Re: עשרה בטבת פרייטאג דיסארדער
יצחק ברוך האט געשריבן:קרייסלער האט געשריבן:sheetrock האט געשריבן:טעם וריח האט געשריבן: וואס איז מיט די גרעיפ דשוס? קאלט אדער ווארעם?
גרעיפ דזשוס נאך א תעניות? ס'קומט א פיינע קארבענעי
א קארבענעי איז נישט גוט פאר קידוש אפילו סתם א וואך, א קארבענעי איז א העווי וויין און סקומט צו טרינקן א סיפ נאך א סיפ, אראפצושלינגען א רביעית קארבענעי קענסטו נוצען די ביליגסטע קארבענעי פאר ניין טאללער א פלעשל
פאר קידוש קומט א לייכטע געשמאקע וויין
כ'גלייך קארבענעי אבער כ'מוטשע מיך ארום מיט'ן ביי קידוש (אגב כ'טרינק נישט קיין רביעית יעדע וואך נאר פסח וואס מ'דארף טרינקן רוב כוס אדער למהדרין איז א ענין די גאנצע)
וועלכער וויין איז גוט פאר קידוש א גוטער וויין וואס זאל נישט מעלה .... זיין א גאנצן פרייטיג צונאכט?
יעדע מענטש פארטראגט עפעס אנדערש. און נישט יעדער פארטראגט אלקאהאל בכלל. פראביר פארשידענע טרויבן פון פארשידענע פלעצער