Re: קוויקבוקס אנליין
פון אישי קעסטל (קען זיין אז נאך האבן דער פראבלעם, סאו לייג איך עס דא אז מ'זאל וויסן אז עס איז א פראבלעם וואס נאך האבן, און אויב איינער האט א סעלושען קען ער געבן):
כ'האב אייך געוואלט מיטטיילן אן אינטערעסאנטע פראבלעם מיט וואס איך האב מיך באגעגנט, אפשר וועט איר קענען העלפן אנדערע אידן דערמיט.
נוצענדיג די קוויקבוקס אנליין דעסקטאפ עפפ איז עס מיר אינמיטן פון איין מינוט אויפן צווייטן געווארן ריזיג, אזש עס איז מיר געווען אוממעגליך צו מאנערווירן דערמיט און ארבעטן ווייטער.
איך האב פרובירט אלע רעגולערע סטעפס, ווי פרובירן ארויס-זומען מיטן מייזל, מיטן קאנטראל קנעפל, כ'האב געטוישט די סעטינגס אבער גארנישט.
איך האב מיך פארבינדן מיט די קוויקבוקס אנליין הילף צענטער, זיי האבן אריינגעלאגט אין מיין קאמפיוטער, אלעס פרובירט, פארמעקט די עפפ און עס ווידער אינסטאלירט אבער גארנישט, אלעס בלייבט ביים אלטן. די מוסדות איז גיגאנטיש.
נאך א וויילע זענען זיי צוריקגעקומען צו מיר אז עס איז א לעצטערע פראבלעם וואס מאכט זיך, זיי ווייסן דערפון און ארבעטן דערויף, אבער דערווייל קענען זיי גארנישט טון.
איך שטעל אייך מיט 2 סקרינשאטס, איינס פון מיין קוויקבוקס און איינס פון די ענטפער וואס זיי האבן מיך למעשה געגעבן. כ'האב שוין זינט דאן באקומען פון זיי עטליכע אימעילס איבער מיין קעיס אבער דערווייל איז עס גיגאנטיש.
דערווייל ביז זיי פאררעכטן עס לאג איך אריין דורך די בראוזער און אלעס ארבעט פיין. עס איז נאר א טראפ אנדערש ווי די דעסקטאפ ווערסיע, אבער ס'איז פיין.
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא
). אי"ה צום ווידערזען!
ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט