פרנסה-באשעפטיגונג פאר עלטערע אידן
סערוויסעס, געשעפטן און פראדוקטן
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- געבורטסטאג
- שר חמש מאות
- תגובות: 939
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm
איך זיך געדאנקען איבער וואס אלץ טוען די יודן אין די זעכציגע יארן (אן קיין אייגענע ביזנעס ) ביטע קומט אריין מיט וואס איר ווייסט
גאאאאד מארנינג רבותי..... אה!
Re: פרנסה-באשעפטיגונג פאר עלטערע אידן
פאקען ספרים איז נישט אוועקצומאכן און מען פארדינט די עקסערסייז פארן טאג אויך.
עס ווענט זיך וואס ער האט געטון פארדעם, וואס האט ער ליב צו טון בכלל?
אויף קול מבשר איז געווען אמאל א אינטערוויא מיט איינעם וואס פלעגט ארבייטן פאר קאן עדסאן און ווען ער האט ריטייערט ביי די 60 האבן זיי עם געספאנסערט זיך אויסלערנען א פאך און ער האט זיך געלערנט אקאונטיג.
עס ווענט זיך וואס ער האט געטון פארדעם, וואס האט ער ליב צו טון בכלל?
אויף קול מבשר איז געווען אמאל א אינטערוויא מיט איינעם וואס פלעגט ארבייטן פאר קאן עדסאן און ווען ער האט ריטייערט ביי די 60 האבן זיי עם געספאנסערט זיך אויסלערנען א פאך און ער האט זיך געלערנט אקאונטיג.
- געבורטסטאג
- שר חמש מאות
- תגובות: 939
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm
Re: פרנסה-באשעפטיגונג פאר עלטערע אידן
איך זוך צו הערן וואס די אפציעס זענען פאר זיי בכלליתמנחם נחום האט געשריבן: ↑ זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:45 pmפאקען ספרים איז נישט אוועקצומאכן און מען פארדינט די עקסערסייז פארן טאג אויך.
עס ווענט זיך וואס ער האט געטון פארדעם, וואס האט ער ליב צו טון בכלל?
אויף קול מבשר איז געווען אמאל א אינטערוויא מיט איינעם וואס פלעגט ארבייטן פאר קאן עדסאן און ווען ער האט ריטייערט ביי די 60 האבן זיי עם געספאנסערט זיך אויסלערנען א פאך און ער האט זיך געלערנט אקאונטיג.
קעיר נעמען פון זקנים איז פאפולער, וואס נאך?
גאאאאד מארנינג רבותי..... אה!
Re: פרנסה-באשעפטיגונג פאר עלטערע אידן
א פארווייטוגטע נושא, אזוי פיל עלטערע זענען ליידיג און עס ברענגט נישט קיין גוטס. וויפיל קען מען שוין לערנען, נאכן מיטהאלטן צוויי שיעורים , נאכען שינת צהרים וואס טוט מען נעקסט..
צום ערשט זעהטס אז אייערע עלטערן זאלן נישט אפזאגן די אלטע זשאב אדער רעטייערן. איזה חכם הרואה את הנולד.

- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4259
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
Re: פרנסה-באשעפטיגונג פאר עלטערע אידן
סדא ביזנעסער וואס זוכן סטאבילע ארבייטער וואס זיכן נישט יעדן טאג א נייע דשאב אדער רעיז
אן עלטערע ארבייטער איז צומאל א פאסיגע געלעגענהייט
אן עלטערע ארבייטער איז צומאל א פאסיגע געלעגענהייט
Re: פרנסה-באשעפטיגונג פאר עלטערע אידן
אבער אסאך אפיסעס זוכן דוקא נישט עלטערע
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7318
- זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע:חשש גילוי
Re: פרנסה-באשעפטיגונג פאר עלטערע אידן
האב איך געזעהן עלטערע אידען וואס נעמען זיך מיט א פרישקייט צו ארבעטן, אבי נישט צעדרייט גיין מיט דעם טאג. גראדע קאנען געשעפט אייגנטומער הנאה האבען פון געוויסע עלטערע מענטשן. צ.ב.ש. א גראסערי סטאר פון 7 ביז צעהן. דער עלטערער קוילערט זיך שוין זינט 4 פארטאגס, און איצטערט דארף ער זיין אום זיבען אוהר אין געשעפט. הגם ס'יז נאר ביז צעהן, ווען די שפעט קומערס זיינען שוין אלע אין דער ארבעט. נו, זאל ער דאן גיין דאווענען און עסן און נאכדעם די שינת צהרים און ביקורי גומלין. נאכדעם אביסל א שיעור, קריכן די ווייב אויף די געהירן און דאן צו מנחה מעריב וחוזר חלילה
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7318
- זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע:חשש גילוי
Re: פרנסה-באשעפטיגונג פאר עלטערע אידן
צווייטע אפציע. פארט טיים, און נישט עטליכע שטונדען א טאג, נאר יעדן טאג ביי א צווייטן. א שטייגער, מאנטאג ביי מעכל, דינסטאג ביי יאנקל, מיטוואך ביי שמערל. אבער פולע טעג, פון 9 ביז 5.
ס'ענען פערהאן ארבייטסגעבער וואס פעלט זיי א 8 שעה א וואך ארבעטער, אבער ס'לוינט נישט אויפנעמען א פול טיימער פאר דעם, און זיי וילן אויך נישט א CALL CENTER. זיי ווילן אלעס ביי זיך אין אפיס.
דאס זעלבע קאן זיין זיין אז מען ארבעט 3 אדער 4 שטונדען אינדערפרי ביי איינעם און נאמיטאג נאך אביסל ביי א צווייטן, און ס'מוז נישט זיין טעגליך, אבער יא STEADY
ס'ענען פערהאן ארבייטסגעבער וואס פעלט זיי א 8 שעה א וואך ארבעטער, אבער ס'לוינט נישט אויפנעמען א פול טיימער פאר דעם, און זיי וילן אויך נישט א CALL CENTER. זיי ווילן אלעס ביי זיך אין אפיס.
דאס זעלבע קאן זיין זיין אז מען ארבעט 3 אדער 4 שטונדען אינדערפרי ביי איינעם און נאמיטאג נאך אביסל ביי א צווייטן, און ס'מוז נישט זיין טעגליך, אבער יא STEADY
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
- געבורטסטאג
- שר חמש מאות
- תגובות: 939
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm
Re: פרנסה-באשעפטיגונג פאר עלטערע אידן
דער עולם קומט אריין מיט ארבעטס שטונדן..
מזוכט געווענדליך א לייכטע פאזיציע אן קיין גרויסע פרעשור מיט פלעקסיביליטי, וועידש יוצא צו זיין (קען ווערן געקאווערט דורך די משפחה) פאר א יוד וואס האט כל ימיו געארבעט למשל אין א ווערהאוז, חדר, אדער פארבריק. קען נישט קאמפיוטער, ענגליש, דרייוון, אדער לערנען. חוץ קניפן ציצית אדער לייגן תפילין פאר זקנים, האט איינער א אוט-אף-די-באקס געדאנק?
ישר כח למפרע

משגיח כשרותגעבורטסטאג האט געשריבן: ↑ זונטאג דעצעמבער 24, 2023 10:57 pmדער עולם קומט אריין מיט ארבעטס שטונדן..
מזוכט געווענדליך א לייכטע פאזיציע אן קיין גרויסע פרעשור מיט פלעקסיביליטי, וועידש יוצא צו זיין (קען ווערן געקאווערט דורך די משפחה) פאר א יוד וואס האט כל ימיו געארבעט למשל אין א ווערהאוז, חדר, אדער פארבריק. קען נישט קאמפיוטער, ענגליש, אדער לערנען. חוץ קניפן ציצית אדער לייגן תפילין פאר זקנים, האט איינער א אוט-אף-די-באקס געדאנק?
ישר כח למפרע ושלא ישליכנו וכו'
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7318
- זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע:חשש גילוי
Re: פרנסה-באשעפטיגונג פאר עלטערע אידן
דו בעטס א אוט אפ די באקס אפציע מיט ווייניג מעגליכקייטן. ווייל ס'נישט פערהאן די פלעקסיביליטי וואס דו בעטסט אין סיי וועלכע דזשאב!
אויבן האב איך אויפגעברענגט א עטליכע שטונדען פער וואך אפציע, וואס דאס קאן ארבעטן אן באשטימטע צייטן אדער טעג. מען קאן דאס אפשר פארברייטערן מיט א דעטאלירטן באריכט. לאמיר זאגען מיין ביזנעס דארף סקעדזשולינג פאר די וואך און אויך שיקען רעמיינדערס פאר מיינע קליענטן, אבער די דזשאב ווערט נאר געטוהן דורך מיר. אלזא, איך קאן נוצען איינעם פאר א געוויסע סכום שטונדען א וואך, אבער ביי פרייטאג צופרי מוז ער האבען מיין ליסטע גרייט פאר די קומענדע וואך. אבער איך קאן נישט אנגיין אויב זאל ער זאגען, אז סיי וואס עס דארף א דעדליין איז נישט פאר אים. ווייל איך געב אים א וואך צייט מיר עס צו מאכען און אויב קומט ער מיט דעם שטריימל תירוץ צופיל מאהל, דאן מאך איך עס אליין אינמיטן די נאכט
אויבן האב איך אויפגעברענגט א עטליכע שטונדען פער וואך אפציע, וואס דאס קאן ארבעטן אן באשטימטע צייטן אדער טעג. מען קאן דאס אפשר פארברייטערן מיט א דעטאלירטן באריכט. לאמיר זאגען מיין ביזנעס דארף סקעדזשולינג פאר די וואך און אויך שיקען רעמיינדערס פאר מיינע קליענטן, אבער די דזשאב ווערט נאר געטוהן דורך מיר. אלזא, איך קאן נוצען איינעם פאר א געוויסע סכום שטונדען א וואך, אבער ביי פרייטאג צופרי מוז ער האבען מיין ליסטע גרייט פאר די קומענדע וואך. אבער איך קאן נישט אנגיין אויב זאל ער זאגען, אז סיי וואס עס דארף א דעדליין איז נישט פאר אים. ווייל איך געב אים א וואך צייט מיר עס צו מאכען און אויב קומט ער מיט דעם שטריימל תירוץ צופיל מאהל, דאן מאך איך עס אליין אינמיטן די נאכט
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
Re: פרנסה-באשעפטיגונג פאר עלטערע אידן
די פראבלעם איז גרויס, נאר א איד וואס איז אביסל פלעקסיבל און קען ״קאנעקטן״ צו די היינטיגע יונגעלייט, קען טראכטן פון א שטיקל אפציע. אז נישט וועט עס בחנם אויך נישט קלאפן.
קומט צו נאך א נושא אז די היינטיגע יוגענט רעספעקטירט נישט די עלטערע. קאנעקטן זיי נאך שווערער.
בכלל אין היינטיגע ביזנעס ״ווען אלעס פליט״ זענען זיי צו שטייט פאר זיי.
מ׳קען זיך פארשטעלן וויאזוי זייערע נערוון פלאצן. די עלטערע ווילן אלץ מסביר זיין פארן יונגן בעה״ב פון זייער עקספיריענס וואס צו טוהן, און פארציילן יעדן טאג פון זייערע זכרונות וואס מ׳האט אלץ אמאל געטוהן. בקיצור - די פארנעמען עס נישט.

האט מיר פארציילט א חשובער דיין אז ווען זיין פאטער - א איד א ת״ח וואס איז געווען אלע יארן א ארבייטער - האט מער נישט געקענט אנהאלטן זיין אלטע פאזיציע האבן די קינדער געעפנט א געשעפטל פאר אים. די קינדער האבן געהאלפן באשטעלן די אייטעמס, אדווערטייזן, און אלעס וואס פעלט זיך אויס.
די עלטערן האבן פיין ״קעיר גענומען״ פונעם געשעפט און באדינט דעם קליענט מיט א העפליכקייט. ווען ס׳איז שטיל געווען האט ער געלערנט און זי געזאגט תהלים. ס׳האט אנגעהאלטן א שיינע תקופה. באמת א הערליכע מדריגה פון כיבוד אב ואם.
די עלטערן האבן פיין ״קעיר גענומען״ פונעם געשעפט און באדינט דעם קליענט מיט א העפליכקייט. ווען ס׳איז שטיל געווען האט ער געלערנט און זי געזאגט תהלים. ס׳האט אנגעהאלטן א שיינע תקופה. באמת א הערליכע מדריגה פון כיבוד אב ואם.
Re: פרנסה-באשעפטיגונג פאר עלטערע אידן
נישט קיין פרנסה. אבער יא א באשעפטיגונג.
א חסד דרייווער. געזעהן עטליכע וואס טוהן דאס.
גיבט אסאך סיפוק.
א חסד דרייווער. געזעהן עטליכע וואס טוהן דאס.
גיבט אסאך סיפוק.
Re: פרנסה-באשעפטיגונג פאר עלטערע אידן
אויכט דא וואס דרייוון באסעס, וואס איז שוין יא א שקטיקל פרנסה.
דרך אגב, זענען זיי געווענליך די בעסטע דרייוערס וואס די קינדער האבן שטארק ליב, זיי זענען רואיגערע מענטשן בדרך כלל.
- to be continued
- שר חמש מאות
- תגובות: 886
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:33 pm
- וויליאמסבורגער דירות
- שר חמש מאות
- תגובות: 732
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 25, 2021 7:47 pm
Re: פרנסה-באשעפטיגונג פאר עלטערע אידן
פאנדרעיזער/גיין נאך געלט פאר א מוסד
Re: פרנסה-באשעפטיגונג פאר עלטערע אידן
היום יום
- אטעטשמענטס
-
- IMG_20231225_114308814~3.jpg (351.65 KiB) געזען 1311 מאל
איר קויפט ביי עמעזאן ביטע גייט דורך מיין לינק
https://amzn.to/3XWkbTZ
https://www.referyourchasecard.com/21q/3BAHBAHZE2
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

- ליבי ובשרי
- שר האלפיים
- תגובות: 2658
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm
Re: פרנסה-באשעפטיגונג פאר עלטערע אידן
אין געוויסע גראסעריס אין ק”י זעהט מען הדרת פנים’ער ביים רעכענען, מען דארף נישט קענען קאמפיוטערס וכו’.
Re: פרנסה-באשעפטיגונג פאר עלטערע אידן
איך קען א יוד וואס פלעגט ארבעטן מיט דיימאנטן אין 47. ווען ער האט פארלוירן זיין פרנסה האט ער זיך געזעצט שרייבן סופרות.
געדענקען צו פארגעסן
Re: פרנסה-באשעפטיגונג פאר עלטערע אידן
איך האב שוין געזען ריטייערטע יודען אין אפיסעס פון מוסדות, איינער טוט פאנד רעיזנג אויפען פאון, לאדענט צום דינער, איינער רופט ארום סוחרים פארשאפט ראפעלס, איינער זיצט און שרייבט / טייפט דאנק בריווען, און די מער פול-טיימערס טוען קאסירען [קאלעקטען - אין יונגע שפראך] שכר לימוד און נדרים ונדבות
ביזנעסעס נעמען זיי אויף צו קאלעקטען באלאנסען, ספעציעל צייטונגען און אויסגאבעס
די מיט גוטע קעפ, וואס קענען אביסעל לערנען אויכעט, קענען ארבעטען אויף כתבי ידות, מגיה זיין, צוגרייטען ספרים צו איבערדרוקען וכו'
פיל יודען אין די זעכציגער און זיבעציגער, וועלען גערען ווייטער טון וואס זיי האבען געטון ביז יעצט, נאר פארט טיים אנשטאטס פול טיים
וואויל איז צו די עלטערע יודען וואס האבען זיך צוגעוואוינט יונגערהייט צו קענען אפזיצען גאנצע טעג ביי די גמרא און שלחן ערוך, א ריטייערטער יוד וואס איז געווארען א יושב אוהל אויף דער עלטער האט מיר געזאגט מיט אזא ווייטאג, די תורה איז אזוי גרויס און די טעג זענען אזוי קורץ...

לערנען פריוואט מיט קינדער/בחורים
עס איז געווענליך בלויז עטליכע שעה א טאג אבער פילט אן דעם טאג און גיט סיפוק
עס איז געווענליך בלויז עטליכע שעה א טאג אבער פילט אן דעם טאג און גיט סיפוק
Re: פרנסה-באשעפטיגונג פאר עלטערע אידן
ווי אויך אין מאנסי.ליבי ובשרי האט געשריבן: ↑ מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 12:18 pmאין געוויסע גראסעריס אין ק”י זעהט מען הדרת פנים’ער ביים רעכענען, מען דארף נישט קענען קאמפיוטערס וכו’.
ראקלענד. רעדעלישעס.
Re: פרנסה-באשעפטיגונג פאר עלטערע אידן
געהערט אמאל א טייער ווארט:קלוגער האט געשריבן: ↑ מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 12:54 pm
וואויל איז צו די עלטערע יודען וואס האבען זיך צוגעוואוינט יונגערהייט צו קענען אפזיצען גאנצע טעג ביי די גמרא און שלחן ערוך, א ריטייערטער יוד וואס איז געווארען א יושב אוהל אויף דער עלטער האט מיר געזאגט מיט אזא ווייטאג, די תורה איז אזוי גרויס און די טעג זענען אזוי קורץ...
אויב ווילסטו וויסן וואס דו גייסט טוהן אויף די עלטערע יארן קוק וואס דו טוסט אינעם לאנגן שבת נאכמיטאג נאכן דרימל…
שוין מעביר סדרה געווען… שוין שפאצירט… שויו געהאט פירות מיט נאש… שיין געליינט די אויסגאבעס… און ס׳איז נאך אלץ נישט צייט צו גיין צו מנחה…
אויב קענסט דיך נישט טרעפן עפענען א אידיש ספר דעמאלט דאן איז דיין ריטייערטמענט א געפערליכע באורדינג איבערלעבענישן וואס גיט זיין שווער צו שלינגען היל״ת…
יעצט איז נאך צייט זיך צו טוישן…