וואס איך בין צוגעקומען נאך יארן דרייען וואטע און מאכן כל מיני פאטענטן , אז די שענסטע ברענט נאך די פתיל צף..
איך צינד אין א גרויסע גלעזל, און די פתיל צף פארמאגט די גרויסע רינדעכיגע בלעכל , נישט די קליינע וואס דערטרענק זיך אפט און שווימט ארום און מאכט שווארץ די גלאז פון די זייט.
איך פיל אן א האלבע גלעזל מיט וואסער פאר די זעלבע סיבה, וויל אויב ברענט ער אראפ ביז אינטן ווערט די גלעזל פארשווארצט. אזוי אויך ווייל איך נישט ס'זאל ברענען אזוי לאנג. (א פיל גלעזל קען ברענען 8 שעה)