עניני העברת הסדרה שמו"ת

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

לכאורה האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן: מדי דברי בו, שוין א לאנגע צייט וואס ס'שטערט מיך די קשיא. רבי אמי האט געזאגט לעולםישלים אדם פרשיותיו עם הציבור שנים מקרא ואחד תרגום, קוקט אויס ווי אזא מנהג טוב, אזויווי "לעולם יצא אדם בכי טוב", "לעולם יהא אדם רך כקנה", "לעולם יקדים אדם תפילה לצרה" וכו'. ווידער דער מחבר שרייבט חייבלקרות לעצמו בכל שבוע פרשת אותו שבוע שנים מקרא ואחד תרגום, דאס זעהט שוין אויס ווי א חיוב ממש, וואס איז פשט פונם שינוי לשון?

אולי גייט דער ווארט 'לעולם' (וואס נניח אז עס א 'מנהג טוב', אפשר איז 'לעולם יהא אדם ירא שמים' אויך א מנהג טוב?) אויף די חלק 'עם הציבור', שלא יקדים ולא יאחר, אבער דער עצם העברת הסידרא איז א חיוב.

הדא הוא דכתיב אמאל מיט'ן תירוץ מאכט מען נאך שטערקער דעם קשיא...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29632
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דאן גייען מיר צוריק א שטאפל: פון וואנעט נעמט איר אז 'לעולם' איז א מנהג טוב?
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

ווייל רוב לעולם'ס פון גמרא דערמאנט ער ניטאמאל, ווען ס'איז ממש א חיוב דארף ער דאך עס זאגן מ'זאל וואוסן וואס צו טון. ועוד, מה נפשך, אויב האט דער מחבר פארשטאנען אז אין "לעולם" שטייט א "חייב" דאן פארוואס האט אויסגעפעלט דעם שינוי לשון? הלא דבר הוא.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

דער לשון 'חייב' אויף שמו"ת שטייט שוין אין די ראשונים, ווי סמ"ג, רבינו אפרים, ארחות חיים, כל בו, ספר השלחן.
אין ב"י ברענגט ער דעם לשון 'חייב' פונעם תרומת הדשן.
סאיז יתכן אז דער מחבר האט גענומען דעם לשון 'חייב' - פון רבותינו הראשונים.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12648
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

חלב ישראל האט געשריבן: ווייל רוב לעולם'ס פון גמרא דערמאנט ער ניטאמאל, ווען ס'איז ממש א חיוב דארף ער דאך עס זאגן מ'זאל וואוסן וואס צו טון. ועוד, מה נפשך, אויב האט דער מחבר פארשטאנען אז אין "לעולם" שטייט א "חייב" דאן פארוואס האט אויסגעפעלט דעם שינוי לשון? הלא דבר הוא.

איר האט איבערגעקוקט אלע לעולם'ס? כ'ווייס נישט פון ווי איר נעמט עס, אויף די לעולם'ס וואס איך האב נאכגעקוקט, ניצט די מחבר/רמ"א געהעריג די לשון פון מצוה/צריך/אסור אדער די זעלבע סגנון ווי ער שרייבט אלע הלכות.

די מחבר/רמב"ם שרייבט עפעס יעדע מאל די לשון הגמרא אז ס'זאל עפעס מיינען? די מחבר/רמב"ם וויל דאך דא ארויסברענגן נאך א חידוש, אז אפילו מען האט שוין געהערט דעם קריאה, דאך דארף מען מעביר סדרה זיין [יא כ'ווייס אז איינער האט אזוי אנגעפרעגט פונעם שבט הלוי, אבער איך זע בכלל נישט קיין שום משמעות פון א מנהג טוב. בפרט נאך פון דאס וואס די גמרא ברענגט עמוד ב', און פון די תוס' וואס ברענגט דעם מדרש פון רבינו הקדוש זעט אויס אז די לעולם איז א חיוב].

די פשטות הגמרא מיינט די לעולם אויף אפילו עטרות ודיבון.
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

חוח בין השושנים האט געשריבן: דער לשון 'חייב' אויף שמו"ת שטייט שוין אין די ראשונים, ווי סמ"ג, רבינו אפרים, ארחות חיים, כל בו, ספר השלחן.
אין ב"י ברענגט ער דעם לשון 'חייב' פונעם תרומת הדשן.
סאיז יתכן אז דער מחבר האט גענומען דעם לשון 'חייב' - פון רבותינו הראשונים.

אז ער ציטירט פונעם תרומת הדשן איז דאך די גאנצע קשיא נישט שווער. אויפ'ן בית יוסף אליינס וואלט מען געקענט פרעגן אזא קשיא ווייל געווענליך האלט ער זיך צו וואס שטייט, זיין גאנצע ספר איז דאך געבויעט אויף דעם מהלך, אויפ'ן תרומת הדשן ווייס איך נישט צו מ'קען פרעגן אזא קשיא.
געבורטסטאג
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געבורטסטאג »

געבורטסטאג האט געשריבן: ווייסט איינער איבער די מהלך פון די של"ה הק' אין שמו"ת? וויאזוי ארבעט עס און די מקור, און וועלכע חצרות און מנהגים פירן זיך אזוי?

עניוואן?
גאאאאד מארנינג רבותי..... אה!
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2515
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

עירמאנט'ער האט געשריבן: צום נייעם יאר לאז מיר זיך אלע נעמען מעביר סדרה זיין.



ברוך השם מיר האבן געענדיגט דעם זיבעטען יאר מעביר סדרה זיין. גיי מיר אנהייבען דעם אכטען ווער כאפט זעך מיט?


הודו להשם כי טוב האב מיר אנגעפאנגן דעם אכטען יאר געזינטערהייט, כן יעזור השם להלאה.

ווער נאך האט זיך מיטגעכאפט?????????
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע:אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעלע »

חוח בין השושנים האט געשריבן: דער מחבר זעלבסט האט געהאט א פלא'דיגע מנהג ביי מעביר סדרה זיין, וואס מקען נישט פארציילן הויך.

???
חולם י יאויש
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חולם י יאויש »

למעלה משבעים האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן: ווייל רוב לעולם'ס פון גמרא דערמאנט ער ניטאמאל, ווען ס'איז ממש א חיוב דארף ער דאך עס זאגן מ'זאל וואוסן וואס צו טון. ועוד, מה נפשך, אויב האט דער מחבר פארשטאנען אז אין "לעולם" שטייט א "חייב" דאן פארוואס האט אויסגעפעלט דעם שינוי לשון? הלא דבר הוא.

איר האט איבערגעקוקט אלע לעולם'ס? כ'ווייס נישט פון ווי איר נעמט עס, אויף די לעולם'ס וואס איך האב נאכגעקוקט, ניצט די מחבר/רמ"א געהעריג די לשון פון מצוה/צריך/אסור אדער די זעלבע סגנון ווי ער שרייבט אלע הלכות.

די מחבר/רמב"ם שרייבט עפעס יעדע מאל די לשון הגמרא אז ס'זאל עפעס מיינען? די מחבר/רמב"ם וויל דאך דא ארויסברענגן נאך א חידוש, אז אפילו מען האט שוין געהערט דעם קריאה, דאך דארף מען מעביר סדרה זיין [יא כ'ווייס אז איינער האט אזוי אנגעפרעגט פונעם שבט הלוי, אבער איך זע בכלל נישט קיין שום משמעות פון א מנהג טוב. בפרט נאך פון דאס וואס די גמרא ברענגט עמוד ב', און פון די תוס' וואס ברענגט דעם מדרש פון רבינו הקדוש זעט אויס אז די לעולם איז א חיוב].

די פשטות הגמרא מיינט די לעולם אויף אפילו עטרות ודיבון.


ועל דרך "לעולם" יעסוק אדם בתוומ"צ "אפילו [\אף]" שלא לשמה וכו'
זהב
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 5:17 am

אגרא דכלה פרשת בשלח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זהב »

על הפסוק "והיה ביום הששי והכינו את אשר יביאו והיה משנה על אשר ילקטו יום יום" וז"ל,
וירמוז עוד לשנים מקרא ואחד תרגום, שמחיוב לומר פרשת התורה בערב שבת, ואמר והיה ביום הששי והכינו (במאמרם וקריאתם) את אשר יביאו (א"ת היינו אותיות התורה אשר יביאו אח"כ בשבת היינו פרשת התורה שקורין בשבת) , והיה משנה (היינו שיקראו במשנה ובכפל), על אשר ילקטו יום יום ( היינו עם התרגום שהיא מקלי' נוגה שממנו מלקטין ניצוצות בכל יום), יקראוהו עם השנים מקרא. ע"כ.
זהב
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 5:17 am

בת עין לקוטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זהב »

וזלה"ק, סגולה ועצה שיוכל אדם לקשר מחשבתו אל הדיבור בתפילות שבת הוא לראות לקרות הפרשה שמו"ת דווקא ביום וא"ו ערב שב"ק, והטעם, כי תושב"כ מרמז על בחינת המחשבה, ותשבע"פ שהוא פירושי התורה מרמז על בחינת הדיבור ע"כ קריאת הפרשה עם התרגום שהוא פירושו, שקורא ביום וא"ו עש"ק, עושה פעולה שיהיה דבוק ומקושר אח"כ בשב"ק בעת התפלה מחשבתו ודיבורו כאחד:
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9482
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: סדר שמו"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

אין בעל הטורים יענע וואך, ז"ל ואלה שמו"ת בני ישראל. ר"ת ו'אדם א'שר ל'ומד ה'סדר ש'נים מ'קרא ו'אחד ת'רגום ב'קול נ'עים י'שיר י'חיה ש'נים ר'בות א'רוכים ל'עולם.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: עניני העברת הסדרה שמו"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

שמועסענ׳דיג א וויילע צוריק מיט א חבר מיינע, זאג איך איהם אז איך בין שוין ב״ה מעביר די סדרה שמו״ת פאר א שיין שיין ביסל יארן קע״ה אהן אויסלאז.

פרעגט ער מיר לפי תומו, די גייסט מיר זאגן אז מענטשן טיען דאס נאכאלס היינטיגע צייטען....???

אפשר מיינט טאקע די גמרא מיטן לשון ״לעולם״ אז די חיוב גייט נאך אלס אהן אין אונזערע צייטן, אפילו אין יארע איין און צוואנציג למספרם...:grin::grin:
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17836
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

געהערט אן אינטרעסאנטע ספק.

דער שו"ע שרייבט (או"ח רפ"ה ס"ב) אִם לָמַד הַפָּרָשָׁה בְּפֵרוּשׁ רַשִׁ''י חָשִׁיב כְּמוֹ תַּרְגּוּם.

וואס טוט זיך מיט ויקהל און פקודי, וואס רש"י שרייבט "כבר פירשתי נדבת המשכן ומלאכתו במקום צוואתם", און דערפאר איז ער נישט מסביר נאכאמאהל די כלי המשכן.

איז גענוג אז מ'לערנט די רש"י'ס וואס זענען דא, אדער מ'ברויך אויך לערנען די רש"י'ס פון תרומה און תצוה.

ונ"מ, אויך צו וואס דער מחבר פירט אויס וִירֵא שָׁמַיִם יִקְרָא תַּרְגּוּם וְגַם פֵּרוּשׁ רַשִׁ''י.


לענ"ד האב איך מכריע געווען, אז אויב האט ער געלערנט די רש"י'ס פרשת תו"ת ברויך ער נישט איבעלערנען, אבער אויב נישט, דאן דארף מען לערנען אויך יענע רש"י'ס יוצא צו זיין.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20250
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

שטארקע שאלה, דער הכרעה איז א חידוש, אויף וואס איז עס געבויט?

לענ"ד דארף מען עס יא לערנען, דאס אז מ'קען שוין די טייטש איז בכלל נישט קיין מעלה, וכי יעלה על הדעת אז תרגום די וואך דארף מען אויך נישט זאגן ווייל מ'האט עס שוין געזאגט ת"ת?

בכלל איז די הכרעת הפוסקים (משנ"ב דאכצעך) אויב קען מען נאר זאגן רש"י אדער תרגום זאל מען ענדערש זאגן תרגום כאטש וואס רש"י איז מער מובן פאר אינז, וויבאלד תרגום איז דא אויף יעדע פסוק און אויף יעדע ווארט, מנגד רש"י איז נישט דא אויף אלע פסוקים וכ"ש נישט אויף אלע ווערטער. פון דעם זעהט מען א ענין צי זאגן די פירוש הפסוק בשעת'ן עס זאגן און ס'נישט געניג אז מ'ווייסט די טייטש

ועוד סמך לדבר, רשיה"ק שרייבט כבר פירשתי און נישט כבר למדתי (ס'בכלל נישט קיין ראי' נאר א געפיל)
פנחס שרחם על כ"י שיהיו בעלי עבירות כאלו בעם קדוש.. ראה המגיפה בב"י ורחם מאוד. ומחמת גודל הרחמנות שנתפשט בכל מדותיו לא היה יכול להתאפק.. בזה הרחמנות הגדול לבש קנאה ונקם בהחוטא.. רק מי שהוא ברחמנות גדול כזה, זה האיש יכול להיות קנא ונוקם

זר"ק
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17836
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

זאגסט א סברא, אבער מצד שני קען זיין, אדרבה, אויב מ'פארלאזט זיך אויף רש"י וואס איז נישט מסביר יעדעס ווארט, נאר וואס איז צריך ביאור, אויב אזוי איינער וואס האט שוין געלערנט פאר צוויי וואכן צוריק, איז עס אזוי ווי די פסוקים און ווערטער וואס רש"י איז נישט מסביר.

די הכרעה איז פארשטייט זיך נישט אנשטאט תרגום, היות וואס ע"פ קבלה דארף מען זאגן דייקא תרגום, אבער אלץ דעם יר"ש יוצא ידי שניהם, מיין איך אז עס איז א סברא.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 21180
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: עניני העברת הסדרה שמו"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

כה אמרו חז"ל בגמ' ברכות )ח:( ונפסק בשו"ע )סי' רפ"ה ס"א(: 'לעולם ישלים אדם פרשיותיו עם הציבור שניים מקרא ואחד תרגום'.

שלוש טעמים נאמרו בדבר, רבינו חננאל כתב: כדי שיהא רגיל במה שהציבור קורין. רבינו שמחה )הובא בתרוה"ד סי' כ"ג( נתן טעם: כדי שישלים כל שנהאת חמשה חומשי תורה. וה'לבוש' כתב,
שהטעם הוא כדי שכל אדם יהיה בקי בתורה.
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר האלפיים
תגובות: 2069
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

מעביר סדרה זיין בהלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

פאריגע וואך @האבן @עטליכע @חשוב'ע @מעמבער'ס @דא דיסקוסירט בנוגע די אופן פון מעביר סדרה זיין.

קוקנדיג אין הלכה טרעף איך נישט קיינער וואס זאגט אז מ'זאל מעביר סדרה זיין שנים מקרא ואחד תרגום.

דער משנ"ב און שועה"ר זאגן אז ס'ענדערשער רש"י ווי תרגום, נאר דער משנ"ב ענדיגט צו אז למעשה זאל מען טון ווי דער בית יוסף וואס זאגט אז הגם רש"י איז ענדערשער, דאך זאל מען אויך זאגן תרגום כיון שניתן מסיני. אבער ער רעדט נישט פון תרגום אליין. און אפי' דער ב"י אליין, פסקענט אין שו"ע אז מעביר סדרה זיין מיט רש"י איז גוט להלכה, ויר"ש יוצא ידי שניהם.

א"כ פארשטיי איך נישט די ווארעמקייט צו מעביר סדרה זיין תרגום איידער מ'לערנט רש"י.
לעצט פארראכטן דורך א ווייסע ארבעטער אום זונטאג אוגוסט 04, 2024 9:32 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כ'בין ביזי
שאול ידידיה
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 3:18 pm

Re: מעביר סדרה זיין בהלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאול ידידיה »

די הלכה'דיגע חיוב איז אז יעדער איד זאל דורכגיין די גאנצע תורה יעדע יאר און וויסן וואָס עס שטייט דארטן, און דאס דארף לכתחילה זיין יעדע וואך זיין סדרה.
דאס הייסט אז חז''ל האבן געוואלט אז א יעדער איד זאל לעבן מיט די סדרה, וויסן וואספארא פרשה גייט די וואך, און וואס שטייט אין די פרשה, פארדעם האבן חז''ל מחייב געווען צו דורכגיין די גאנצע סדרה יעדע וואך מיט תרגום, די פשוטע פשט פארוואס אויך די תרגום איז צוליב ''טייטש'', מ'זאל וויסן עברי טייטש וואס שטייט אין די תורה.

שפעטער ווען רש''י הק' האט געמאכט זיין פירוש האלטן די ראשונים אז ס'איז פונקט אזוי גוט ווי תרגום, און ס'האט נאך א שטיקל מעלה ווייל ער ברייטערט עס אויס און ס'איז מיוסד אויף מדרשי חז''ל. ממילא א איד וואס ''לערנט'' חומש מיט רש''י (נישט סתם זאגן די ווערטער) האט יוצא געווען די חיוב פון דורכגיין די סדרה.

לעומת זה האט תרגום א שטארקע מעלה, ס'איז נישט בלויז א טייטשער, ס'איז ניתנה מסיני! ממילא שטייט אין שולחן ערוך אז א ירא שמים זאל טון ביידע, ער זאל דורכגיין די פרשה סיי מיט די תרגום, וועגן ס'איז ניתנה מסיני און אויך זאל ער לערנען מיט רש''י ווייל ער האט א בעסערע פירוש.

אבער נישט פארגעסן אז די עיקר חיוב און די ציל וואס חז''ל האבן געוואלט איז אז א יעדער איד זאל וויסן און קענען די סדרה, ממילא שטייט אין טורי זהב אז אויב א איד קען נישט קיין לערנען, ער פארשטייט נישט רש''י, זאל ער לערנען די אידישע טייטש וואס ער פארשטייט יא, למשל צאינה וראינה.

דאס איז עפ''י הלכה, אבער עפ''י אריז''ל איז נאכמער דא א ענין פון דוקא תרגום אונקלוס.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17836
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מעביר סדרה זיין בהלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

והעיקר איז ווי די לעצטע שורה, הגם אז ע"פ נגלה אויב מ'קען נישט ביידע איז ענדערשער רש"י, גייען מיר אבער בדרכי האריז"ל, וע"פ הקבלה איז תרגום פריער, וכמבואר בכף החיים (או"ח סי' רפ"ה סקכ"ב).
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר האלפיים
תגובות: 2069
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: מעביר סדרה זיין בהלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

אוראייניקל האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 9:21 am
והעיקר איז ווי די לעצטע שורה, הגם אז ע"פ נגלה אויב מ'קען נישט ביידע איז ענדערשער רש"י, גייען מיר אבער בדרכי האריז"ל, וע"פ הקבלה איז תרגום פריער, וכמבואר בכף החיים (או"ח סי' רפ"ה סקכ"ב).
איז דא נאך א פלאץ אין גאנץ יהדות ווי מ'נעמט אן קבלה קעגן א הלכה וואס איז געפסקענט אין מחבר, משנ"ב און שועה"ר?
כ'בין ביזי
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17836
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מעביר סדרה זיין בהלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

דער מחבר פסקנ'ט דען אז רש"י איז פריער? ער זאגט אז ביידע זענען גלייך.

נאר דער שערי תשובה ברענגט פון ברכ"י בשם רש"ל אז רש"י קומט פריער, אבער ער פירט אויס אז היות ע"פ חכצי האמת איז תרגום וויכטיגער, זאל מען זאגן תרגום.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2305
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: מעביר סדרה זיין בהלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

וויאזוי מ'טוט איז כהלכה
אוועטאר
סאטמאר לאנדאן
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2024 3:00 pm

Re: מעביר סדרה זיין בהלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאטמאר לאנדאן »

אוראייניקל האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 9:40 am
דער מחבר פסקנ'ט דען אז רש"י איז פריער? ער זאגט אז ביידע זענען גלייך.

נאר דער שערי תשובה ברענגט פון ברכ"י בשם רש"ל אז רש"י קומט פריער, אבער ער פירט אויס אז היות ע"פ חכצי האמת איז תרגום וויכטיגער, זאל מען זאגן תרגום.
מחבר זאגט ביידע גלייך, און שוה"ר רש"י פריער
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”