ידעתי האט געשריבן:מי יודע האט געשריבן:ידעתי האט געשריבן:סעטינגס האט געשריבן: א הערליכע ארבעט פין הרה''ג ר' שמואל שלמה טעללער
ער האט עס געשריבן? ווייל איך דענק נישט אז ער איז א יליד קרית יואל, און אביסל וואס איך האב געבליקט דערין באשרייבט ער רבי יצחק מאיר שפירא ז״ל מיט ערשטהאנטיגע שפראך.
גראדע איין מלמד יארן פון קרית יואל און פארדעם וויליאמסבורג, רבי אלי׳ דוד טירנויער ע״ה האב איך נישט געזען דארט,
דער ספר איז מער ווייניגער א ליקוט פון מעשיות וואס איז געווען געדרוקט אינעם גליון זקיניך ויאמרו לך, און די מעשיות זענען אריינגעלייגט געווארן דורך די תלמידים, קוקט אויס ער האט נישט איבערגעקוקט יעצט ווען ער האט עס געלייגט אונטער א צווייטן פארטאך
מאכט אפשר סענס. און אויב רבי שמואל שלמה איז געווען א איינגעשטעלטער אין תלמוד תורה איז מעגליך אז ער איז געווען בכלל אונטער די זקניך ויאמרו לך פראיעקט?
בכל אופן, געבליקט אביסל מער דערין און עס זעט אויס מלא תוכן. איז עס טאקע פארטיילט בחינם אז מהאט עס דא ארויפגעלייגט?
ר' שמואל שלמה מאכט עס נאך היינט, מ'האט עס פארטיילט בחנם
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.