Re: אבימלך׳ס נייעס טישל!
קליקט דא
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
פרעזידענט ביידען סטעיטמענט אויף די אטאקעס
60 צילן זענען אטאקירט געווארען אין תימן היינט נאכט ביי 16 לאקאציעס, אריינגערעכנט קאמאנד און קאנטראל צענטערן, אמוניציע דיפאטס, לאנטשינג סיסטעמען, פּראדוקציע פעקטאריס, און לופט פאַרטיידיקונג ראדאר סיסטעמען געניצט דורך איראנער-געשטיצטע האוטי ריבעלז.
דאס בילד איז פון יעצט?
א גוטע וואך! לאמיר אנהייבען די וואך מיט אביסל צדקה אויף @לכאורה׳ס פעידזש!אבימלך האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 5:17 pmוויכטיגע מעלדונג
ווער קען דען נישט @לכאורה ? ער איז אלעמאל גרייט צו העלפן יעדער סיי וואס איינער דארף, צו עס זאל זיין אויף אייוועלט אדער אין רעיל לייף! יעצט, איך האב באקימען א אישי פון אינזער באליבטע מנהל אז ער דארף אינזער העלפ! ווער דא קען זאגען ניין צו @לכאורה ?? איך גיי דא ארויפלייגען די אישי וואס ער האט מיך געשיקט, (איך האף אז ער וועט נישט זיין ברוגז..) און לאמיר ווייזען פאר אינזער מנהל אז אינז האבען אלע הכרות הטוב פאר אלעס וואס ער טוט כדי אינז זאלען קענען האבען א ערליכע אויסגעהאלטענע פלאץ צו פארברענגען אין הנאה האבען!
טייערער אבימלך, יישר כח פאר'ן זיין דער ראש וראשון לדבר מצוה מיט'ן זיך הערליך אנרופן צו אונזער קאמפיין ווי נאר עס איז ארויף אן אשכול דערוועגן. ב"ה דער קאמפיין ריקט זיך שטאטליך אבער זיכערליך, דער עולם רופט זיך אן ווארעם און די סכומים פליסן אריין. למעשה האב איך שוין לאנג נישט באקומען קיין טעקסט איבער א פרישע נדבה... וויל איך זיך ווענדן צו די גרופע "אחוזת מרעהו", נעמליך די הונדערטער ליינער פון "אבימלך" אין זיין שרייב טישל, וועלכע זאלן ווערן אנגעווארעמט צום צוועק דורכדעם וואס דער טאלאנטפולער נייעס באריכטער וועט דאס מעלדן לויט ווי נאר ער קען... יישר כח פון פאראויס, און א דאנק פאר דיין ארבעט בכלליות ובפרטיות. הק' לכאורה
AIRBUS