וויאזוי ארבעט עס?

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

וויאזוי ארבעט עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

האט איר זיך שוין אמאל געווינדערט וויאזוי זאכן ארבעטן?
וויאזוי ארבעט א קאפי מאשין,א קאקעלעטר,קאמפיוטער,טעלעפאון,טאוסטער,לעקטער,בעטערי,קאר,עראפלאן,מעדעצין,זייף,
אא"וו.
אויב ווילט איר וויסען וויאזוי זאכן ארבעטן זענט איר אינעם ריכטיגען אשכול.
אויב ווייסט איר וויאזוי זאכן ארבעטן ביטע קומט אריין און שערט עס מיטן עולם זאלען אנדערע אויך הנאה האבען
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

Re: וויאזוי ארבעט עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

לאמיר אביסעל אויסשמועסן און פארשטיין וויאזוי די אינטערנעט ארבעט און די חכמה וואס ליגט אונטער דעם. קודם וואס איז די אויפטו פון אינטערנעט בכלל?
די אויפטו פון אינטערנעט איז צו מחבר זיין און קאנעקטן מיליאנען קאמפיוטערס און דעווייסעס אז זיי זאלן קענען קאמיוניקעטן און שיקן דעטע איינער צום צווייטען, און זיי זאלן קענען בעטן און באקומען הילף איינער פונעם צווייטען.

איידער מיר גייען אריין צו פארשטיין וויאזוי די אינטערנעט ארבעט לאמיר פארשטיין וויאזוי מענטשן קאמיוניקעטן איינער מיטן צווייטען און דערנאך וועלן מיר איבערגיין אביסעל היסטאריע ווייל דאס גייט זיין די יסוד אויף וואס מיר גייען בויען און פארשטיין די חכמה פון אינטערנעט.


אויב האב איך האב יעצט און מיין מח א געוויסע אינפארמאציע וואס איך וויל אריבערשיקן צו מיין חבר'ס מח, וויאזוי טו איך עס? די גרינגסטע וועג דאס צו טאן איז אויב איך נעם א געוויסע זאך וואס פארט נאטורלעך פון איין פלאץ צום צווייטען און איך טייטש איבער די אינפארמאציע אויף די פארעדיגע זאך און אזוי וועט די אינפארמאציע פארן צו מיין חבר'ס מח.
וואספארא זאך פארט נאטורלעך פון איין פלאץ צום צווייטען?
די ענטפער אויף דעם איז א כוואליע. לדוגמא אויב נעם איך א שטיין און איך ווארף עס אריין אין וואסער אין עס שאפט א כוואליע וועט מען זעהן אז די כוואליע נעמט זיך פארן, א כוואליע וועט קיינמאל נישט בלייבען שטיין אויף איין פלאץ.
ווי באקאנט אין די לופט אנגעפילט מיט קליינע פארטיקעלס, יעצט אויב וויל איך שיקען אינפארמאציע צו מיין חבר, וועל איך מיט די הילף פון מיין שטים בענדער און מיין מויל שאפן א כוואליע אין די פארטיקעלס. די כוואליע ווערט אנגערופען א סאונד וועיוו וואס אין די סאונד וועיוו וועל איך אריינלייגען און איבערטייטשען די אינפארמאציע וואס איך וויל שיקען, אזוי וועט די כוואליע מיט די אינפארמאציע פארן ביז מיין חבר'ס אויער און פון דארט פארט עס אריין און זיין מח, און מיין חבר'ס מח וועט צוריק איבערטייטשען די סאונד וועיוו צו די ארגינעלע אינפארמאציע.
דאס איז די נאטורליכע וועג וואס די באשעפער האט באשאפען אז מענטשן זאלן קענען קאמיוניקעטען איינער מיטן צווייטען.

אין יאר 1791 האט א פארשער מיטן נאמעןMichael Faraday אויפגעקומען מיט די חכמה פון עלעקטריסיטי און דאן איז מען אויפגעקומען אז אויב נעמט מען א לאנגע ווייער און משיקט אריין א עלקטריק שטראם ביי אייז זייט פון די ווייער וועט די שטראם גלייך לויפן ביז די אנדערע עק ווייער.

און יאר 1844 האט א פארשער מיטן נאמען Samuel Morse געטראכט אז אפשר זאל מען נעמען עלקטריסעטי פאר א וועג צו קענען קאמיוניקירען איינער מיטן צווייטען.

וויאזוי וועט עס ארבעטן?
מ'וועט נעמען א לאנגע ווייער און עס אויסצוען פון איין שטאט צום צווייטען כדי מ'זאל אזוי קענען קאמינעקעטן איינער מיטן צווייטען דורך שיקן עלעקטריסעטי פון איינעם צום צווייטען, אזוי איז געשאפען געווארען די טעלעגראף.
איי וויאזוי איז מעגליך צו טרענסלעטן ווערטער צו א עלעקטריק שטראם?
די ענפער אויף דעם איז די מאורס קאוד!
ווי אזוי ארבעט די מאורס קאוד?
די עלקטריק פאולס קען זיין א קורצע שטראם און עס קען זיין א גרעסערע שטראם.
די קלענערע שטראם ווערט אנגערופען א דאט און די גרעסערע שטראם ווערט אנגערופען א דעש, אזוי קען א יעדע אות באשטיין פון עטליכע דאטס און דעשעס. צב"ש א A וועט באשטיין פון א דאט מיט א דעש און B וועט באשטיין פון דעש מיט דריי דאטס אא"וו, אזוי קען מען שיקען גאנצע בריווען פון איין שטאט צום צווייטען אלעס געשריבען מיט דאטס און דעשעס געשיקט דורך עלעקטריסעטי. און ווען מיין חבר וועט באקומען די דאטס און דעשעס וועט ער דאס צוריק איבערטייטשען צו די ארגינעלע ווערטער.
דאס האט זייער גוט געארבעט אסאך יארן.

עס האט אבער געהאט איין גרויסע פראבלעם ווייל די טעלעגראף האט נאר געארבעט צו קענען שיקן טעקסט, די האסט טאקע געקענט שיקן בריווען פון איין שטאט צום צווייטען, אבער מען נישט געקענט רעדען איינער צום צווייטען דורך די טעלעגראף.

אין יאר 1876 האט א פארשער מיטן נאמען Alexander Graham Bell ערפינדען א וועג אז מ'זאל קענען יא קענען קאמיוניקירען איינער מיטן צוויטען דורך רעדן.
דאס האט מען גערופען דעם טעלעפאון.
די טעלעפאון ארבעט דורך דעם וואס א מענטש רעדט שאפט ער סאונד וועיווס, אין די טעלעפאון איז דא א דינע פלאסטיג גערופען א דייעפרעם, די דייעפרעם איז באהאפטען צו א קליינע מאגנעט. ווען די סאונד וועיוו קלאפט אריין אין די דייעפרעם איז דאס גורם אס די דייעפרעם זאל זיך שאקלען וואס דאס איז גורם אז די מאגנעט זאל זיך אויך שאקלען וואס דאס שאפט א עלקטריק שטראם (מיר וועלן באלד זעהן אז מעגנעטיזם און עלעקטריסעטי ארבעטן אינאיינעם) די עלעטעריק שטראם לויפט ביז די אנדערע טעלעפאון דורך א ווייער און דארט געשעט די זעלבע זאך פארקערט די עלעקטריק שטראם איז גורם אז א דייעפרעם זאל זיך שאקלען און שאפן א סאונד וועיוו אזוי אז די צווייטע מענטש זאל דאס קענען הערן.
ביידע סיי די טעלעגראף און סיי די טעלעפאון האבן געארבעט אויפן זעלבן וועג מ'האט איבערגעטייטשט די איפארמאציע צו א עלעקטריק שטראם און דערנאך האט מען עס צוריק טרענסלעטעט צו די ארגינעלע אינפארמאציע, ביי די טעלעגראף האט מען עס טרענסלעטעט צו א געשריבענע בריוו און ביי די טעלעפאון האט מען עס טרעסלעטעט צו סאונד וועיווס.

ביידע האבן אבער געהאט צוויי שטארקע חסרונות. איינס, אז מ'האט געדארפט האבן א פיזישע ווייער אויסגעצויגען פון איין שטאט צום צווייטען , און אויב די ווייער האט זיך צעריסען האט זיך די קאנעקשן אפגעהאקט. און צווייטענס האסטו נאר געקענט קאמיוניקירען פון איין מענטש צום צווייטען, האסט אבער נישט געקענט קאמיוניקירען מיט אסאך מענטשן איף איינמאל.

ביידע פראבלעמען זענען פארענטפערט געווארען מיט די ערפינדונג פון די ראדיא.

כדי צו קענען פארשטיין וויאזוי די ראדיא ארבעט פעלט זיך אויס מאכן א קורצע הקדמה.

ביז אין יאר 1885 האט מען געהאלטען אז עלקטריק און מעגנעטיזם זענען צוויי באזינדערע זאכן וואס האבען נישט קיין שייכות איינער צום צווייטען.
אבער אין יאר 1885 איז אויפגעשטאנען א פארשער מיטן נאמען James Clerk Maxwell און ער איז אויפגעקומען אז עלעקטריק און מעגענעטיזם זענען געקניפט און געבינדען און ארבעטען צוזאמען.
כדי דאס צו פארשטיין לאמיר זיך פארשטעלן אז די גאנצע יוניווערס איז אנגעפילט מיט א געוויסע מאטריאל גערופען עלקטריק פיעלד, אזוי אויך איז די יוניוורס אנגעפילט מיט א צווייטע מאטריאל גערופען מאגנעטיק פיעלד.
אויב זאל איך ביי א געוויסע פלאץ זיך שאקלען די עלעקטעריק פיעלד און עס גייט שאפן א עלקטריק וועיוו כוואליע וועט ביי די זעלבע פלאץ אויך געשאפען ווערן א מעגנעטיק וועיוו.
די סארט כוואליע ווערט אנגערופען א עלעקטרא מעגנעטיק וועיוו אדער אין קארצן EM waves אדער EM Radiation.
ס'איז דא אסאך סארטען EM waves ס'איז דא וואס קומען מיט גאר גרויסע כוואליעס און ס'איז דא וואס האבען גאר קליינע כוואליעס.
רוב כוואליעס קען א מענטש נישט זעהן סאיז אבער די א קליינע סארט פון די כוואליעס וואס א מענטש קען יא זעהן.
בעסער געזאגט. דאס וואס א מענטש קען בכלל זעהן איז נאר צו פארדאנקען די EM כוואליעס.
לאמיר עס אביסעל בעסער מסביר זיין.
ווען איך צינד אן א ליכט אדער א לעקטער גיבט די ליכט ארויס EM waves און ס'צעשפרייט זיך אין די גאנצע צימער, די כוואליעס לויפן און קלאפען אריין אין אלע חפצים, דאן באקומט די כוואליע די קאליר וואס די חפץ האט. און די כוואליעס דרייען זיך אויס און זיי קלאפען צוריק ביז ס'קומט אן אין די מענטשן'ס אויג, אזוי קענען די מענטשן זעהן די וועלט מיט אירע שיינע קאלירן.
שטעלט זיך די שאלה, וויאזוי באקומט די כוואליע די קאלירען?
די כוואליע באקומט זיינע קאלירען לויט די גרויסקייט פון די כוואליע.
צב"ש די רויטע כוואליעס זענען גרויסע כוואליעס און די בלויע כוואליעס זענען די קליינע כוואליעס.און די אנדע קאלירען אונדערמיט.
טאקע ווייל די בלויע כוואליעס זענען קליינע כוואליעס צוליב דעם האבען סיי א הויכע פריקווענסי (פריקווענסי מעסט די שנעלקייט וואס א כוואליע לויפט אדורך, קליינע כוואליעס לויפן אדורך שנעל צוליב דעם האבען זיי א הויכע פריווענסי, גרויסע כוואליעס לויפן אדורך שטייט צוליב דעם האבען זיי א נידעריגע פריקווענסי)ווידער די רויטע גרויסע כוואליעס זיי האבען א נידעריכע פריקווענסי.
יעצט פארשטייט מען שוין פארוואס א פייער פארן זיך פארלעשן האט א רויטע קאליר. ווייל דאן גיבט ער ארויס די שוואכע פריקווענסי רויטע כוואליעס, ווידער א גאר הייסע פייער האט א בלויע קאליר ווייל דאן גיבט ער ארויס די הויכע פריקווענסי בלויע כוואליעס.

די אלע כוואליעס גייען אריין אין די קעטעגאריע פון דו וויזיבעל לייט כוואליעס. אבער באמת איז דא נאך גרעסערע כוואליעס פון די וויזיבעל לייט כוואליעס נאר א מענטשליכע אויג קען עס נישט אויפכאפען ווייל ער איז צו גרויס, אזוי אויך איז דא כוואליעס וואס זענען קלענער פון די וויזיבעל לייט וואס א מענטשיכע אויג קען דאס אויך נישט אויפכאפען.
די כוואליעס ווערן צעטיילט אין אכט סארטן כוואליעס געוואנדען לויט זיין גרויסקייט, לאמיר עס אויסרעכענען פון גרויס ביז קליין.
ראדיא וועיווס,מייקראו וועיווס,אינפארעד לייט,וויזיבעל לייט,אלטרעוויילעט לייט, עקס רעי,און גאמא רעי.

די ערשטע כוואליעס זענען די ראדיא כוואליעס זיי זענען גרויסע כוואליעס זיי קענען זיין צענדליגע פיס גרויס וואס די אויג פון א מענטש קען נישט אויפכאפן. וויבאלד זיי זענען אזוי גרויס צוליב דעם האבען זיי א נידעריגע פריקווענסי ווייל ס'נעמט א לענגערע זמן פון ווען איין כוואליע לויפט אדורך ביז די צווייטע כוואליע לויפט אדורך. צוליב דעם זענען זיי די ווייניגסטע שעדליך. ווי קלענער א כוואליע איז אלס א העכערע פריקוועסי האט ער און אלס מער שעדליך איז ער.
די ראדיא כוואליעס דאס זענען די כוואליעס וואס מען ניצט פאר קאמיוניקאציע ווי מיר וועלן שפעטער זעהן.
די צווייטע סארט כוואליעס דאז זענען די מייקרא וועיווס, זיי זענען בלויז עטליכע אינטשעס גרויס.
א מייקרא וועיוו אויווען וואס געפינט זיך אין א יעדע אידישע שטוב ניצט טאקע מייקרא וועיווס צו אנווארעמען די עסן.
ווי אזוי ארבעט א מייקרא וועיוו אויווען?
אין די מייקרא וועיוו געפינט זיך א קליינע דעווייס וואס ווערט אנגערופען א מעגננאטראן, די מעגנטראן גיבט ארויס די מייקראו וועיוו כוואליעס און דאס ווארעמט אן די נאסע חלק וואס געפינט זיך אין די מאכל, א טריקענע מאכל גייט נישט ווערן אגעווארעמט אין א מייקראו וועיוו. כדי צו פארשטיין פארוואס דאס איז אזוי, לאמיר קודם פארשטיין וואס איז דאס וואסער בכלל?
וואסער באשטייט פון אסאך מאלעקיולס וואס א יעדע מאלעקיול באשטייט פון איין היידרעדזשין אטאם און צוויי אקסעדזשין אטאמס H2O, אבער די אקסעדזשין אטאם האט אביסעל א נעגעטיוו טשארדזש און די היידראדזשין אטאם האט אביסעל א פאזעטיוו טשארדזש. יעצט ווען די EM מייקרא וועיוו לויפט אדורך וועט די מאלעקיול זיכען נאכצולויפען די פיעקס פון די וועיוו כדי צו בארואיגען זיין טשארדזש. וואס פון דעם וועט אויסקומען אז די מאלעקיולס וועלן א גאנצע צייט ארום טאנצן,צוליב דעם ווערן זיי זייער הייס, ווייל היץ אויף א אטאמישע לעוול מיינט אז די מאלעקיולס טאנצן ארום. הויכע טעמפעראטור און נידעריגע טעמפעראטור ווענט זיך ווי שטארק די אטאמען שאקלען זיך און טאנצען ארום.
אין יאר 1896 איז א פארשער מיטן נאמען Guglielmo Marconi אויפגעקומען אז מ'זאל ניצען די ראדיא כוואליעס פאר א קאמיוניקאציע מיטל,אזוי איז ערפינדען געווארען די ראדיא.
די ראדיא טייטשט איבער די סאונד וועיווס צו ראדיא וועיוו און ער שיקט עס ארויס.
די ראדיא באשטייט פון צוויי חלקים די טראנסיווער און די רעסיווער.די טראנסיווער שיקט די כוואליעס און די רעסיווער איז מקבל די כוואליעס.
די טראנסיווער איז געווענליך א גאר הויכע אנטענע וואס מ'בויט אויף א שפיץ בארג, די טראנסיווער טייטשט איבער די סאונד וועיווס צו ראדיא וועיוו און ער שיקט עס ארויס און די וועיוו צעשפרייט זיך אין די גאנצע געגענט.
די רעסיווער (וואס געפינט זיך אין יעדע קאר)איז מקבל די ראדיא וועיווס און ער טייטשט עס צוריק צו סאונד וועיווס.
וויאזוי טייטשט מען איבער סאונד וועיווס מו ראדיא וועיווס?
א וועיוו קען מען מעסטן אויף צוויי וועגן, מען קען אים מעסטן לויט זיין פריקווענסי און מען קען אים מעסטן לויט זיין אלטיטוט דהייני מען מעסט אפ ווי הויך די כוואליע גייט,א הויכע כוואליע האט א הויכע אלטיטוט און א נידעריגע כוואליע האט א נידעריגע אלטיטוט.
יעצט ווען מיר ווילען איבערטייטשען סאונד וועיווס צו ראדיא וועיווס קען מען ניצן ביידע וועגען עס איבערצוטייטשען.
מען קען עס איבערטייטשען לויט די פריקווענסי לדוגמה א הויכע שטימע וועט האבען א הויכע פריקווענסי און א נידעריגע שטימע וועט האבען א נידעריגע פריקווענסי.די סארט איבערטייטשונג ווערט אנגערופען frequency modulation אדער אין קארצן FM.
אדער קען מען איבערטייטשען די כוואליעס לויט די אלטעטוד,לדוגמה, א הויכע שטימע וועט האבען א הויכע אלטעטוט און א נידעריגע שטימע וועט האבען א נידעריגע אלטיטוט. די סארט איבערטייטשונג ווערט אנגערופען altitude modulation אדער אין קארצן AM.
נאכן אויספרובירען ביידע סארטן האט מען געזען אז ביידע האבען באזינדערע מעלות וואס א צווייטער האט נישט.
די AM האט א מעלה אז זיינע כוואליעס צעשפרייטען זיך אויף א גרעסערע שטח ווי FM.
ווידער FM האט א מעלה אז ער איז אסאך קלארער פון AM.
צוליב דעם איז במשך הזמן געווארען אנגענומען אז אויף צו רעדן ניצט מען בעיקר AM און פאר מוזיק ניצט מען בעיקר FM וואס איז אסאך קלארער.
אבער דא ווערט א גרויסע פראבלעם אז לכאורה קען א יעדע געגענט האבען נאר איין ראדיא סטאנציע, ווייל אויב זאל ווען זיין מער ווי איין סטאנציע וועט אויסקומען אז די כוואליעס פון איין סטאנציע וועט אריינקלאפען אין די כוואליעס פון די צווייטע סטאציע און די כוואליעס וועלן ווערן געשעדיגט פונקט אזויווי ווען עטליכע מענטשן שרייען אויף איינמאל און מען קען קיינעם נישט הערן.
כדי צו סאלווען די פראבלעם איז מען אויפגעקומען אז מען זאל צעטיילען די כוואליעס אין רענדזשעס לויט די גרויסקייט פון די כוואליע. לדוגמה די כוואליעס וואס זענען גרויס פון איינס 5 ביז 10 אינטשס זאל באלאנגען צו איין רעדיא סטאנציע און די כוואליעס וואס זענען גרויס פון 15 ביז 20 אינטשעס זאל באלאנגען צו א צווייטע סטאנציע.אזוי קען יעדע געגענט האבען טויזענטער טשענעלס אן דעם וואס זיי זאלען אינטעפערן איינער מיטן צווייטען.

אין יאר ? האט מען גענומען די זעלבע געדאנק און עס גענימען מיט א שטאפעל ווייטער אז אנשטאט ניצן די ראדיא כוואליעס בלויז אויף צו שיקן שטימעס, זאל מען עס אויך קענען ניצן אויף צו שיקן לעבעדיגע בילדער אזוי איז ערפינדן געווארען די טעלעוויזשן (פאר אלע גוים געזאגט).
וויאזוי איז בכלל מעגליך צו שיקן בילדער דורך כוואליעס?
קודם דארף מען פארשטיין אז די ריקעדיגע בילדער זענען באמת נישט ריקעדיג עס איז באמת נאר א אילוזשען, נאר עס לויפן אסאך בילדער איינס נאכן צווייטען וואס די אויג קען נעשט אויפכאפען און פאר אים קוקט עס אויס ווי זאכן ריקען זיך.
די קעמרע וואס כאפט אפ דאס בילד ער סקענט נישט אריין דאס בילד אויף איינמאל, נאר ער כאפט עס אפ אין דינע שורות איינס נאכן צווייטען.
צב"ש ער סקענט אריין די אינטערשטע שורה דארט ווי די גראז איז, און ער שיקט עס ארויס מיט די כוואליעס, דערנאך סקענט ער א שורה העכער דעם און ער שיקט עס ארויס אא"וו, ביז ער ענדיקט אפסקענען די בילד, הייבט ער נאכאמאל אן צו סקענען פון אינטען. אזוי סקענט ער איין בילד נאכן צווייטען מיט א אויסטערלישע שנעלקייט אז אין איין סעקאנד קען ער האבן ארויסגעשיקט אזוי סאך ווי 24 בילדער.
א פעקס ארבעט אויך אויפן זעלבען מהלך. ער סקענט נעשט אפ די גאנצע פאפיר אויף איינמאל, נאר ער סקענט גאר קליינע שורות איינס נאכן צווייטען און אזוי שיקט ער עס ארויס.
צוליב דעם וואס די טעלעוויזשען ארבעט סיי דורך אודיאו און סיי דורך ווידיא מיז ער ניצן ביידע סארטען כוואליעס סיי AM און סיי FM.

זעמער שוין אדורך געגאנגען טעלעגראך,טעלעפאון,ראדיא,טעלעוויזשן.
יעצט קומען מיר צו צום אינטערנעט, נאר איידער מיר גייען אריין צו פארשטיין וויאזוי אינטערנעט ארבעט מיז מען קודם פארשטיין וויאזוי א קאמפיוטער ארבעט.

המשך יבא אי"ה
אוועטאר
הארזים
שר ששת אלפים
תגובות: 6175
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: וויאזוי ארבעט עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

כהאב אנגעהויבן ליינען מיט שפאנונג זייער אינטערסאנט, העמיר ווארטן אויף נאך, סוואלט בעסער געווען ווען די לייגסט צו עטליכע בילדער אויב שייך דאס מאכט גרינגער צו פארשטיין,
’מסורה’ איז ביי מיר די ערשטע זאך!

גוט שבת
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 02, 2019 7:38 pm

Re: וויאזוי ארבעט עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוט שבת »

יישר כח פארן עפענען דעים אשכול.
ווארט איך שוין לאנג איינער זאל דא איבערנעמען
'@לכתחילה אריבער' נאכן אינז איבערלאזן.

אויב שייך מער מרחיב זיין ווען די רעדסט שווערע טערמינען, ווי, מעגנעטיק פיעלד, עלעקטריק פיעלד, וכדו'

כה לחי!
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: וויאזוי ארבעט עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

א גרויסן ייש"כ!

קומסט אריין זייער קלאר און באלערנד.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: וויאזוי ארבעט עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

קורץ שארף אין קלאר.

א ריזיגען דאנק יא.
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: וויאזוי ארבעט עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

א ריזיגן ייש"כ סאיז זייער אינטערעסאנט
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
Shuli
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 2:23 pm

Re: וויאזוי ארבעט עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Shuli »

זייער אינטערעסאנט!



טוב לב האט געשריבן: מענטש קען יא זעהן.
בעסער געזאגט. דאס וואס א מענטש קען בכלל זעהן איז נאר צו פארדאנקען די EM כוואליעס.
לאמיר עס אביסעל בעסער מסביר זיין.
ווען איך צינד אן א ליכט אדער א לעקטער גיבט די ליכט ארויס EM waves און ס'צעשפרייט זיך אין די גאנצע צימער, די כוואליעס לויפן און קלאפען אריין אין אלע חפצים, דאן באקומט די כוואליע די קאליר וואס די חפץ האט. און די כוואליעס דרייען זיך אויס און זיי קלאפען צוריק ביז ס'קומט אן אין די מענטשן'ס אויג, אזוי קענען די מענטשן זעהן די וועלט מיט אירע שיינע קאלירן.
שטעלט זיך די שאלה, וויאזוי באקומט די כוואליע די קאלירען?
די כוואליע באקומט זיינע קאלירען לויט די גרויסקייט פון די כוואליע.
צב"ש די רויטע כוואליעס זענען גרויסע כוואליעס און די בלויע כוואליעס זענען די קליינע כוואליעס.און די אנדע קאלירען אונדערמיט.
טאקע ווייל די בלויע כוואליעס זענען קליינע כוואליעס צוליב דעם האבען סיי א הויכע פריקווענסי (פריקווענסי מעסט די שנעלקייט וואס א כוואליע לויפט אדורך, קליינע כוואליעס לויפן אדורך שנעל צוליב דעם האבען זיי א הויכע פריווענסי, גרויסע כוואליעס לויפן אדורך שטייט צוליב דעם האבען זיי א נידעריגע פריקווענסי)ווידער די רויטע גרויסע כוואליעס זיי האבען א נידעריכע פריקווענסי.



די EM Spectrum
אטעטשמענטס
em.JPG
em.JPG (45.75 KiB) געזען 1463 מאל
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

Re: וויאזוי ארבעט עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

נאכנישט געענדיגט מסביר זיין די ערשטע זאך, און אזוי כלאחר יד מסביר געווען נאך אזא 5-6 זאכן קורץ און קלאר...

יישר כח, מיר ווארטן אויף נאך
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

Re: וויאזוי ארבעט עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

דער קאמפיוטער האט צוויי שטארקע מעלות און איין גרויסע חסרון.
די צוויי מעלות זענען. איינס, אז ער האט א גאר שטארקע זכרון ער פארגעסט גארנישט. די צווייטע מעלה איז,אז ער קען פראסעסען זאכן מיט א אויסטערלישע שנעלקייט. אבער ער האט א גאר גרויסע חסרון, אז ער האט נישט קיין פינטל שכל, נאך אלעם איז ער דאך א דומם. א יעדע קאמפיוטער פראגרעם באשטייט ס"ה פון טויזענטער "אויב און דעמאלט" די פראגרעמער האט אריינגעפראגרעמט אין אים אז אויב אזוי זאלטו טאן אזוי, און אויב אזוי זאלסטו טון אנדערש. א קאמפיוטער קען נישט מאכן קיין אייגענע דעסיזשנס, ער פאלגט נאר ווי א רויבאט וואס די פראגרעמער האט אין אים אריינגעפרויגרעמט.
שטעלט זיך די שאלה וויאזוי קען מען אויסלערנען פאר א קאמפיוטער נומערן,
ער קען דאך אפילו נישט ציילען ביז 2?
ביז 2 קען ער טאקע נישט ציילען אבער ביז 1 קען ער יא ציילען,דהיינו וויבאלד ער ארבעט פון עלקטריק קען מען אים אויסלערנען אז אנגעצינדן איז א 1 און אויסגעלאשען איז 0.

אבער וויאזוי לערנט מען אים אויס צו ציילן פון 2 און ווייטער?
איז מען אויפגעקומען מיט די געדאנק פון ביינערי.
ביינערי איז א וועג פון שרייבען נאמבערס וואס מען נוצט בלויז איינס און זיראוי צב"ש די נומער 2 אין ביינערי שרייבט מען 10, און די נומער 67 שרייבט מען אין ביינערי 1000011, און די נומער 135 שרייבט מען אין ביינערי 10000111.
ביינערי האט א גאר שטארקע מעלה אז עס איז זייער גרינג צו רעכענען דערמיט, לדוגמה אויב וויל איך רעכען פלאס דארף איך נאר קענען 0+0=0 0+1=1 1+0=1 1+1=10
עס איז אזוי גרינג צו רעכענען ביינערי אז אפילו א דומם קען מען אויך אויסלערנען עס צו רעכענען.
לאמיר עס מסביר זיין מיט א משל איך רוף אראפ יענקל די עלעקטרישן צו מיר אהיים און איך זאג אים א אז איך וויל ער זאל אנשטעלן די לעקטערס אין מיין הויז אויף א געוויסע סיסטעם, דהיינו אז די לעקטער אין איין צימער זאל זיין באהאפטען צו צוויי סוויטשעס, און די סיסטעם זאל ארבעטן אזוי. אויב זענען ביידע סוויטשעס פארמאכט זאל די לעקטער זיין פארלאשן. 0+0=0. אויב איין סוויטש איז אנגעצינדן זאל די לעקטער אויך זיין אנגעצינדן,0+1=1 1+0=1.
און אויב ביידע סוויטשעס זענען אנגעצינדן זאל די לעקטער זיין פארלאשען אבער עס זאל זיך אנצינדען א לעקטער אין א צווייטע צימער. 1+1=10.
די לעקטערס פון מיין הויז ארבעטן יעצט פונקט ווי א קאלקעלעטער.
אויפן זעלבן מהלך ממש ארבעט א קאמפיוטער, נאר אנשטאט לעקטערס און סוויטשעס האט ער עפעס וואס ווערט אנדערופען מייקראו טראנזיסטערס.
די מייקראו טראנזיסטערס קענען זיין אנגעצינדן און אויסגעלאשן. זיי זענען גאר גאר קליין אזוי ווייט אז אין איין CPU (די מח פון די קאמפיוטער) קען אריינגיין עטליכע מיליאן טראנסיסטערס.
יעצט אז ער קען שוין נומערן שטעלט זיך די שאלה וויאזוי לערנט מען אים אויס אותיות און ווערטער?
האט מען ערפינדן עפעס וואס ווערט אנגערופן ASCII
(American Standard Code for Information Interchange)
זיי טייטשען איבער אלע אותיות און סימבאלן צו ביינערי. א יעדע אות באשטייט פון א ביינערי נומער פון 8 דיזשיטס, צב"ש א A אין ביינערי שרייבט מען 01000001, און א H שרייבט מען 01001000.
פארוואס פונקט 8 דיזשיטס? ווייל אזוי איז דער קאמפיוטער אויסגעשטעלט אז אכט דיזשיטס קוקט ער אן ווי א שלימות'דיגע זאך.איין נומער הייסט א ביט און אכט נומערן הייסט א בייט,און דער קאמפיוטער האט זייער ליב בייטס.
יעצט פארשטייט מען שוין אז אויב זאל איך געבען געוויסע אפציעס פאר א קאמפיוטער וועט מען אים אלס געבען 255 אפציעס. ווייל 255 איז די העכסטע נומער וואס מען קען שרייבען אין א בייט ווייל 256 האט שוין 9 דידזשיטס 100000000.
וואס מען נעמט ארויס ביז אהער איז, אז א קאמפיוטער ווייסט נישט פון עפעס אנדערש ווי איינסערס און זיראויס.זאל עס זיין די הארד דרייוו זאל עס זיין די רעם,די CPU. אלעס איז אנגעפילט מיט איינסערס און זיראויס.

די קאמפיוטער באשטייט בעיקר פון 5 חלקים, די הארד דרייב, די רעם, די CPU, די גרעפיקס קארד,און די אנדערע חלקים וואס איז מחבר די קאמפיוטער צום דרויסענדיגע וועלט צב"ש די קי בארד,מאניטער,ספיקער,אד"ג.

לאמיר גיין שטייטעלעך די הארד דרייוו האלט די מעמארי פונעם קאמפיוטער. עס איז דא צוויי סארטן הארד דרייווס,HDD און SSD
די HDD האט אין זיך עטליכע רינדעכיגע דיסקס ענדליך צו א CD העכער יעדע דיסק איז פארהאן אזא כמו פעדער וואס שרייבט און ליינט די ביינערי.ווי אזוי שרייבט ער?
אויף יעדע דיסק ליגט ארויפגעשמירט גאר גליינע שטיקלעך מאגנעטן, ווי באקאנט האט א יעדע מעגענעט א פאזעטיוו זייט און א נעגעטיוו זייט.
ווען די פעדער שרייבט,אויב דארף ער שרייבען א 1 דרייט ער איבער די מאגנעט אויף די פאזעטיוו זייט, און אויב וויל ער שרייבען א 0 דרייט ער איבער די מאגנעט אויף די נעגעטיוו זייט.בשעת ער שרייבט דרייט זיך די דיסק מיט א שנעלקייט 700 מאל א סעקאנט. און די דאטא ווערט געשריבען אין רינגען. יעדע רינג הייסט א טרעק.א יעדע דיסק האט טויזענטער טרעקס. אויב זאל מען ווען אויסציען אלע טרעקס און מאכן דערפון איין לאנגע שורה וואלט עס ווען געקענט זיין דריי מייל לאנג.
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3692
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: וויאזוי ארבעט עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

Wow! Very interesting! I
Keep it coming! I
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
אלטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10078
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע:אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: וויאזוי ארבעט עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

;l;p-
זיך איינגעשריבן פאר נאטעפעקאציעס פאר נייע תגובות!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
Surface
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 14, 2013 10:29 pm

Re: וויאזוי ארבעט עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Surface »

הערליך!
כ׳גלייך זייער דאס קאווערן אזויפיל נושאים אויף די קורצע און קלארע מהלך.
יישר כח, קיפ אפ!
Prime Free Trial
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
פאם פיילעט
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 03, 2021 5:52 pm

Re: וויאזוי ארבעט עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאם פיילעט »

יעצט איינגעוואנדערט דא ממש מורא'דיג ר' טוב שרייב נאך איבער דעם
מורא'דיג הנאה שכח
אוועטאר
קווארטאליסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 17, 2022 12:07 am
לאקאציע:Lee - Penn

Re: וויאזוי ארבעט עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קווארטאליסט »

וואס האט פאסירט? ברויכסט געז? נאדיר👍👍👍
פאר אלע גראפיקס וואו שמחה צעטליך, איווענט אינווייטס, סמעדריש אנאסן, פראפעשינעל לאגאו'ס און כל מיני דעזיין פראדשעקט'ס אדג.
שנעלע פראפעסניאלע סערוויס פאר עפארדעבל פרייזן
איר קענט טעקסטן צו 347-309-7796
אדער אימעיל׳ט [email protected]
פאטעיטע קאפ
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 10:50 pm

Re: וויאזוי ארבעט עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטע קאפ »

פששיהא ! ביוטיפול זשאב . שוין געלייהט אסאך וועגן אזאלכע זאכן אבער סאיז סטאם געבליבן ארימפליען אין מיין קאפ נישט מסודר . דעי ארטיקלען האבן אבער אלעס גישטעלט שיין מסודר אין פלאץ .באמת א פארגעניגן ישר כח . גיי אן....
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”