איך פארשטיי נישט פארוואס דו פרעגסט איבער. לאמיר עס אוועקשטעלן כאילו עס זאל ארויסקומען א סטאטיסטיק, אז דאס יאר איז געשטיגן מיט צוואנציג פראצענט, די צאל מענטשן וואס האבן געדארפט צוקומען צו טיילענאל, יעצט דאס מיינט אז דו האסט אויך א גרעסערע שאנס צו באקוצען קאפ ווייטאג, אקעי, אבער דאס איז נישט א זאך פון וואס א מענטש דארף זיך זארגן, אפילו עס זאל זיך רעדן פון מער ערנסטע זאכן.
לעניננו, עס איז קלאר אז כאטש א מענטש האט געוויסע סימנים וואס ווייזן אפיציעל נישט דאס בעסטע, ווערט דאס אין פאקט נישט אויסגעפירט, פארוואס און פארווען ווייס איך נישט, אבער דאס איז די מציאות, חוץ מזה וואס עס האלט זיך אין איין טוישן די זאכן, די שטריכן טוישן זיך! כ'האב אמאל געזען אז א געוויסע גדול, איך געדענק נישט ווער, (אולי החתם סופר או א' מתלמידיו) האט אנגעצייגט פאר איינעם ווי אזוי עס ריקט זיך די שטריכן פון איין ראש חודש צום צווייטן. סך הכל, מתפלל זיין קען א מענטש אבער פון וואס זיך צו זארגן איז נישטא. בעזהשי"ת.