כי נר מצוה ותורה אור

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

כי נר מצוה ותורה אור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

ששש... כ'בעט דעם עולם זיך האלטן רואיג! ס'גארנישט... מ'אט שוין געהערט אמאל אזוינס... ס'נישט דאס ערשטע מאל וואס מ'הערט אזוינס, אז א אינגערמאן פארשטייט נישט א שטיקל גמרא... ווערטס נישט אזוי איבער גענומען... ס'מאכט זיך ביי שענסטע משפחות...

ס'דא א באקאנטע גמרא, אין מס' שבת, וואס דערציילט אונז א מורא'דיגע זאך, אז הרגיל בנר הויין לה בנים תלמידי חכמים. רש"י אויפן פלאץ איז דאס מסביר, ווייל ס'שטייט אין פסוק (משלי פ"ו) כי נר מצוה ותורה אור.

ס'טוט זיך דארט אויפן פלאץ א גאנץ געטועכטץ, צי די גמרא מיינט נר שבת צי נר חנוכה און כ'וועל אין דעם נישט אריין גיין יעצט. (פון די עובדא'ס וואס די גמרא ברענגט דארט, איז גראדע משמע מער אז די ברכה באציט זיך אויף נרות שבת, אבער ווי געזאגט, איך וועל אין דעם נישט אריין גיין, ונניח אז ס'מיינט נר חנוכה אויך). וואס איך פארשטיי נישט אבער איז, וואס א שייכות האט נרות צו בנים תלמידי חכמים? פארוואס איז דער שכר פון אנצינדן נרות פונקט דער הויין בנים תלמידי חכמים? ועוד, דאס וואס רש"י ברענגט פון פסוק איז לכאורה גארנישט מוסיף, ס'נאר אפשר אזא סמך למליצת שלמה המלך, אבער ס'גיט גארנישט צו צום הגיון.

איך פארשטיי אויך אז די נרות מצוה טוען באלייכטן מיט גרויסע אורות, און דעריבער איז דער שכר אז הויין לה בנים וואס וועלן באלייכטן די וועלט. אבער, נו... נע... כ'פארשטיי עס עפעס נישט קלאר... ס'פעלט עפעס הסבר דערין. ועוד, דער טעם איז גוט בלויז אויף נר חנוכה, ונר שבת מאי איכא למימר?

איך האב שוין געזען תי' דערויף (עי' בפי' הרי"ף לע"י, ועוד), אבער לעת עתה עפעס א גוטן הגיון'דיגער הסבר האב איך נאך נישט געטראפן.

ווער ס'קען מיר צוצייכענען מספרי קודש א גוטס, וועט אים דער פון אויבן זיכער באצאלן פאר די גרויסע מצוה.

א דאנק

נ.ב. איך האב אסאך צו שמועסן דערוועגן, אבער כ'זוך בעיקר אן הגיונ'דיגע הסבר.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

איך גיי מיך נישט פארמעסטן מיט דיינע הגיונות'דיגע באדערפענישן, אבער ס'איז זייער פשוט (עטליסט פאר מיר.) וואס נאך באלייכט אזוי א אידיש הויז, ווי געלונגענע און וואוילע קינדער, סאו דאס איז מדה כנגד מדה, אז דו ביסט רגיל בנר, דו לייגסט אריין כוחות און אזא מצוה וואס באלייכט דעם שטוב, באצאלט מען דיר מיט קינדער וואס זאלן אויך באלייכטן דיין שטוב.
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

עיין סימן רס''ג במחצהש''ק ס''ק י''א לכאורה וועסטו מיט דעם קענען עפעס פארענטפערן א גוטס
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

זארעכפעפער האט געשריבן: ששש... כ'בעט דעם עולם זיך האלטן רואיג! ס'גארנישט... מ'אט שוין געהערט אמאל אזוינס... ס'נישט דאס ערשטע מאל וואס מ'הערט אזוינס, אז א אינגערמאן פארשטייט נישט א שטיקל גמרא... ווערטס נישט אזוי איבער גענומען... ס'מאכט זיך ביי שענסטע משפחות...

ס'דא א באקאנטע גמרא, אין מס' שבת, וואס דערציילט אונז א מורא'דיגע זאך, אז הרגיל בנר הויין לה בנים תלמידי חכמים. רש"י אויפן פלאץ איז דאס מסביר, ווייל ס'שטייט אין פסוק (משלי פ"ו)כי נר מצוה ותורה אור.

ס'טוט זיך דארט אויפן פלאץ א גאנץ געטועכטץ, צי די גמרא מיינט נר שבת צי נר חנוכה און כ'וועל אין דעם נישט אריין גיין יעצט. (פון די עובדא'ס וואס די גמרא ברענגט דארט, איז גראדע משמע מער אז די ברכה באציט זיך אויף נרות שבת, אבער ווי געזאגט, איך וועל אין דעם נישט אריין גיין, ונניח אז ס'מיינט נר חנוכה אויך). וואס איך פארשטיי נישט אבער איז, וואס א שייכות האט נרות צו בנים תלמידי חכמים? פארוואס איז דער שכר פון אנצינדן נרות פונקט דער הויין בנים תלמידי חכמים? ועוד, דאס וואס רש"י ברענגט פון פסוק איז לכאורה גארנישט מוסיף, ס'נאר אפשר אזא סמך למליצת שלמה המלך, אבער ס'גיט גארנישט צו צום הגיון.

איך פארשטיי אויך אז די נרות מצוה טוען באלייכטן מיט גרויסע אורות, און דעריבער איז דער שכר אז הויין לה בנים וואס וועלן באלייכטן די וועלט. אבער, נו... נע... כ'פארשטיי עס עפעס נישט קלאר... ס'פעלט עפעס הסבר דערין. ועוד, דער טעם איז גוט בלויז אויף נר חנוכה, ונר שבת מאי איכא למימר?

איך האב שוין געזען תי' דערויף (עי' בפי' הרי"ף לע"י, ועוד), אבער לעת עתה עפעס א גוטן הגיון'דיגער הסבר האב איך נאך נישט געטראפן.

ווער ס'קען מיר צוצייכענען מספרי קודש א גוטס, וועט אים דער פון אויבן זיכער באצאלן פאר די גרויסע מצוה.

א דאנק

נ.ב. איך האב אסאך צו שמועסן דערוועגן, אבער כ'זוך בעיקר אן הגיונ'דיגע הסבר.


(משלי ו' י"ג)
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע:געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

אמר רב הונא הרגיל בנר הויין ליה בנים תלמידי חכמים (שבת כ"ג ע"ב).
אפ"ל על פי מה ששמעתי לפרש ושמרו בני ישראל את השבת לעשות את השבת לדורותם דאהבה אדם מוריש לבניו, ומי ששומר שבת מאהבה מוסיף מחול אל הקודש וז"ש ושמרו בני ישראל את השבת היינו הטפל לשבת דהוא תוספות שבת וע"כ דעושה מאהבה וא"כ לעשות את השבת לדורותם דימשך להדורות דאהבה אדם מוריש לבניו.
והנהענין הדלקת הנרות היא מטעם תוספות שבת כמו שכתב ר' יוסף ענגיל מהרי"ף, ושוב ראיתי בסידורו של שבת שורש ב' ענף ב' אות בתו"ד וז"ל והנה ידוע ליודעי מדע אשר הדלקת הנרות גם הוא ענין יסוד תוספות שבת עכ"ל.
וכבר כתבנו באיזה אשכול דעמוד האש הוי נרות שבת במדבר ומבואר שם בגמרא דעמוד האש התחיל בזמן תוס' שבת
וע"כ הרגיל בנר הוין ליה ת"ח דאהבה של תוספות שבת אדם מוריש לבניו.
צופרידען ?
ביי ביי.
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע:געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

עוד אפ"ל עפי מה דאיתא במדרש דכל זמן ששרה קיים היה נר דלוק מערב שבת לערב שבת, ויש לפרש הכוונה דענין הנר היא תוספות שבת כנ"ל ות"ח בבחינת שבת כל השבוע וע"כ היה אצלה תוספות שבת בכל השבוע וע"ז מרמז הנר שהיה דלוק מערב שבת לערב שבת.
וע"כ מי שרגיל בנר דהיא לתוספות שבת הוין ליה בנים ת"ח, מדה כנגד מדה שמכיון שהוסיף לשבת, מוספין לו מן שמים ג"כ הוספה בהשבת דהת"ח בבחינת שבת גם בימות החול.
ביי ביי.
אוועטאר
geek
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 27, 2011 6:33 pm

Re: כי נר מצוה ותורה אור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך geek »

וויאזוי טייטש מען די פסוק אין אידיש
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2502
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: כי נר מצוה ותורה אור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

geek האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 6:45 pm
וויאזוי טייטש מען די פסוק אין אידיש
א מצוה איז [ווי] א ליכט און תורה [ווי] די ליכט פון טאג

מצודת דוד
"כי נר מצוה" - המצוה שאדם עושה מאירה לו כנר, והלומד תורה היא לו כאור היום, והשומע תוכחת מוסר הוא לו דרך המביא חיים.
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”