Re: היסטאריע פון שבת ביינאכט (ויחי) וואס געפאלט דער תקופת טבת 10:30 פאר 2000 יאר צוריק...
די טייטש פון ערב, איז אוונט EVENING, וואס דאס באדייט די צייט וואס איז סוף [אדער די צווייטע העלפט, ראה ערך בין הערבים] פון די ליכטיגע צייט פון טאג ביז אריין אין די אנהייב טונקלקייט פון נאכט.אונגארישע הייזער האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 2:33 pmאון וויאזוי לערנט איר דעם משנה אין מסכת שבת 'לא יצא אדם וכו' ערב שבת עם חשיכה'?loyodea האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 1:09 pmלהוי ידיע לך אז ערב שבת טייטש שבת אוונט ביינאכטנא_שכל האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יאנואר 05, 2023 8:16 pmוואו זעסטו דא אז די תקופה איז געווען שבתנישט פרייטאג, די גמרא זאגט דאך קלאר " ואותו יום ערב שבת היה", דאס הייסט אז ווען ער האט געזאמעלט געלט און ווען ער איז צום סוף ארויף אויפן דאך איז געווען ערב שבת, דערנאך איז די גמרא מוסיף וואס נאך איז געווען יענע טאג, " ותקופת טבת היתה", דער מהרש"א לייגט צו אז ער איז דארט געליגן א גאנצע נאכט ביז שבת צופרי, אבער דאס וואס די גמ' זאגט פארדעם אז ס'איז געווען תקופת טבת גייט ארויף אויף וואס ער זאגט פארדעם "ואתו יום"!תורתו אמת האט געשריבן:קוק אין מהרש"א וויאזוי ער איז מסביר דעם גמרא: כשעלה עמוד השחר כו'. נראה מענינו שהיה שם ע"פ ארובה ביום בע"ש, וליל שבת עד עמוד השחר של יום השבתומה שלא הרגישו בדבר בע"ש שהוא אפל אפשר שבכל היום בע"ש היה מבקש מקום להשתכר עד קרוב להכנסת שבתשלא מצא מקום להשתכר ישב לו ע"פ ארובה להיות שם כל ליל שבת:
באידיש המדוברת איז געווארן א נייע ווארט דערפון אויף פרייטאג.
דאס איז פשוט די טייטש פון ווארט, און דאס מיינט עס אין רוב פעלער.
מ'קען גייט מער פרטית און זאגן, עם חשיכה, מן המנחה ולמעלה וכו'
איך זאג, אז מיר זענען געוואוינט צו זאגן א גוטן ערב שבת [א שמועס פאר זיך..] פון זיבענע צופרי, דאס איז א לשון מושאל פון די עכטע ווארט, א ריכטיגע לשון מושאל וואס מ'טרעפט פריער, ס'איז נישט קיין גרייז, אבער רוב מאל און די ריכטיגע ווארט פון ערב שבת, מיינט שוין 'אפילו' ווען עס איז שוין שבת.
בתקוה להבנה