די עצם "שפיצל", פון ווי קומט דאס, איז עס נאך א מלביש פון דערהיים אדער נאך די מלחמה? איז עס דווקא א סאטמאר'ע (אונגארישע) מלבוש?
איך זע איו א"י גייט מען מיט א שפיצל ממש נאר אין סאטמאר (איך רעד פון די וואס גייען מיט טיכלעך פארשטייט זיך – און נישט פון די תולדות – מאה שערים סארט – איך רעד געבינדען אזויווי די שפיצל פרויען אין אויסלאנד), וויאזוי איז עס אין אויסלאנד? אויך נאר אין סאטמאר אדער רוב וואס גייען טיכלעך טראגן אויך א שפיצל?
כמעט נאר אין סאטמאר גייט מען שפיצלעך, דערנאך זענען דא עטוואס רבי’שע וכו’. א טיכל אן א שפיצל אין אמעריקא איז א שטארקע זעלטנהייט.
פשוט ווייל נאר אין סאטמאר האלט מען זיך טיילווייז דערצו, אבער עס איז קלאר נישט קיין סאטמארע מלבוש
די שפיצל ווערט נאך דערמאנט אין דברי חיים ״חתיכת משי״, אויך ר׳ הלל קאלאמייער זאגט מוסר אויף די וואס רוקן ארויף די סאמעט העכער די שטערן און מען פאלט מדחי אל דחי ביז מען קומט אן צו פאה נכרית. עכ״פ מ׳זעט אז די שפיצל אדער אירע פארגייערס זענען שוין געווען פארשפרייט אמווייניגסטענס קרוב צו צוויי הונדערט יאר צוריק. די שפיצל איז געווען אזא סארט תכשיט געמאכט פון זיידן אדער סאמעט וואס פרויען האבן גענוצט צו פארשענערן די טיכל און מאכן אן איינדרוק פון האר, הגם לויט ווי עס קוקט אויס פון ר׳ הלל קאלאמייער׳ס ווערטער האט מען דאס ארגינעל אנגעטון אונטער די די האר, אויפן שטערן.
למעשה היינט איז געבליבען די שפיצל כמעט נאר אין סאטמאר ווי פריער ערווענט, אין אנדערע חסידות און קרייזן וואו מען טראגט נישט קיין שייטלעך טראגען פרויען אנדערע סארט טיכלעך און בערעטס וואס די סטיילס דערפון טוישט זיך מיט די צייט.
די לעצטע פאר יאר איז דא א היבשע אויפוואכונג ביי אנדערע חסידותער אין אפילו ביי די ליטווישע צי אויסטאן די שייטל, זיי גייען מיט טיכלעך אדער העטס אן א שפיצל, די שפיצל איז כהיום בדרך כלל א סאטמארע לבוש.
די שפיצל איז געווען אזא סארט תכשיט געמאכט פון זיידן אדער סאמעט וואס פרויען האבן גענוצט צו פארשענערן די טיכלאון מאכן אן איינדרוק פון האר,
???? דער הייליגער דברי חיים זי"ע און מרן רביה"ק זי"ע מ'סאטמאר האבן טאקע דייקא געוואלט אומגעדריוולטע זייד וואס איז סתם א שטיק סחורה "גלאט ווי די בעקיטשע".
ריכטיג, אבער מיין תגובה האט זיך באצויגען צו איינער וואס האט געפרעגט די מקור פונם שפיצל, די ענטפער איז אז עס נעמט זיך פון דעם שטיקל זיידן אדער סאמעט וואס פרויען פלעגן לייגן צווישען די שטערן אין די טיכל עס זאל געבן די איינדרוק פון האר, דער דברי חיים באציט זיך אויף וואס עס קוקט אויס פרויען האבן אנגעהויבען מאכן די סחורה אויס קוקן מער ווי האר, אבער בעצם איז די סארט תכשיט, די פארגייער פונם שפיצל עפעס וואס איז געמאכט צו געבן די איינדרוק פון האר, עכ״פ א זכר למילתא.
איך קען גערער חסידים אין ירושלים וואס גייען טיכלאך. איך קען באבובער אויכעט. איך וועל קיינמאל נישט פארשטיין וואס די אויפטו פון א שפיצל איז. לדעתי א פשוטע טיכל איז די העכסטע להלכה ולמעשה.