וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??

אחראי: יאנאש

אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 21629
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

א עסקן האט מיר געזאגט:
איינער וואס ברענגט אויף קינדער זאגענדיג 'מיר דארפען נישט האבן אלעס', 'מיר זענען נישט spoilt', גט זיך נישט אזוי שנעל, ווייל ער ווייסט שוין פון אלס קינד, אז נישט אלעס דארף גיין 1,000% פינקט ווי איך וויל..
משא''כ איינער וואס געבט פאר די קינד אלעס די שענסטע און די בעסטע, קען זיין אז די קינד וועט זיך גט'ן, אויב נישט אלעס גייט פינקט אזויווי ער וויל.
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

איך בין ב"ה נישט בקי אין די סוגיא - אבער איך וועל שרייבן עפעס וואס איך טראכט ס'קען זיין יש דברים בגו.

אויב איז איינער פון די צוויי געשלאגן אין גאר שווערע מדות (BPD וכדו') דארט איז בפשטות א מצוה רבה ווי פריער זיך צו צוטיילן, ווייל די גיהנום וועט נאכלויפן א גאנץ לעבן - און די קינדער וועלן ווערן אדער נערוון קראנק אדער אפגעפארן רח"ל.

אויב ווערט מען געוואר אז מ'איז דורכגעפאלן אין אידישקייט, מיט די ריכטיגע מיטלען און געטריישאפט קען מען עס אסאך מאל פארעכטן, ס'נישט קיין סיבה אפצולאזן בפרט ווען ס'דא קינדער. (אויב ס'שאדט פאר די קינדער אדער וויל מיטשלעפן די שותף, דארט לכאורה דארף מען יא זיך אפלאזן - אבער מען דארף זיין געווארנט וואס וואו ווען, נישט יעדע קליינע מנהג קען אויסמאכן, נאר ריכטיגע הלכות וכו').

זייער פיל מאל מאכט זיך ביי אינגע קאפלס, מ'זעט זאכן וואס מ'איז נישט געווען צוגעוואוינט, צו מ'האט זיך גערישט אויף בעסערס וכו', צו קליינע טשעפעריי אויסדריקן, קינדישקייטן וכו' - די שותף הייבט אן ווערן אומצופרידן, פארציילט פאר די עלטערן, ס'הייבט זיך אן א פייער.... איז בכלל נישט יושר זיך צוצוטיילן, נאר מ'קען אויף א שיינע אופן בעטן יעוץ והדרכה פון מומחים, בעטן די שותף זאל גיין צו איינעם, ווייל ס'שטערט מיר אביסל וכו', בעסער פרעגן די מומחה וויאזוי צו רעדן און מסביר זיין די שותף אז מ'זאל זיך לאזן העלפן.

שוין מיטגעהאלטן אסאך פעלער, ווי סתם קליינע חסרון ידיעות פון מאן/ווייב, האט שיעור נישט אויסגעפלאצט אויפן ערגסטן, אבער מיטן גיין צו א געטרייע מומחה האט זיך ב"ה אלעס מסדר געווען אזוי שיין.

ועל כולם איז דא ווי די קאפל איז פיין צופרידן, נאר די ארומיגע זענען נישט אזוי צופרידן (שווער שוויגער זיידע באבע...) און זיי הייבן אן צו העצן (בדרכי נועם), אויב ס'נישט קיין הלכה פראבלעמען, איז די גאנצע העצעריי קעגן די תורה, און זיי זענען עתיד ליתן את הדין פארן צוטיילן א שידוך וואס השי"ת איז יא צופרידן און צוזאמגעשטעלט.
און דארט איז די עצה אפצוהאקן די קינדער פון די עלטערן און אפילו אוועקמופן וכו' לויט די יעוץ פון גוטע אידן.

מ'דארף געדענקן אז די מזבח איז מוריד דמעות, און מ'מאכט חרוב די זווג, און די קינדער אויף כל ימי חייהם, און זיך אליין, ענק גייען אי"ה ווערן עלטער עלטער זיידעס/באבעס, און עד זיבולא בתרייתא ליידט מען דערפון ח"ו, בעסער זוכט הילף ווי איידער די אנדערע וועג.


(נאך איין קלייניגקייט וואס קען זיין אז ס'קען העלפן פאר די כלליות'דיגע מצב, אז די מאן זאל זיין די עיקר פרנסה ברענגער, ווי די הלכה פארלאנגט "שארה", ווי מ'זעט אין גמרא אז די עיקר וואס א פרוי האט זיך נישט געוואלט שיידן, ווייל זי האט נישט געוואלט פארלירן די פרנסה ברענגער ויש להאריך עוד ואכ"מ...)
אלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 3:30 am

Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלם »

איך קען מיר נישט איינהאלטן, (עכט יא… אבער כ׳וויל נישט..)

יעדער איינער פרובירט אויפקומען מיט כללים, ווען יא ווען נישט, וכדומ׳, ליידער האלט איך מיט פון דערנאנט אסאך (!) פעלער ווי מ׳האט זיך צוטיילט, מיט קינדער, אן קינדער, ווי מ׳האט צוריק געשטעלט, מיט קינדער אן קינדער, ווי מ׳האט געדארפט צוברעכן, און מ׳האט נישט, ווי מ׳האט זיך ליידער צוטיילט א צווייט מאל…
איין כלל קען איך ענק זאגן, און ס׳איז שוין ארויס געברענגט געווארן כמה וכמה פעמים דא, ״ס׳איז נישטא קיין כלל״!
יעדע איינציגע מצב ברויך אינדיווידזשועלי סקרינינג! דורך עטליכע מומחים, הצלחה רבה!
עס א טעלער זופ, און מאך א שיינע נאך ברכה!
קרעדיט #וועלווי פעלדמאן
עדות ביהוסף
שר חמש מאות
תגובות: 908
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 21, 2023 8:47 pm

Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עדות ביהוסף »

אלם האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 2:36 pm
איך קען מיר נישט איינהאלטן, (עכט יא… אבער כ׳וויל נישט..)

יעדער איינער פרובירט אויפקומען מיט כללים, ווען יא ווען נישט, וכדומ׳, ליידער האלט איך מיט פון דערנאנט אסאך (!) פעלער ווי מ׳האט זיך צוטיילט, מיט קינדער, אן קינדער, ווי מ׳האט צוריק געשטעלט, מיט קינדער אן קינדער, ווי מ׳האט געדארפט צוברעכן, און מ׳האט נישט, ווי מ׳האט זיך ליידער צוטיילט א צווייט מאל…
איין כלל קען איך ענק זאגן, און ס׳איז שוין ארויס געברענגט געווארן כמה וכמה פעמים דא, ״ס׳איז נישטא קיין כלל״!
יעדע איינציגע מצב ברויך אינדיווידזשועלי סקרינינג! דורך עטליכע מומחים, הצלחה רבה!
ריכטיג.
צ"ק וואס קאן מען טוהן נישט צו דארפן על דרך כלל אזוי פיל צוקימען צו אזעלכע וואס דארפען"אינדעווידזשואלי" סקרינען.
מיר ווילען אראפ נעמען די שווערע לאסט פון די סקרינערס.

לאמת, וואס קאן מען טוהן אנדערש ווי ביז אהער. פלוצים אפיר געוואקסען א דור מיט אינדעווידזשאלען?
און ס'האט גארנישט מיט ברייטערע טויש און חינוך אדער מצב?
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1900
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע:BETWEEN

Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

עדות ביהוסף האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 2:47 pm
אלם האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 2:36 pm
איך קען מיר נישט איינהאלטן, (עכט יא… אבער כ׳וויל נישט..)

יעדער איינער פרובירט אויפקומען מיט כללים, ווען יא ווען נישט, וכדומ׳, ליידער האלט איך מיט פון דערנאנט אסאך (!) פעלער ווי מ׳האט זיך צוטיילט, מיט קינדער, אן קינדער, ווי מ׳האט צוריק געשטעלט, מיט קינדער אן קינדער, ווי מ׳האט געדארפט צוברעכן, און מ׳האט נישט, ווי מ׳האט זיך ליידער צוטיילט א צווייט מאל…
איין כלל קען איך ענק זאגן, און ס׳איז שוין ארויס געברענגט געווארן כמה וכמה פעמים דא, ״ס׳איז נישטא קיין כלל״!
יעדע איינציגע מצב ברויך אינדיווידזשועלי סקרינינג! דורך עטליכע מומחים, הצלחה רבה!
ריכטיג.
צ"ק וואס קאן מען טוהן נישט צו דארפן על דרך כלל אזוי פיל צוקימען צו אזעלכע וואס דארפען"אינדעווידזשואלי" סקרינען.
מיר ווילען אראפ נעמען די שווערע לאסט פון די סקרינערס.

לאמת, וואס קאן מען טוהן אנדערש ווי ביז אהער. פלוצים אפיר געוואקסען א דור מיט אינדעווידזשאלען?
און ס'האט גארנישט מיט ברייטערע טויש און חינוך אדער מצב?
און איין ווארט. Responsibility
און יודיש "פֿאַראַנטוואָרטלעכקייטי"

כוואלט ווען געוואלט שריין אז סהאט צוטוהן מיט "עלטער"
למען האמת די גיטין פראבלעם איז נישט ווייניגער ערגעץ אנדערש ווי ביי אונזערע קרייזן
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”