנסי'ייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 11, 2020 4:52 pm

Re: א געווארענע איז ערגער ווי א געבוירענע - סיפור מעשה נס חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי'ייט »

ארויף
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”