אידישע נייעס ארום די וועלט

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6831
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

85 יאר נאך וואס די הויפט שול אין מינכן, דייטשלאנד, איז פארניכטעט געווארן אויף די פערזענליכע באפעל פון היטלער ימ"ש, האבן לאקאלע קאנסטראקשען ארבעטער אפגעפונען ברוכווארג דערפון אין א דערנעבענדיגע טייך.

די בנין איז ליידער פארניכטעט געווארן אין יוני 1938, עטליכע חדשים איידער די טרויעריג-בארימטע קריסטאלנאכט פאגראמען, נאך וואס דער ימ"ש האט עס באצייכענט אלס 'שאנדפלעק'. די ברוכווארג פון די געביידע איז דאן געהאלטן געווארן דורך די פירמע ביז אין 1956, ווען עס איז, אינאיינעם מיט ברוכווארג פון אנדערע חרוב'ע געביידעס אין שטאט, גענוצט געווארן ביי א בוי פראיעקט אין די לאקאלע 'איסאר' טייך.

צווישן די אפגעפונענע ברוכווארג ציילן זיך עטליכע זוילן פון די שול, ווי אויך די לוחות וואס איז געווען העכער די ארה"ק.
אטעטשמענטס
_130293265_synagogue-cropped.jpg
_130293265_synagogue-cropped.jpg (150.87 KiB) געזען 1296 מאל
נעם א קאווע
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 12, 2023 1:30 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם א קאווע »

עפעס גייט פאר ביים רמ"א שול אין קראקא?
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 23374
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע:אין מיין בעט

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

נעם א קאווע האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2023 3:21 pm
עפעס גייט פאר ביים רמ"א שול אין קראקא?

ווי האסטו געזען אז עפעס דארף דארט פארגיין?
א סוקסעספעלע אונליין נייעס פובליקאציע זוכט א ענערגישע פארט-טיים סעילסמאן פאר עדס אין די מאנסי אומגעגנט
גוט באצאלט פאר די פאסיגע קאנדידאט.

פאראינטערסערטע שיקט אן אימעיל צו: [email protected]
נעם א קאווע
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 12, 2023 1:30 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם א קאווע »

כהאב געזעהן אויף קול מבשר וועב אז דרעזדנער האט א אינטערוויו מיט היימאן עפעס איבער שועלים הלכו בה אין רמ"א שול
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6831
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

די פרעזידענטין פון א 'אידישע' סינאגאגע אין דעטרויט איז נעכטן געטראפן געווארן דערשטאכן צום טויט נעבן איר היים.

פאליציי פארשט די מאטיוון פון די מארד.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6831
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

א דרייצן יעריגער (נאמען געהיטן ביים רעדאקציע צוליב די יונגע עלטער...) אין אהייא ווערט באשולדיגט אז ער האט געוואלט דורכפירן א מאסן שיסעריי ביי א טעמפל .

ער ווערט אנגעקלאגט אין אנדרייען א פאניק און זיך נישט אויפפירן ווי ס'באדארף צו זיין (disorderly conduct).

ער וועט געשטעלט ווערן צום פראצעס אום דעצעמבער 20 אין די סטארק קאונטי פאמיליע געריכט.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6831
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 10:41 am
די פרעזידענטין פון א 'אידישע' סינאגאגע אין דעטרויט איז נעכטן געטראפן געווארן דערשטאכן צום טויט נעבן איר היים.

פאליציי פארשט די מאטיוון פון די מארד.
דער 28 יעריגער מייקל זשעקסאן איז ארעסטירט און אנגעקלאגט געווארן איבער די אינצידענט.

אויף דערווייל איז נישטא קיין באווייז אז די אינצידענט איז געווען א האסן פארבינדעטע.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”