טריט נאך טריט - עפענן א נייעם ביזנעס
וויאזוי הייב איך אן?
איך שרייב, טייטש איבער, עדיט, און דרוק ספרים וקונטרסים ביכער אדער פשעטליך פאר מענטשן.
וויאזוי טו איך עס אז עס זאל שטימן מיט די געזעץ? וואס זענן די טריטן?
א. טאמער איך עפען א ביזנעס באנק קאנטע, גייט עס מיר קאסטן מער געלט ווי נוצן מיין פריוואטע?
ב. ווען איך עפען א ביזנעס קאנטע, צאל איך שטיירן צוויי מאל? איין מאל ביזנעס שטייער און איין מאל ווען איך נעם מייט פערזענליכע פארציע?
ג. טאמער איינער וויל מנדב זיין געלט צו דרוקן די ספר פון א צדיק אחד, וויאזוי באקומט ער זיין טעקס דעדאקטשן? קען איך עפענן א טשעריטי פאר דעם, און בלייבן די אייגענטומער פון די טשעריטי? דערנאך צאלט די טשעריטי פאר מיין קאמפאני פאר די ארבעט, מיט אינוואויסעס און וועקסלן? אדער איז דאס אומלעגאל?
ד. וואס פארא סאפטווער קען איך נוצן צו מאכן מיין ארבעט געשמירט? איך האב א קאסטומער, איך מאך מיט אים א פרייז, מיין ארבעטארערס אין א"י טון די ארבעט, און איך צאל זיי און איך נעם די געלט (מיט א ריוח) פון די קאסטומער. וועלכע סאפטווער וועט עס מאכן די מערסטע געשמירט? קאנעקטן מיט מיין באנק צו שיקן און באקומן די געלט, באהעפטן די אינוואויסעס מיט די באצאלונגן אין פאל פון א פארשונג פון די רעגירונג, וכדו'.
ה. וואס נאך מוז איך וויסן איידער איך הייב אן א נייעם ביזנעס?
איך ווייס אז יעדער וואס האט א ביזנעס לאכט אויף מיר, אבער מלאכה היא וללמוד אני צריך.