פרייטאג ויגש עשרה בטבת - מתפללין מנחה ומעריב אחר הפלג
יעדער וויל ענדיגן צייטליך און אהיימגיין קידוש מאכן אויסצופאסטן ביי 72 און זאל זיין גענוג צייטליך פאר עס ווערט צווישן 6-7 וכו׳.
היות ס׳איז דא וואס זענען מעורר קעגן דעם אז מ׳זאל נישט דאווענען מנחה מעריב צוזאמען נאכן פלג ווייל ס׳איז א ״תרתי דסתרי״, ממילא ווילן זיי מ׳זאל דאווענען מנחה בעוד היום גדול נאך פארן פלג, נאר אזוי וועט מען קענען דאווענען קבלת שבת און מעריב פריער און ענדיגן פארן זמן ר״ת. (אין קר״י לדוגמא איז הדלקה״נ 4:16, און די פלג המנחה מג״א 4:31).
ווער עס קען נישט אינעם קורצן פרייטאג דאווענען מנחה אזוי פרי, מיינען יעצט אז זיי מוזן זיך שטעלן שפעטער קבלת שבת אז ס׳זאל אויסקומען מ׳זאל ערשט דאווענען מעריב ווען ס׳איז שוין ביים זמן ר״ת 72, ממילא עפי״ר קענען זיי שוין נישט אהיימגיין און קידוש מאכן פאר 6 (כאטש מ׳קען זאגן ״אב הרחמים״ איז דא וואס קלערן דאך צו ווארטן וכו׳) ס׳קומט שוין למעשה אויס אז זיי גייען אריין אינעם שבת מיט א לענגערן תענית פאסטנדיגערהייט אלעס בלויז צוליב דעם חשש פון תרתי דסתרי.
איז וויכטיג מ׳זאל וויסן אז דער ״דרך החיים״ (לרבינו יעקב מליסא החוות דעת) פסק׳ט קלאר לויטן מג״א ביי ״דין ערבית של שבת״ סעיף א׳ אז דער חשש איז נישטא און מ׳מעג דאווענען ערב שבת מנחה מעריב צוזאמען ״אפילו נאכן פלג המנחה״, ווייל ערב שבת איז אנדערש און מ׳איז נישט חושש אויף תרתי דסתרי, וז״ל:
״אף במקום שנהגו להתפלל מעריב בזמנה אפילו בציבור מקדימין אותה להתפלל בע״ש יותר מימות החול, ולהתפלל אותה מפלג המנחה ואילך קודם הלילה, ומותרין להתפלל מנחה מעריב אחר פלג המנחה (עי׳ סי׳ רס״ז), (ואף שכתב המג״א שם להתפלל מנחה קודם פלג המנחה כדי שלא יהא תרתי דסתרי, אך כיון ששאר מקומות נוהגין להקל בזה גם בחול וכמ״ש המג״א סי׳ רל״ה מטעם שטירחא לאספם ולקבצם פעמיים עכ״פ יש להם לסמוך על האי טעמא ערב שבת עיי״ש).
דער ״דרך החיים״ זאגט דא קלאר אז אפילו לויטן מג״א וואס איז מחמיר צו די שיטה פון ״תרתי דסתרי״ דאס איז נאר אינדערוואכן משא״כ ערב שבת איז אנדערש, און דער מג״א האלט אויך אז ערב שבת מעג מען מקבל שבת זיין פריער און אפילו מ׳דאווענט מנחה נאכן פלג מעג מען דאווענען צוזאמען אויך מעריב און מ׳דארף נישט מחמיר זיין.
מ׳קען זיך רואיג מסדר זיין אז ס׳פעלט נישט אויס סתם אזוי מחמיר צו זיין און אריינפאסטן אין שבת אריין צוליב דעם תרתי דסתרי, ווייל דער דרך החיים פסק׳ט קלאר אפילו לויטן מג״א אז מ׳מעג.
צום שלוס איז וויכטיג צוצולייגן אז רביה״ק מסאטמאר זי״ע (וועלכער איז געווען אן אייניקל פונעם ״חוות דעת״) האט פארלאנגט פון די מנהלים אין די תלמוד תורה אז מ׳זאל דורכלערנען מיט די תלמידים אין חדר דעם דרך החיים אז זיי זאלן קענען די אלע וויכטיגע הלכות אין קורצן און מ׳פסק׳נט ווי דעם דרך החיים.
ויה״ר שאלו הצומות יתהפכו לששון ולשמחה.