לערנען מיט די קינדער אייגענע שיעורים (נישט נאר פארהערן)

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

לערנען מיט די קינדער אייגענע שיעורים (נישט נאר פארהערן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

איך וויל ווידמען דעם אשכול ספעציעל איבער די נושט פון פריוואטע שיעורים מיט די קינדער.

אסאך עלטערן נוצן זייער קשר ביים לערנען מיט די קינדער בלויז זיי צו פארהערן אויב זיי האבן געקענט וואס זיי האבן געלערנט די וואך אין חדר/ ישיבה.
ֶ
לויט דעם שאצן זיי דאס קינד׳ס הצלחה בעבר בהוה ובעתיד.

איך וואלט אבער געוואלט וויסן וויפיל עלטערן האבן באזונדערע פריוואטע אייגענע שיעורים מיט אייגענע שאיפות צו זאל עס זיין משניות ביי די קלענערע, מסיים צו זיין א מסכת, דורכצולערנען הלכות, אריינצופרעגן חסידישע ספרים, אריינגעבן ידיעות התורה, וכולהו.

כ׳שפיר דא ליגט א שטארקע יסוד אין חנוך לנער און איך וואלט געווען נייגעריג צו הערן דעת הקהל.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7284
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: לערנען מיט די קינדער אייגענע שיעורים (נישט נאר פארהערן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איך פרוביר לערנען חסידישע ספרים בעפאר א יו"ט וכדומה.
אמרי חי
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 12, 2022 9:50 am

Re: לערנען מיט די קינדער אייגענע שיעורים (נישט נאר פארהערן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמרי חי »

גיי מיר מאכן אי״ה א סיום מיט מיין צען יעריגע כיתה ו׳ יונגל אויף גאנץ מסכת ראש השנה, קומענדיגן מיטוואך נאכט, ראש חודש שבט, בס״ד

קרעדיט: גמרא מתמידים, און גמרא שאל אביך, אידיש

מעלות: דארף זיך נישט פארקוקן, פשוט פארלערנען פארן אינגל אויף אידיש, און זיכער מאכן ער כאפט עס.

ס׳איז מעין עולם הבא ב״ה.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16941
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: לערנען מיט די קינדער אייגענע שיעורים (נישט נאר פארהערן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

מאכן מיר אפט סיומים מיט צוויי פון די אינגלעך, כתה ד’ און כתה ו’.

עס איז א געוואלדיגער געשמאק, אבער מוז קומען פולשטענדיג פון זייער זייט.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3800
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע:צווישן גראז און ביימער

Re: לערנען מיט די קינדער אייגענע שיעורים (נישט נאר פארהערן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

איך לערען מיט מיין אינגל וועכענטליך די גמרא פון חדר, די טאג וואס ער האט די פארהער, און מיר לערנען עס אינדערפרי פארן גיין און חדר.
קודם איז עס זייער געשמאק פאר ביידע, און ער מוז נאך נישט קענען אלעס, ווייל מען האלט דאך נאך פארן פארהער.
אפילו ווען ס'איז א סוד פאר גאנץ בראד, ליגט אויף יעדן בראדער איינוואינער א פליכט צו שוייגן.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3800
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע:צווישן גראז און ביימער

Re: לערנען מיט די קינדער אייגענע שיעורים (נישט נאר פארהערן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

די נקודה האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:24 am

איך וואלט אבער געוואלט וויסן וויפיל עלטערן האבן באזונדערע פריוואטע אייגענע שיעורים מיט אייגענע שאיפות צו זאל עס זיין משניות ביי די קלענערע, מסיים צו זיין א מסכת, דורכצולערנען הלכות, אריינצופרעגן חסידישע ספרים, אריינגעבן ידיעות התורה, וכולהו.

כ׳שפיר דא ליגט א שטארקע יסוד אין חנוך לנער און איך וואלט געווען נייגעריג צו הערן דעת הקהל.
לערנען פרישע מסכת מער וויפיל מען לערענט און חדר דארף מען זיין די אינגל וואס איז געמאכט פאר דעם אז נישט איז די שאדן מער ווי די תועלות

איך האב שוין געטראכט פון מאכן א שיעור אויף אויסלערנען קניפן ציצות וכדומה מער ליפטיגע ידיעות פון וואס ער וועט הנאה האבן
אפילו ווען ס'איז א סוד פאר גאנץ בראד, ליגט אויף יעדן בראדער איינוואינער א פליכט צו שוייגן.
אמרי חי
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 12, 2022 9:50 am

Re: לערנען מיט די קינדער אייגענע שיעורים (נישט נאר פארהערן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמרי חי »

ס׳איז אמת אז ס׳דארף קומען מיטן יונגעל׳ס רצון און ב״ה אז ס׳איז דא מיט א שטארקע שאיפה.

אבער כ׳מיין עלטערן דארפן אביסל צוהעלפן דערצו.

אריינלייגן די געשמאק און אויפבויען די שאיפות.

מעג זיין משניות אדער לייכטערע זאכן אויכעט.
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3373
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: לערנען מיט די קינדער אייגענע שיעורים (נישט נאר פארהערן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

די פארהער קען אויך גיין באופן פון "לאמיר לערנען צוזאמען" אן פרעשור פארן קינד.
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

Re: לערנען מיט די קינדער אייגענע שיעורים (נישט נאר פארהערן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

עלימינירן די פרעשור!

לאמיר דאס אריינברענגען אלס א חלק פון אונזער טעמע.

ביים פארהערן איז טאקע דא ווייניגער פרעשור - די טאטע טראסט דאס קינד אז ער קען - ס׳פארט א באן - וויפיל מ׳לערנט שוין היינט אין חדר קען נאך יעדעס דורכשניטליכע אינגל קענען.

מאכן א שיעור מיטן אייגענעם קינד איז ליידער פרעשור פארן… טאטן וועלכער וויל אים בלויז זען פארן מיטן סיסטעם און פארטיג.

אטאמאטיש שפירט דאס קינד די געשמאק וואס דארף ווען קומען דערמיט דעריבער ארבייט דאס נישט פאר אסאך מענטשן.

די שאלה איז אבער פארוואס דארף עס קומען מיט פרעשור?

ס׳איז א פאקט אז דאס קינד זוכט א געזונטן קשר מיטן טאטן - נאר אן פרעשור - פון פרעשור אנטלויפט יעדער.

מאכן א געשמאקע שיעור - אריינבלענדן זכרונות - ידיעות - סיפורים - יחוס - מסורת אבות - אדרבה אולי אבנה גם אנכי ממנה - דאס קינד וועט דאס לעולם געדענקן - דאס וועט זיין זיינע בעסטע זכרונות פון זיינע ליכטיגע קינדערישע יארן.
אוועטאר
בר אדא
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 21, 2022 11:09 pm

Re: לערנען מיט די קינדער אייגענע שיעורים (נישט נאר פארהערן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר אדא »

ווען טרעפט דערוילעם צייט צו לערנען מיט די קינדער אינמיטן די וואך?
אוועטאר
ירוחם פישל
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm
לאקאציע:מאנטריאל

Re: לערנען מיט די קינדער אייגענע שיעורים (נישט נאר פארהערן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

איך לערן מיט מיין 11 יעריגען די פרקים אין רמב"ם אויף די ענינים וואס ער לערנט אין גמרא אין חדר.
ער איז פארגאפט דערויף.
איז נישט א סטעישאן װעגאן מער חסידיש װי א אדאסי? (@abeg דא )
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלפיים
תגובות: 2280
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע:אויפן באלעמער

Re: לערנען מיט די קינדער אייגענע שיעורים (נישט נאר פארהערן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

בר אדא האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:49 am
ווען טרעפט דערוילעם צייט צו לערנען מיט די קינדער אינמיטן די וואך?
אמת נישט יעדער האט די זעלבע סקעזשול, אבער כהאב שוין אסאך מאל געהערט די איידיע אז מען דארף מקדיש זיין (designate) פאר א קינד צען מינוט א טאג פאר אים, אזויפיל קומט זיך פאר א קינד אויב איר ווילט אים צושטעלן זיינע געברויכן כאטשיג א טעגליכע צען מינוט,
איך טראכט אז די צען מינוט קענט איר לערנען א געשמאקע לימוד אויב ער אינזשויט עס דאן האט איר ביידע וועלטן..
די אמאליגע פריצים ימ''ש האבן געזאגט פארן פארצייטישן מאשקע: גיידיר פון דא איך קען היינט שוין באקומען מער פאר די ארענדער!!
און וואס זאגן רח''ל די היינטיגע אידישע לענלארדס פאר זיינע אייגענע אידישע ברודערס??!
אוועטאר
בר אדא
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 21, 2022 11:09 pm

Re: לערנען מיט די קינדער אייגענע שיעורים (נישט נאר פארהערן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר אדא »

טשעירמאן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 11:27 am
בר אדא האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:49 am
ווען טרעפט דערוילעם צייט צו לערנען מיט די קינדער אינמיטן די וואך?
אמת נישט יעדער האט די זעלבע סקעזשול, אבער כהאב שוין אסאך מאל געהערט די איידיע אז מען דארף מקדיש זיין (designate) פאר א קינד צען מינוט א טאג פאר אים, אזויפיל קומט זיך פאר א קינד אויב איר ווילט אים צושטעלן זיינע געברויכן כאטשיג א טעגליכע צען מינוט,
איך טראכט אז די צען מינוט קענט איר לערנען א געשמאקע לימוד אויב ער אינזשויט עס דאן האט איר ביידע וועלטן..
וויפל קען מען שוין לערנען אין 10 מינוט?
איך שיהיה
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 05, 2016 3:56 pm

Re: לערנען מיט די קינדער אייגענע שיעורים (נישט נאר פארהערן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך שיהיה »

יאך לערן מיט מיין בחור'ל לקח טוב/אתוון דאורייתא לר' יוסף ענגיל משלים זיין אין עיון התורה פרובירט דאס אויס עס האט אלע טעמים
פעם התבטא כ"ק מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע ואמר בדרך צחות שעשיו דיבר יודיש כמו גוי שאמר ולמה זה לי בכורה שפירושו 'פארוואס דאס מיר בכורה' - (אוצר מאמרים משולחן רבותינו א' עמ' 222)
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלפיים
תגובות: 2280
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע:אויפן באלעמער

Re: לערנען מיט די קינדער אייגענע שיעורים (נישט נאר פארהערן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

בר אדא האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 11:36 am
טשעירמאן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 11:27 am
בר אדא האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:49 am
ווען טרעפט דערוילעם צייט צו לערנען מיט די קינדער אינמיטן די וואך?
אמת נישט יעדער האט די זעלבע סקעזשול, אבער כהאב שוין אסאך מאל געהערט די איידיע אז מען דארף מקדיש זיין (designate) פאר א קינד צען מינוט א טאג פאר אים, אזויפיל קומט זיך פאר א קינד אויב איר ווילט אים צושטעלן זיינע געברויכן כאטשיג א טעגליכע צען מינוט,
איך טראכט אז די צען מינוט קענט איר לערנען א געשמאקע לימוד אויב ער אינזשויט עס דאן האט איר ביידע וועלטן..
וויפל קען מען שוין לערנען אין 10 מינוט?
שלש תשובות בדבר
1. אויב סאיז קביעות'דיג קומט אן צו לערנען אסאאאך..
2. מען מעג זיך פארלערנען מער ווי די צען מינוט..
3. און אויב מען קען נישט מער, זאל מען גארנישט?
די אמאליגע פריצים ימ''ש האבן געזאגט פארן פארצייטישן מאשקע: גיידיר פון דא איך קען היינט שוין באקומען מער פאר די ארענדער!!
און וואס זאגן רח''ל די היינטיגע אידישע לענלארדס פאר זיינע אייגענע אידישע ברודערס??!
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”