Re: מיינע הייקס און אויספלוגן ארום און ארום
וואס טוט מען ווינטער ווען מ'וויל גיין אויף א הייק אבער עס איז דא אביסעלאייז און שניי ??איך הייק האט געשריבן: ↑ דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 1:12 pmאון יעצט צום פראבלעם אז עס ווערט טונקעל פרי.איך הייק האט געשריבן: ↑ זונטאג דעצעמבער 10, 2023 3:48 pmאיז ווי @עפשטיין בעקעריי האט געבעטן וועלימיר דורך גיין א הייק און די ווינטער.
אירע שוועריקייטן אירע מעלות און זאכן וואס איז וויכטיג צו וויסן וכדו'
איז לאמיר אנהייבן.
די שוועריקייטן זענען.
קעלט
שניי/גליטשיג
ווערט פרי טונקעל
די מעלה פון א הייק ווינטער איז אז מ'שוויטצט נישט אזוי זאך (כ'האב געשריבן אזוי סאך ווייל מ'קען שוויצן אפי' ווינטער ווי מיר וועלן שפעטער אויסשמיסען)
איז קודם גיט צו וויסן אמת אז ווינטער גייט מען מיט א מאנטעל אבער נישט אויף א הייק. גיי קיינמאל נישט מיט קיין מאנטעל די סיבה איז פשוט ווייל ווען מקריכט פאר צוויי שעה הייבט מען אן ווערן הייס וועסטו וועלן אויסטון דיין מאנטעל דאן נאך אפאר מינוט וועסטו ווערן קאלט.... קאלט אויף צו האבן א מאנטעל אבער שוויציג אויף נישט צו האבן א מאנטעל..... כאפסט די פראבלעם....
דערפאר איז גיט צו נעמען אפאר סוועטערס טייל מיט א האד און טייל אן א האד טו דיך אן מיט א פיר פינעף סוועטערס אזוי ווען די ווערסט פארשוויצט נעמסטו אראפ איין אדער צוויי לעיערס אזוי ביזטו נישט הייס אבער נישט קאלט
איז אזוי קודם כל ווי שוין געשריבען כמה פעמים לאזט מען זיך נישט ארויס אויף א הייק אן א פלעש לייט מיט פאל בעטערי נישט קיין חילוק ווינטער צו זימער אפי די הייק איז נאר א האלבע שעה ! מ'קען קיינמאל נישט וויסען וואס קען אלץ אינטער קומען...
יעצט ווינטער איז עס נאך וויכטיגער טאקע ווייל עס ווערט פרי טונקעל...
איז אויב גייט מען אויף א קורצע הייק און מ'הייבט אן באמת פרי איז נישטא עכט א סיבה צו האבן ocd און מיט נעמען טויזענט פלעש לייטס ....
אבער אויב גייט מען אויף א לענגערע הייק אדער מ'לאזט זיך ארויס שפעט איז גיט צו האבן כאטש 2 סארט פלעש לייט איין געהעריגע און איין העד לעמפ.
אויב דיינע לייטס ארבעטן מיט בעטעריס נעם מיט כאטש איין ספעיר בעטערי פאר יעדע לייט און טאמער ארבעט די לייט מיט א ריטשארדזשער מאך זיכער אז ס'קען ארבעטען אינמיטן טשארדזשען.
די סיבה פארוואס ס'איז גיט צו האבן ביידע מינע פלעש לייטס איז ווייל די העד לעמפ איז באמת נאר גיט צו זעהן פארענט פון דיר אבער ווען די וועסט וועלן זיכען פאר א טרעיל מארקער וועט עס זיין שווערער צו זיכען בלויז מיט א העד לעמפ דעריבער איז גיט צו האבן אויך א (שטארקע) פלעש לייט. עצה טובה די פלעש לייט זאל אבער זיין לייט וועיט ווייל עס גייט ליגען און דיין בעק פעק וואס וועגט שוין אויך גענוג פון די וואסער עסן סווטערס וכו' און וואג מאכט די הייק שווערער
כ'האף איר טרעפט די אינפארמאציע ווערקזאם.
פארדעם איז דא זאך וואס ריפט זיך הייקינג סטיקס.
דאס זענען 2 שטעקענעס וואס זענען גאנץ לייט וועיט און עס ציט זיך איין היפש קליין און ווען מ'פילו אז די פיס טראגן שוין נישט נעמט מען די 2 שטעקענעס מ'ציעט עס אויס און אזוי קען מען וואקן גרינגער אזוי אויך ווען מ'וויל ארויף קריכן אויף א הויכע שטיין קומט דאס גיט צוניץ אלס נאך א פיס און דאס העלפט פאר די בעלענס.
די הייקינג סטיקס פארמאגט און זיך א סוד פון אינטון נעמט מען אראפ די ראבער און עס אנדעקט זיך אזא שפיזיגע שפיציגע אייזן און דאס האקט אריין און די אייז מ'זאל קענען כאפן א גריפ.
דאס איז גיט פאר אייז אבער פאר שניי אדער בלאטע איז דאס מאכנישט קיין ישועה ווייל די גאנצע שטעקן געט אזא פאר אריין און די שניי/בלאטע
דערפאר איז דא העכער די שפיץ אזוי א קאפל וואס דאס האלט אפ די שטעקן פון אריין פארען און די שניי/בלאטע (זעה בילד)
ווען עס איז דא אסאךשניי העלפט נישט די עצה . אז מ'רעט שוין איבער די הייקינג סטיקס....
איך בין אמאל געפארען צו אריזאנע צו כאפן א הייק היות איך בין נאר געפארען אויף 2 טעג האב איך נישט איינגעטשעקט קיין רענצעל נאר איך בין געגאנגען בלויס מיט מיין נעפסעק און די הייקינג סטיקס האבען זיך עטוואס ארויסגעשטעקט אנקומענדיג צו סעקיארעטי און נו יארק האט די tsa אגענט געשמייכלט צי מיר און געזאגט אינדזשוי יאר הייק.....
אויפן וועג אהיים האבעך מיך גערישט אויפן זעלבן אבער ניין די אגענט זאגט מיר שטא אזא סאך מ'קען נישט ארויפטראגען קיין סטיקס אויפן פליגער .... איך האב מיך גע'טענה'ט וואס הייסט אויפן וועג אהער האט מען געלאזט .... אבער גארנישט ער האט געזאגט ניין און אזוי וועט זיין... אויף אזויפיל יא אז איך וויל קען איך עס מאכן פאר א לאגיטש דאס וועט מיר קאסטן 40 טאלער... האבעך געמאכט א חשבון די גאנצע סטיקס קאסט 20 דאלער נו שוין זאל זיין א כפרה....
מיין חבר מיט וועם איך בין געפארען האט ווארטמדיג און די רייע מיט געהאלטן וואס דא גייט פאר האט ער שנעל ארויסגענימען זיינע סטיקס עס אויסגעצויגן ... ער קומט אן צו סעקיארעטי זאגט ער פארן אגענט סארי איך האב א קאנדישן מיט מיין פיס איך מיז גיין מיט שטעקענעס.... די אגענטן האבן אים אנגעקוקט מיט רחמנות און גלייך דורך געלאזט....
נאכן פעסן סעקיארעטי האט ער עס ציריק איינגעצויגן און זיך געשפארט 20 טאלער...