1. די מעשה פון ווערבע איז א זאך וואס אין די איזרעלישע האלאקאוסט היסטאריע עקזעסטירט כמעט נישט (לעצטענס אפשר אביסל יא). עס איז ממש אויסגעמעקט פון די געשיכטע ביכער, הגם עס איז איינע פון די וויכטיגסטע ששטיקלעך פון די הצלה. (וואס באקומט דארט 1000 מאל מער דעקונג איז די אויפשטאנד אין ווארשא וואס האט למעשה פארשנעלערט דעם טויט פון די אידן).
2. אין דעם ווידיא פעלט דעם חלק וואס רבי מיכאל בער און זשארזש מאנטעלע האבן געשפילט אין פארעפענטליכן די אוישוויץ רעפארט.
3. עס ווערט בכלל נישט געברענגט דעם פאקט אז קאסטנער האט עדות געזאגט נאך די קריג לטובת די נאצי מערדער קראומי און בעכער און נאך וואס איז סופו הוכיח על תחלתו.
ווען מען לייענט די מעשה ברענגט ארויף די קושיא ווי זענען גווען די פירער פונעם יישוב ווען עס איז געקומען צו פארעפענטליכן די הריגות אין אוישוויץ נאך וואס ווערבע איז אנטלאפן? צו האבן זיי נישט געהאט די מעגליכקייטן צו פאבליצירען אין די וועלט לכה"פ אזוי ווי ר' מיכאל בער וואס איז גווען איינגעשפארט ביים שונא, אדער ווי זשארזש מאנטאלע וואס איז גווען א פשוטער דיפלאמאט אין שווייץ.
וועגן דעם און וועגן נאך אזוינע טעמים איז דער גאנצער ווערבע געשעפט א פראבלאמאטישער עסק פאר די איזעלישע א.ג. האלאקאוסט היסטאריקער, וואס אדער פראבירן זיי עס צו באהאלטן, אדער פראבירן זיי מיט פלפולים שונים ומשונים צו מינימייזן די ראלעס פון ווערבע, און רבי מיכאל בער וכולי. איינע פון די הויפט פון די מפלפלים מיט די שקרים איז דער פראפעסער יהודה בויער שר"י. אויף דעם ווידיא זאגט ער טאקע אז די אידן וואלטן ממילא גארנישט געקענט טוען אפילו זיי ווייסן ווען אז מעו טראגט זיי צו הרגנען, ווייל מען קען זיך נישט שלאגן מיט אן ארמיי. איך האב אים געוואלט זאגן, שוטה וואס דו ביסט: בונקערס וואלטן זיי געקענט מאכן?? אין וואלד וואלטן זיי געקענט לויפן?? צענדליגער טויזענטער האבן זיך אזוי געראטעוועט(דו מיינסט אז מען קען זיך נאר די אידן וואלטן זיך געגאנגן שלאגן מיט די דייטשען מיט געווער נוסח ווארשא?? ).