איך וויל דא זאגען אז איך האב יעצט געהאט א חתונה מיט שמואל הערש מיללער ער איז געווען מוראדיג נארמאל נישט צופיל די דזעי ער איז זייער לעבעדיג געווען.... די עולם האט פיין געטאנצען..... טאקע מיט די בעל מנגן יהושע בערקא ער איז אויך א חידוש ער זינגט שוין פאר איבער צען יאר יעדע נאכט אין יעדע נאכט קומט ער אן קומט ער אן מיט א פריש קייט ווי סאיז כאילו סאיז די ערשטע חתונה וואס ער האט.......
טי מיר א טובה אין געב מיר א לייק עס קאסט אייך נישט קיין געלט א דאנק..... 👍👍👍
איך הער כסדר אויס ריקארדינגס פון יודל קאהאן, (איך מיין אז לעצטנס הערט מען נישט געהעריג פון אים) איך ווער משוגע פאר זיינע קארדס און מוזיקאלישע שטיקלעך. קען זיין אז ס'דא פון די היינטיגע וואס ביטען אים איך בין נישט אזוי אפ טו דעיט.
איך הער כסדר אויס ריקארדינגס פון יודל קאהאן, (איך מיין אז לעצטנס הערט מען נישט געהעריג פון אים) איך ווער משוגע פאר זיינע קארדס און מוזיקאלישע שטיקלעך. קען זיין אז ס'דא פון די היינטיגע וואס ביטען אים איך בין נישט אזוי אפ טו דעיט.
טאקע וואס איז די מעשה מיט אים ער נעמט נאך אן חתונות?
איך גלייך אלע וואס פילן אריין די ערווארטעטע קאורד. ס'דא ב"ה היינט זייער אסאך טאלאנטפולע מוזיקאנטן איינער בעסער פון צווייטן, שווער ארויסצוקלייבן. אבער אויב נעם איך איינעם איז עס יענקי בריסקמאן. ער שפילט שיין, איידל, באטעמ'ט, א גאון אין קלאסיק. ער שפילט שוין יארן די זעלבע סטיל, אבער איך גלייך עס, פונקט ווי איך הער נאך משה לאופער ביי עכטע מוזיק. (אגב, יענקי מאכט אויך גאר שיינע עכטע ארעינזשמענטס, איך האב אים אמאל געפרעגט איבער א געוויסע אלבוים וויאזוי ער האט עס אזוי גוט נאכגעמאכט? זאגט ער: איך מאך עס נישט נאך, איך האב אראנזשירט די ארגינעלע...) שימי ליווי איז אויך גאר גוט, שוין מיט מער א היינטיגן טאטש. באט אויך גאר גוט, איבערהויפט זיינע פראגרעמס.
איך בין בעצם פארקויפט פאר בריסקמאן, אבער איך לייקן נישט אז לאנגסאם איז אויך גאר גאר קלאסיש, נאכדערצו ווען ס'קומט צו קאורדס ביי ערשטע טאנץ, פארמעסט ער זיך זייער גוט מיט בריסקמאן
מען קוקט נישט אויף די פשוטע ניגונונים וועלכע ווערן איבערגעזונגען איבער און איבער יעדן נאכט מיט א פרישקייט. דאס איז נישט קיין גרויסע קונץ. די קונץ איז ווען עס קומט צו די מער קאמפליצירטע ניגונים ניגונים וועלכע טוישן סקעילס אינמיטן אדג. , דארטן קענסטו בכלל נישט אריינלייבן די צוויי און די זעלבע מייל, יענקי איז א גאון...
האסט א פוינט.
למעשה האב איך נאכקיינמאל טאקע נישט געהערט לאנגסאם שפילן די יוסף ניגון (אויב דו ווייסט וואס איך מיין). פון די צווייטע זייט, ס'זענען דא גענוג און נאך טאפ טאפ שפילערס וואס קענען נישט מאכן אפי' די קאורדס וואס מ'שפילט יעדע נאכט...
על אלה אני בוכיה
יענקי קען טוישן סקעילס און שפילן ווייטער אן דריקן טרענספאוז!