Re: זכרונות - ת"ת ישיבה תו"י ד'סאטמאר 110 טרופ עוו.
אפשר סענדראוויטש?קוואל וואסער האט געשריבן: ↑ זונטאג אוגוסט 13, 2023 5:04 pmאיך געדענק נאך גוט ראביי סעיבאו. אין מיינע יארן (מ' יארן טרופ) איז ער געווען געהילף פרינציפיל, און די עכטע פרינציפיל איז געווען א פלעטבושער ראביי בערקאוויטש (עפעס ---וויטש, איך געדענק שוין נישט פונקטליך), וועלכער האט געהאט א ברודער א טיטשער (מיסטער (??? וויטש), פון מיינע בעסטע טיטשערס, ביי אים געלערנט עכט פלייסיג ענגליש און אזוי זיך דערלערנט די שפראך גוט דורך און דורך). איינמאל איז דער פרינציפל ברודער נישט געקומען אפאר טעג, און דער טיטשער ברודער האט אים סובסיטוטעט אלס פרינציפל, און ער איז אנגעקומען אביסל מער אהערגעשטעלט, מיט מער שטרענגע טריט, הפנים ער איז דאך "פרינציפל..." איי, היו ימים...
ראביי סעיבאו, ער האט אויסגעזען ווי א ליטווישער מגי"ש, אן ערנסטע לענגערע בערדל, אייביג מיט הוט און רעקל.
אגב, ווער געדענקט נאך דעם אנדערן עלטערן טיטשער-סאבסיטוט, עפעס א גוטמוטיגער פלעטבוש גיי א הצלה מעמבער (נישט גאביאף די טיטשער).
ר' אברהם ישעי' זז"ג איז קיינמאל נישט געווען עכט פרינציפל. נאר ווען סהאט אויסגעפעלט איז ער ארום מיט א חושך שבטו און געהאלטן אביסל דיסציפלין.
איך פרוביר מיר צי דערמאנען, ווי אזוי האט געהייסן דער דארער הויכער, מיט א לאנגע בארד, איך ער איז געווען א ליובאוויטשער, אפשר האט ער געהאט א פאלשע פיס.