געזוכט לויער פאר קליינע לאו סויט
א ידיד מיינס האט מיר געבעטן עס ארויפצושטעלן.
מיט א שטיק צייט צוריק בין איך געזיצן אויף א בענקל ווען די סקרולס פונעם בענקל זענען ארויסגעפאלן און האט געמאכט אז איך זאל אראפפאלן און זיך מיאוס צוקלאפן, צוויי טעג שפעטער בין איך געגאנגען צום עירדשענט קעיר ווי מ'האט גענומען עקס-רעיס פון מיין פיס און מיר געזאגט אז קען זיין אז ס'איז עפעס צוריסן געווארן אינעם פיס, און געזאגט אז איך זאל לייגן אייס פעקס און אויב ביז אפאר טעג זעה איך נישט קיין שינו זאל איך גיין צו א געהעריגע דאקטער.
הך קאווע נאך צוויי וואכן האב איך מיך דערזען זיצן ביים דאקטער ווי מ'האט איבערגעקוקט די אלטע עקס-רעי און מיר געזאגט אז אפשר טישאס און נאך עפעס האבן זיך צוריסן אדער צוקוועטשט און אפשר גייט עס אוועקגיין און אפשר גייט עס בלייבן פאר אייביג, אבער ס'נישט דא וואס צוטוהן.
יעצט האלט מען שוין א שיינע פאר חדשים נאכדעם און איך פיעל נאך ווייען אויף מיין פיס, איך האב גערעדט צו די קאמפאני פון די בענקל און זענען גרייט צו געבן עטליכע הונדערט דאלער פארגיטונגענס געלט, אבער איך האלט אז צוויי הונדערט דאלער איז חוזק געמאכט.
האב איך גערופן צוויי לויערס און ביידע זאגן מיר אז וויבאלד ס'איז נישט דא קיין ערנסטע דעמידשעס ב"ה און איך האב נישט אויסגעלייגט קיין געלט פאר דאקטוירים, איז עס צו א שוואכע קעיס זיי זאלן עס אננעמען.
איז וויל איך וויסן אויב איינער ווייסט פון א לויער וואס נעמט יא אָן אזעלכע קליינע קעיסעס, (די אינצידענט איז פארגעקומען אין ניו זשערסי).