קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס למעשה נעמען מיר דא אין אמעריטשקע נישט אן ניטל דעסעמבער 25 אין די קרעצמעך פון די היזיגע ? און פארוואס נעמט וויזניץ יא אן ביידע ? (קען זיין אז היות וויזניץ אי זאין אוקריינע נעבן רוסלאנד און פוילן האבן די דארטיגע גוים געהאלטן ביידע ?
און בכלל דאס יאר אוואו האבן די וויזניצע געמעגט ליינען אין די תורה ביי מנחה ? הייסט דאס נישט לימוד התורה ? (מ'מאכט דאך א ברכה אשר נתן לנו תורת אמת..) שכח פארן אויסקלארן... @קנאפער ידען
פארוואס מ'נעמט יא אדער נישט אן ווענדט זיך אין דער דעת תורה/השקפה פון די מנהיגים פון יעדער קרייז, צו מ'גייט יעצט גיין טוישן א מנהג (דער ספעציפישער דאטום) בלויז ווייל מ'האט געמופט.
לגבי ליינען שבת ביי מנחה, מ'האט אוודאי יא געליינט די תורה.
אוראייניקלהאט געשריבן:↑זונטאג יאנואר 07, 2024 9:24 am
געהאט א אינטרעסאנטע חקירה דעם שבת.. היות מיר האלטן נישטל דעם פיפטן יאנואר.. צו איז עס א שאלה צו לערנען מוצאי שבת א ספר פון די וואס האבן געהאלטן די זעקסטע? ס'איז דאך שפתותיו דובבות בקבר..
אין ישיבה של מעלה איז נישטא קיין ספיקות דארט איז נאר דא איין ניטל.
סטאוו יא פיטאהאט געשריבן:↑מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 10:22 am
פארשידענע תירוצים זענען געזאגט געווארן אויף די שווערע קשיא וויאזוי האלט זיך די וועלט אין די שעות פון ניטל נאכדעם וואס אין העולם מתקיים אלא ע"י התורה, עס איז צים באמערקן אז קיינעם איז נישט בייגעפאלן צו ענטפערן אז עס האלט זיך דורך די לימוד התורה פון די ליטאים וואס האלטן נישט קיין ניטל. סתם א אויפפאסונג...