נישטא מער א גרעפיקער. וואס איז היינט אנדערש?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3675
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

נישטא מער א גרעפיקער. וואס איז היינט אנדערש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

וועלמיר גיין צום פינטל.
אמאל איז מען געגאנגען צו א גרעפיק דעזייינער, רויעל אימעדש, אימעדש 58, אליעזר טארים, וכדומה.
זיי האבן אויסגעהערט וואס מען דארף, און אהערגעשטעלט די עד, די ווערטער, און מ׳איז עס געגאנגען אליין פלעיסן אין די אויסגאבעס און צייטונגען.

היינט, איז אלעס א ״גרופ״, אדער א ״מארקעטינג גרופ״.
די גרעפיקערס זענען פלוצלינג אלע געווארן אויס פעהיג, און פאר יעדע איינצעלהייט פאר א עד דארף מען א באזונדערע ״מומחה וואס דאס טוט ער״

קודם דארף זיין א מיטונג מיט 6 קארפן קעפ וואס גייען לעקן לאליס בשעת מען ברעכט זיך קאפ פאר אן איידיע.

באזונדער דארף מען וויסן וועלכע קאליר HEX די דעזיין וועט לויפן (ווי כאילו אלע פרינטערס זענען קאלאר קאליבּרעיטעד מיט די סארט פאפיר אז די קאלער HEX זאל בלייבן אויף די האר די זעלבע שעיד)
נאכדעם קומט אריין א ״שרייבער״ וואס האט אויך זיין שטאב וואס לעקט קענדיס בשעת מען פיגערט אויס די בעסטע ״ליינס״

פון דארט פארט עס צו א טייפּער, צו א מגיה, צו א שערד פאלדער ווי אלעס ווערט צוזאמגעברענגט, און דערנאך באקומט איינער דעם דשאב צו אויפמאכן א נייע אדאובי דאקומענט, און נעמט זיך אלעס אריינווארפן.

דאס איז אפשר גוט פאר די שטריימלעך אינדוסטרי, ווי די מארקעטינג פירמעס ווילן זיך פארמעסטן מיט די קאסטומערס געלט.

אבער פאר א נישט אויפרייסערישע עד וואס א פלאמבער דארף, איז נישט צו וועם צו רעדן.

נאך אזויפיל יאר, זענען די אלע היינטיגע גרעפיקערס נעבעך זייער אנגעווייטאגט, און מ׳לייגט בּאונדריס על גבי בּאונדריס, כדי חלילה נישט צו ווערן אַבּיוזד (עפעס וואס איז דא אין יעדע אינדוסטרי)

ס׳איז א פאקט אז נישט יעדע גרעפיק ארטיסט פארשטייט אויך צו ביזנעס, און מ׳שטעלט זיך צוזאם עטליכע ארטיסטן צו ווערן אן ארבייטער , אוו מ׳לאזט דעם באלעבאס קער נעמען פון די ביזנעס חלק.
טאקע א פיינע געדאנק, אבער פארוואס דארף דער פשוט׳ע עד באצאלן די אווערהעד פון די ״גרופ״ נאר ווייל דער ארטיסט פארשטייט נישט צו ביזנעס??

וויאזוי האבן זיך די אלע גרעפיקערס אן עצה געגעבן די לעצטע 20 יאר?
מ׳האט עס ריבּרענדעד צו א ״מארקעטינג״ פירמע, און יעצט איז די ערשטע פראגע: דו האסט א באדשעט? בערך 8 טויזנט ביז 80 טויזנט.

פארוואס? ווייל די אפיס דארף זיין שענער ״דעזיינט״ פון דאנעלט טראמפס השגות?

אנשטאט א מענטש זאל זיך לערנען די ביזנעס חלק, בלייבט מען סטאק מיט זיך, און אויסער לעקל לאליס און ניצן AI און זיין בעסער פון א צווייטן מארקעטער, איז נישט מעגליך צו זיין אין ביזנעס…

עולם הפוך.

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1585
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: נישטא מער א גרעפיקער. וואס איז היינט אנדערש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

ר' יואל עס איז יא דא גרעפיקער און פאר היבש ביליגער ווי עס פלעגט זיין. עפען אן אקאונט אויף fiverr.com
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2619
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: נישטא מער א גרעפיקער. וואס איז היינט אנדערש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

יעצט אויסגעפונען אז מ'לייגט אין גאגעל hex color האבן זיי א טאָל צו טרעפן קאלארס.
איך לעק שוין מיין קענדי.
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3675
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: נישטא מער א גרעפיקער. וואס איז היינט אנדערש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

מנחם נחום האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 7:58 pm
ר' יואל עס איז יא דא גרעפיקער און פאר היבש ביליגער ווי עס פלעגט זיין. עפען אן אקאונט אויף fiverr.com
דו מיינסט איך ווייס נישט דערפון?!
פייווער איז פייווער, און א גרעפיקער מיט הארץ איז א צווייטע סארט פראדוקט.

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4103
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע:עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

Re: נישטא מער א גרעפיקער. וואס איז היינט אנדערש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

סובסקרייבט
א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15839
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: נישטא מער א גרעפיקער. וואס איז היינט אנדערש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

נישטא מער קיין בויער;

אמאל אז דו האסט געבויעט א הויז האט דער בויער געמאכט די פלאמבינג, עלעקטעריסיטי, דאך, פרעימינג, פורטש, שיעטראק און פעינטינג. היינט איז דא פאר יעדע איינס אן עקסטערע סוב, וועלכער האט אונטער זיך מולטי עקספערט גרופס אין יענעם פעלד...

נישטא מער קיין שמחה זאל;

אמאל האסט חתונה געמאכט האסטו געהאט א זיצונג מיטן קעיטערער, ער’ט צוגעשטעלט די בלומען, קבלת פנים, סעודה, מצוה טאנץ, זאל, וועיטער’ס, קלינאופ. היינט דארפסטו א פלעינער, א לייטינג גאו, א סאונד עקספערט, א שמארגעס באורד באשעפעניש צושטעלער, א סטעידש בילדער און נאך...

נישטא מער קיין טעלעפאן קאמפאני;

אמאל האסט געהאט א ביזנעס און געברויכט טעלעפאנען, האסטו געקאנטעקט קאן עדיסאן וואס האט דיר פארקויפט א פיביעקס מיט צעהן טעלעפאנען און א מאדעם/ראוטער. היינט דארף מען א היי וואלטעדש גיי, א לאו וואלטעדש פירמע, א קעיבל מיסטער, א טעלעפאן סעילסמען/גנב, א סיסטעם עקספערט מיט אן אייטי סערוויס טיעם...

גראדע איז דא אסאך גרעפיקער פאר קליינע דשאב’ס, די גרויסע זענען טאקע מארקעטינג קאמפאני’ס וועלכע העלפן מיט פי אר סטרעטעשיס, עד פלעיסמענטס, קאמפאני עקספאזשער און נאך טויזענט עספעקס פון א ביזנעס. אמת ס’דא היבשע רויבעראציע אינעם אינדעסטרי, וועלקאם טו אמעריקע 2023...
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: נישטא מער א גרעפיקער. וואס איז היינט אנדערש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

פארוואס טאקע זענען רויעל אימעדזש, אימעדזש 58 און אליעזר טורעם מער נישט אין די ליין?🤔🤔🤔
מיין חלק אינעם שמועס...
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4833
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: נישטא מער א גרעפיקער. וואס איז היינט אנדערש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

זאגסט דאך אליינס די תריץ, די ברענדינג אינדוסטריע האט זיך ריברענדעט, אז ער קען דיר מסביר זיין צו ניצן זיין קליענט קען ער דאך אוודאי אראפשטעלן פארוואס מען מוז אים ניצן
אוועטאר
שמעי בירזאהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 16, 2023 10:07 pm

Re: נישטא מער א גרעפיקער. וואס איז היינט אנדערש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעי בירזאהן »

איך האב וואס צו ענטפערן, אבער איך ווייס נישט אויב דאס איז א תירוץ..
איך, אלס איינער וואס האט זיך אויסגעלערנט גרעפיקס פאר א שטיק צייט צירוק, (גראדע דורך דעם "ווייז די פרייז" קאמפיין דא אויף אייוועלט) האב זייער געוואלט זיין טאקע אזא סארט גרעפיקער, איך האב געוואלט קענען נעמען קליינע דשאבס, וואס דארף נישט זיין עפעס ווער ווייסט וואס.
מיינע זאכן האב איך נישט געמאכט אויף פאוטאושאפ, איך האב עס געמאכט אויף canva, און איך האב באקומען זייער אסאך גוטע פידבעק אויף די זאכן וואס איך האב געמאכט, סיי אויף די זאכן וואס אנדערע האבן מיר געגעבן די איידיע דערפאר, און סיי וואס איך בין אליינס אויפגעקומען מיט די געדאנקען. (פאר סעמפלס קען מען קוקן מיינע תגובות...)
איך האב ארומגעפרעגט פון גרעפיקערס וויאזוי איך קען דאס נעמען צו די נעקסטע לעוועל, און אלע האבן מיר געזאגט אז קודם דארף איך גוט קענען פאוטאושאפ.
איך האב נישט געהאלטן אזוי, ווייל אין מיינע אויגן איז canva געווען (און איז נאכאלץ) גענוג צו מאכן פשוטע עדס.
אבער איך האב דאונלאודעד פאוטאושאפ, און אנגעפאנגען צו פראבירן צו זיך אויסלערנען, און דא האב איך געטראפן די ערשטע האלב תירוץ, אז פאוטאושאפ איז נישט גרינג, איז אדער צאלט מען געלט זיך צו לערנען, אדער לייגט מען אריין כוחות און צייט דערין, און איינער וואס גייט טון איינע פון די צוויי, וועט ענדערש גיין צו א קאמפעני וואס ער מאכט א פארזיכערטן פעיראל ווי ריסקן אויב איינער וועט אים ווילן נעמען (פארוואס מען זאל אים נישט נעמען וועל איך שוין מסביר'ן)
די צווייטע האלב תירוץ האב איך געטראפן, ווען בשעת איך האב אנגעפאנגען זיך צו לערנען פאוטאושאפ, האב איך געגאנגען צו סטארס פרעגן צו זיי זענען אינטערעסירט מיך צו פראבירן פאר דעם, און רוב האבן געענטפערט אז זיי האבן א "מארקעטינג קאמפעני" וואס ארבעט "סטראטעגיש" צו מאכן זייער ביזנעס פאר א געוויסע מין ברענד, און נישט קיין חילוק וויפיל איך האב פראבירט זיי צו ווייזן אז דער קאמפעני טוט נישט גארנישט פאר זיי חוץ טשארדשן געלט אין די וועלט אריין, האבן זיי נישט געהאלטן ביים איינזען.
א אנדערע ענטפער וואס איך האב באקומען פון געוויסע איז, אז זיי האבן איינעם "אין האוז" וואס קען אביסל גרעפיקס, און יענער טוט עס.
די ענטפער וואס איך האב באקומען בעיקר פון פריוואטע מענטשן וואס טוען סערוויסעס איז, אז געוויסע פרינטינג קאמפעניס מאכן פשוטע צעטלעך (וואס קוקן אגב אויס ווי געמאכט אויף Microsoft word) פאר זייער ביליג, און זיי דארפן נישט מער...

איז ווער וויל יא נוצן א גרעפיקער?...
אדרבה, אפשר ווייס איך נישט עפעס, און איך קען עס אנפאנגען צו טון און האבן א סאליד סייד אינקאם....
אוועטאר
בר אדא
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 21, 2022 11:09 pm

Re: נישטא מער א גרעפיקער. וואס איז היינט אנדערש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר אדא »

@הרב יואל קליין הנאה געהאט צו ליינען, אזאנס צאמגעלאכט, א שאד ס׳נישט לענגער.
אוועטאר
רפפורט
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 9:29 pm

Re: נישטא מער א גרעפיקער. וואס איז היינט אנדערש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפפורט »

הרב יואל צולייגט גוט א זאך, פארפאלן.
איך פראביר צו שטיצען מיין לאקאלע שול סיי ווען!
הכרת הטוב איז א אידישע מידה!
אוועטאר
בר אדא
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 21, 2022 11:09 pm

Re: נישטא מער א גרעפיקער. וואס איז היינט אנדערש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר אדא »

איך ווייס נישט אויב ס׳דא נאך אזא גניבה׳שע (נישט ממש, ווער נישט ברוגז) ביזנעס ווי מארקעטינג.

מ׳קריכט אויף גראדע ווענט און מ׳קען אפי׳ נישט טעסטן אויב די ״סטראטעגיע״ האט באמת אויפגעטון.

די פרייזן זענען עפעס אבנערמאל.

ס׳נישט דא וואס צו רעדן אז מפואר למשל האט געטון א גוטע דזשאב, אבער רובא דרובא קריכן אויף גראדע ווענט.

מ׳מאכט די ביזנעס פאר א געוויסע מין ברענד… כביכול.
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4833
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: נישטא מער א גרעפיקער. וואס איז היינט אנדערש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

זייער אסאך מאל ווען די 'מארקעטינג און ברענדינג' קאמפאני מאכן זייער קליענט איינזען אז עס לוינט זיך צו סעפענדן א מאיאנטיק מיט געלט דורכאויס א סעזאן, רוב מאל קען מען בכלל נישט וויסן צו עס ארבעט אדער נישט. אוודאי וועלן די 'פארשטייער'ס' שטארק האבן דערפון און מסביר זיין די עמקות פון די סטראטעגיע (און די תגובהוועט באקומעןאסאך לייקס אין די שיינע עדס אשכול), אבער פשוטע מענטשן וואס מישן אריבער די וועכענטליכע בלעטער זענען די וועמען מען צילט, זיי ווערן גארנישט קליגער און די ביזנעס פארדינט (כמעט) גארנישט.

אלס סעמפל קען מען טאקע נעמען א אויסגאבע וואס איז לעצטענס ערשינען, די מארקעטינג איז געווען ++ אבער נישט געצילט די זעלבע מענטשן וואס וואלטן הנאה געהאט פון אזא אויסגאבע.
די זעלבע איז מיט הונדערטע דאבל עדס וואס קאסט אסאך מער אבער זייער אסאך מאל ווערט די גאנצע זאך חרוב אין פרינט
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3675
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: נישטא מער א גרעפיקער. וואס איז היינט אנדערש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

@יאנאש
איך גלייך שטארק דיין אויסדריק:
א טעלעפאן סעילסמען/גנב,

ס׳זענען דא זייער ווייניג סעילס לייט וואס מיינעך באמת די טובה פונעם קאסטאמער אפילו זיי גייען מאכן ווייניגער געלט.
איך האלט עס פאר די אויגן ווען איך סעילס פאר מיין Skytek Telecom Viop ביזנעס פאונס פירמע. איך טוה השתדלות. פרנסה געבט השי״ת. בויען א טראסט איז דאס וויכטיגסטע, און פאר דעם טראסט ווילעך אינוועסטירן דאס מערסטע וואס שייך.

די גרעפיקס האט מיר פשוט ארויסגענומען פון די דישעס.
איך וויל מיר עדווערטייזן א עד, אבער די פרייזן אין די טויזענטע מאכט נישט קיין סענס. איך פלעג באצאלן 500, 700 פאר א ריזן פּאוסטער צו הענגען אין די גאסן פאר מיינע סידיס. איך פארשטיי אז אינפלעישאן איז ארויף. אבער אז איך וויל א קליינע 5x1 עד צו לויפן אין יעזורי, איז נישטא צו וועם צו רעדן.

כ׳האב גראדע אליין געמאכט א 5x7 וואס איז געלאפן אין יעזורי פאר בערך 8 וואכן. ס׳האט געברענגט אסאך קאלס ב״ה, און אויך קריטיק פון חברים אז ס׳איז געמאכט אין ווארד. ס׳איז נישט, ס׳איז פאטאשאפ. אבער איך טוה דאס נישט יעדן טאג, און איך ליג נישט אין די היינטיגע מאדערענע דעזיינס.

וועלמיר זיין בקשר מארגן בעזר השם

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3675
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: נישטא מער א גרעפיקער. וואס איז היינט אנדערש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

חלקי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 9:47 pm
פארוואס טאקע זענען רויעל אימעדזש, אימעדזש 58 און אליעזר טורעם מער נישט אין די ליין?🤔🤔🤔
ווייל אן ארטיסט ווערד בּאָרד נאך א צאל יאר פון טאן די זעלבע זאך, און ער שפרינגט ארויס פון די הויט און וויל טאן עפעס אנדערש.

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1585
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: נישטא מער א גרעפיקער. וואס איז היינט אנדערש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

הרב יואל קליין האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 11:19 pm
.

די גרעפיקס האט מיר פשוט ארויסגענומען פון די דישעס.
איך וויל מיר עדווערטייזן א עד, אבער די פרייזן אין די טויזענטע מאכט נישט קיין סענס. איך פלעג באצאלן 500, 700 פאר א ריזן פּאוסטער צו הענגען אין די גאסן פאר מיינע סידיס. איך פארשטיי אז אינפלעישאן איז ארויף. אבער אז איך וויל א קליינע 5x1 עד צו לויפן אין יעזורי, איז נישטא צו וועם צו רעדן.

כ׳האב גראדע אליין געמאכט א 5x7 וואס איז געלאפן אין יעזורי פאר בערך 8 וואכן. ס׳האט געברענגט אסאך קאלס ב״ה, און אויך קריטיק פון חברים אז ס׳איז געמאכט אין ווארד. ס׳איז נישט, ס׳איז פאטאשאפ. אבער איך טוה דאס נישט יעדן טאג, און איך ליג נישט אין די היינטיגע מאדערענע דעזיינס.

וועלמיר זיין בקשר מארגן בעזר השם
אפשר פראבירסטו טאקע @שמעי בירזאהן
אוועטאר
בלאט פלעק
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 22, 2023 3:23 pm

Re: נישטא מער א גרעפיקער. וואס איז היינט אנדערש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלאט פלעק »

נישטא וואס צו רעדן ר׳ יואל איז גערעכט, איך בין געזיצן אויף אן אינטערוויו ביי איינער פון די היינטיגע גרויסע מארקעטינג קאמפעניס אין די היימישע וועלט פאר די פאזיציע פון קאמיוניקעיטן צווישן די קאסטומער און די שרייבערס/דיזיינערס/סטראטעגיסטערס/וכדו׳ און די עיקר אויפן דזשאב דעסקריפשאן איז געווען צו נעמען א קאסטומער וואס קומט אריין פאר איין עד צו מאכן פארשטיין (איינרעדן) אז ער דארף ספענדן עט ליעסט צען טויזנט דאלער אנצוהייבן. וד״ל
מצילי אש ד׳ראקלענד
24 hr emergency line
845-426-9111
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7978
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: נישטא מער א גרעפיקער. וואס איז היינט אנדערש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

חלקי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 9:47 pm
פארוואס טאקע זענען רויעל אימעדזש, אימעדזש 58 און אליעזר טורעם מער נישט אין די ליין?🤔🤔🤔
There's a well known concept: the starving artist
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
משפטים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 08, 2023 11:20 am

Re: נישטא מער א גרעפיקער. וואס איז היינט אנדערש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משפטים »

וויזוי איך פארשטיי,
איז אמאל שווער געווען סתם אזוי צו מאכן א עד, ממילא האסטו געדארפט נעמען איינער וואס קען זיך אויס דעראין,
אין ווער גייט זיך עס לערנען? איינער מיט געפיל פארדעים.

שפעטער האט אנגעהויבן ארויסקומע סימפל סייט'ס צו אליינס מאכן די אייגענע גרעפיקס האט מען אטעמאטיש זיך געשפארט אין אפגעלאזט די גרעפיקערס...

יעצט האבן זיך די גרעפיקערס געטראפן אן ארבעט, האבן זיי זיך געמוזט פעקידשן אלס גאנצע מאקעטער נאר כדי זיך צו דערהאלטן אין ביזנעס.


נישט וואס איך ווייס, וואס איך טראכט, אין וואס מאכט סענס.
מיין טאגליכע האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:12 pm
ער האט מיך איינגעבאבילט שטיתים און אויףגעבאבילט שטיתים
אוועטאר
ההרים
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 21, 2022 12:28 am

Re: נישטא מער א גרעפיקער. וואס איז היינט אנדערש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ההרים »

הרב יואל קליין האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 7:55 pm
וועלמיר גיין צום פינטל.
אמאל איז מען געגאנגען צו א גרעפיק דעזייינער, רויעל אימעדש, אימעדש 58, אליעזר טארים, וכדומה.
זיי האבן אויסגעהערט וואס מען דארף, און אהערגעשטעלט די עד, די ווערטער, און מ׳איז עס געגאנגען אליין פלעיסן אין די אויסגאבעס און צייטונגען.

היינט, איז אלעס א ״גרופ״, אדער א ״מארקעטינג גרופ״.
די גרעפיקערס זענען פלוצלינג אלע געווארן אויס פעהיג, און פאר יעדע איינצעלהייט פאר א עד דארף מען א באזונדערע ״מומחה וואס דאס טוט ער״

קודם דארף זיין א מיטונג מיט 6 קארפן קעפ וואס גייען לעקן לאליס בשעת מען ברעכט זיך קאפ פאר אן איידיע.

באזונדער דארף מען וויסן וועלכע קאליר HEX די דעזיין וועט לויפן (ווי כאילו אלע פרינטערס זענען קאלאר קאליבּרעיטעד מיט די סארט פאפיר אז די קאלער HEX זאל בלייבן אויף די האר די זעלבע שעיד)
נאכדעם קומט אריין א ״שרייבער״ וואס האט אויך זיין שטאב וואס לעקט קענדיס בשעת מען פיגערט אויס די בעסטע ״ליינס״

פון דארט פארט עס צו א טייפּער, צו א מגיה, צו א שערד פאלדער ווי אלעס ווערט צוזאמגעברענגט, און דערנאך באקומט איינער דעם דשאב צו אויפמאכן א נייע אדאובי דאקומענט, און נעמט זיך אלעס אריינווארפן.

דאס איז אפשר גוט פאר די שטריימלעך אינדוסטרי, ווי די מארקעטינג פירמעס ווילן זיך פארמעסטן מיט די קאסטומערס געלט.

אבער פאר א נישט אויפרייסערישע עד וואס א פלאמבער דארף, איז נישט צו וועם צו רעדן.

נאך אזויפיל יאר, זענען די אלע היינטיגע גרעפיקערס נעבעך זייער אנגעווייטאגט, און מ׳לייגט בּאונדריס על גבי בּאונדריס, כדי חלילה נישט צו ווערן אַבּיוזד (עפעס וואס איז דא אין יעדע אינדוסטרי)

ס׳איז א פאקט אז נישט יעדע גרעפיק ארטיסט פארשטייט אויך צו ביזנעס, און מ׳שטעלט זיך צוזאם עטליכע ארטיסטן צו ווערן אן ארבייטער , אוו מ׳לאזט דעם באלעבאס קער נעמען פון די ביזנעס חלק.
טאקע א פיינע געדאנק, אבער פארוואס דארף דער פשוט׳ע עד באצאלן די אווערהעד פון די ״גרופ״ נאר ווייל דער ארטיסט פארשטייט נישט צו ביזנעס??

וויאזוי האבן זיך די אלע גרעפיקערס אן עצה געגעבן די לעצטע 20 יאר?
מ׳האט עס ריבּרענדעד צו א ״מארקעטינג״ פירמע, און יעצט איז די ערשטע פראגע: דו האסט א באדשעט? בערך 8 טויזנט ביז 80 טויזנט.

פארוואס? ווייל די אפיס דארף זיין שענער ״דעזיינט״ פון דאנעלט טראמפס השגות?

אנשטאט א מענטש זאל זיך לערנען די ביזנעס חלק, בלייבט מען סטאק מיט זיך, און אויסער לעקל לאליס און ניצן AI און זיין בעסער פון א צווייטן מארקעטער, איז נישט מעגליך צו זיין אין ביזנעס…

עולם הפוך.
שיסט לאטקעס.
נאה. ארטיסטיק. יעסעדזש. המעתיק. יפה. Kls. און נאך,
זענען גרעפיקס קאמפעניס. וואס האבן גארנישט מיט מארקעטינג. שיק זיי די קאפי-רייטינג און זיי סעטן דיר עס אויף. (דערצו איז דא אסאך פריוואטע פרילענסערס און בעגינערס וואס העלן דיר גערן מאכן עדס. דארפסט נאר וויסן ווי זיי צו טרעפן.)
לעצט פארראכטן דורך ההרים אום דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 3:56 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
TELTECH
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 28, 2020 3:05 pm

Re: נישטא מער א גרעפיקער. וואס איז היינט אנדערש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך TELTECH »

@הרב יואל קליין איר זענט הייליג גרעכט!

@ההרים
סאיז דא אבער ממש שוואכע. די אלע גוטע גראפיקער זענען אונטער א גרופע, און אן עד אן קיין WOW וועט דיך סתם מאכן אויסקוקן נישט צום זאך.
בקיצור, מען קען נישט האבן א נארמאלן פראדוקט אן דארפן צו באצאלן שווערע אלפים ווי זאגט @יאנאש וועלקאם טו אמעריקע 2023...
.
open advanced hotline - unlimited channels- over 700 features

low as only ִ$9.99 a month- feel free to contact - Tteltech Advanced Phone Systems

1716-227-2222 - [email protected]
כתר מלוכה
שר חמש מאות
תגובות: 536
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 2:51 pm

Re: נישטא מער א גרעפיקער. וואס איז היינט אנדערש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר מלוכה »

TELTECH האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:53 am


@ההרים
סאיז דא אבער ממש שוואכע. די אלע גוטע גראפיקער זענען אונטער א גרופע, און אן עד אן קיין WOW וועט דיך סתם מאכן אויסקוקן נישט צום זאך.
אהה, יעצט האסטו גוט געזאגט.

דו ווילסט די גוטע עדס, וואס איז אמאל נישט געווען, פאר אמאליגע פרייזן...
אוועטאר
שמעי בירזאהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 16, 2023 10:07 pm

Re: נישטא מער א גרעפיקער. וואס איז היינט אנדערש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעי בירזאהן »

יעצט געזען די עד דא אויף דעם וועלטל, קען זיין דאס איז וואס @הרב יואל קליין זוכט...
Screenshot_20231219-091115_Chrome.jpg
Screenshot_20231219-091115_Chrome.jpg (144.15 KiB) געזען 1328 מאל
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

Re: נישטא מער א גרעפיקער. וואס איז היינט אנדערש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

הרב יואל קליין האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 11:19 pm
אבער אז איך וויל א קליינע 5x1 עד צו לויפן אין יעזורי, איז נישטא צו וועם צו רעדן.

כ׳האב גראדע אליין געמאכט א 5x7 וואס איז געלאפן אין יעזורי פאר בערך 8 וואכן. ס׳האט געברענגט אסאך קאלס ב״ה, און אויך קריטיק פון חברים אז ס׳איז געמאכט אין ווארד. ס׳איז נישט, ס׳איז פאטאשאפ. אבער איך טוה דאס נישט יעדן טאג, און איך ליג נישט אין די היינטיגע מאדערענע דעזיינס.
Fyi יעזורו האט א אינטערנעל דיזיינער וואס מאכט גאנץ גוטע עדס.

אין א וועלט פון אזויפיל געלונדענע מארקעטער׳ס ווען אלע עד׳ס דארפן זיין א WOW און יעדער שטייגט איבער יעדעם מיט חידושים און בליציגע רעיונות האט שוין טאקע דער גרעפיק דיזיינער נישט וואס צו מחדש זיין - ער קען דיר שוין באמת נישט צושטעלן פאר דעם בעיסיק פרייז וואס יענער קומט אויף פאר צען אלפים.

ער האט זיך מסדר געווען מיט זיין קהלה - ביהמ״ד - ארגאניזאציע - ביזנעס וכדומה און שטעלט צו די פאר זיינע גאנץ יעריגע קליענטן אלע זייערע באדערפענישן פארן יאר, מ׳פארשטייט זיך אויפן ווינק, מ׳קען די טעיסט, מ׳ווייסט וואס מדארף, און ער האט שיין פרנסה אן די קאפ דרייעניש פון די קליינע קאסטומערס…

די ״וויפיל קאסט א צעטיל״ ריקוועסטס, ״כ׳דארף בעצם נישט קיין גרויסע זאכן… נאר ממש איין עד… נאר דעיס און נאר יענץ…״ פון דעם קען א גוטע גרעפיק דיזיינער מער נישט הערן היינט, דעיס זאלן מאכן די פרישע חברה וואס פרייען זיך איינער גיט אים צו מאכן א צעטיל…

וואלט אפשר געדארפט זיין אזא ״סערטיפייט מהלך״ פאר מענטשן אזוי ווי @”הרב יואל קליין" וואס פארשטייען וואס טוט זיך ״אונטערן דיזיינער״ זאלן כאטש יא האבן א אוזן קשבת ביי די דיזיינערס.
אוועטאר
פריש פון פריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 5:21 pm

Re: נישטא מער א גרעפיקער. וואס איז היינט אנדערש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריש פון פריש »

יואל קליין ברענגט ארויס א גוטע נקודה! אבער פון די אנדערע זייט האט די דיזיינער נישט געמאכט קיין געלט פון נאר דיזיינען, ווייל יעדער האלט זיך פאר א חכם פון מה נשתנה אז ער פארשטייט והא' ראיה קוק וויפיל אשכולות עס איז דא פון דיזיינען דא אויף אייוועלט אליינ'ס, פארשטייט זיך יעדע מיט א אנדערע נאמען, האט מען עס געמוזט ארויף ברענגען אויף די נעקסטע לעוועל, און אזוי קענסטו נישט אריינרעדן ווי באלד דער מארקעטער איז נישט מסכים דערצו!
פרישער פון פריש איז אייביג גוט צו זיין, עס ברענגט נאר פרישקייט!!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”