די ניו יארק סיטי רעגירונג אין שפיץ פונעם מעיאר עריק עדעמס, האבן אריינגעגעבן א קלאגע קעגן עטליכע סאושעל מידיע קאמפאניס, מיט א טענה אז זיי טוען אונטערברענגען די אמעריקאנע יוגנט.
די קלאגע נעמט אריין עטליכע פירמעס, ווי פעיסבוק, אינסטעגרעם, טיקטאק, יוטוב, און נאך סאושעל מידיע פלאטפארמעס, ווי די געזעצגעבער זאגן ברענגט סאושעל מידיע א שרעקליכע אדיקשאן ביי יונגע קינדער, וואס ווערן אריינגעשלעפט אין כ'ווייס נישט וואו, און טוט דראסטיש פארערגערן די מענטל העלט קריזיס וואס פלאגט די לאקאלע באפעלקערונג.