די סיבה וואס איך האלט אז מען טשארדזשט אזוי סאך, ווייל די זעלבע סיבה פארוואס דו בעטס יענעם צו מאכן די צעטל, סיי ווייל דו קענסט עס נישט אליינס מאכן, און סיי וויבאלד ער פארשטייט וויאזוי צו מאכן און על פי רוב פארשטייען נישט מענטשן די ערשטע סעקונדע ווען זיי באקומען די עד פארוואס עס איז די קאליר, די אויסשטעל וכ"ו און ווען דו הייסט אים טוישן צוואנציג מאל ביז דו הייסט אים צוריקמאכן אזויווי עס איז געווען די ערשטע מאל, דארפסטו אים שוין צאלן די סכום וואס ער האט מתחילה געבעטן פארן עד. (אויב וואלטן רוב מענטשן נישט משוגע געמאכט און געווען צופרידן ביים ערשטן צווייטן מאל, וואלט עס נישט געווען אזוי טייער. כנלענ"ד.)
אז מען רעדט שוין פונקט לעצטענס איז מיר אויסגעקומען אנצופירן א טשערעטי קאמפיין, האב איך געטראכט לאמיר פראבירען צו פרעגן מיין געוועזענעם "אימעדזש 58" אפשר איז ער נאך אין די ליין.
איינס פון די זאכן וואס מיר זענען אנדערש פון די מיטלאלטער יארן איז אז מיר ארבעטן קאפיטאליסטיש, לויט סופליי און דימענד, און יעדער בעט די מאקסימום וויפיל ער קען.
ווען גוטע גראפיקער וואלטן געמאכט שיין פרנסה (ניטאמאל רייך, פשוט צו קענען לעבן נארמאלערהייט) פון די אלטע מהלכים, וואלטן געווען א שיינע פאר וואס טוען דאס. דער מציאות איז אבער אז זיי קענען נישט, אסאך פון זיי האבן אנגעזאמלט חובות, נישט געקענט באצאלן ארבייטער, ביז זיי האבן אלטימעטלי געטוישט מהלך.
עס האט זיך במציאות גארנישט געטוישט, און זיי אלע זענען נאכנישט מיליאנערן פון דעם נייעם מהלך, מוז זיין אז דאס איז וואס מען דארף בעטן צו מאכן פשוט פרנסה.