מיינונג: דור ישרים ענטפער סיסטעם

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

דאנק און לויב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:25 pm

Re: מיינונג: דור ישרים ענטפער סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנק און לויב »

ווערים האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 11:02 pm
סדא אסאך אן ערנסטערע פראבלעם מיט דור ישרים. זיי טעסטן נישט אויף אלע מיני גענעטישע מחלות געוויסע זאגן זיי אז סאיז זייער נישט מצוי און געוויסע וואס זיי טענהן אז אפי’ מבאקומט עס איז עס נישט אזוי געפערליך. סדא אן אנדערע ארגאנאזאציע וואס טעסט יא אויף גאוטשערס דיסיס
יעדע זאך וואס זיי טעסטן יא און נישט איז על פי דעת תורה פון די היינטיגע גדולים, סאיז נישט פשוט,סאיז דא 2 נייע ארגענעזאציע וואס זיי טעסטן אויף אנדערע הונדערטע זאכן,די קענסט אפילו זען וועלכע קאליר האר דיינע קינדער וועלן האבן וכדומה, בקיצור יענע ארגענעזאציע זענען לינקע חברה , נישט פון אונזער חדר, און זיי האבן מאדערן ארטאדאקס רבנים , אונזערע רבנים האלטן נישט דערפון, און דאס גייט מאכן אז זייער אסאך שידוכים גייען ווערן אפגעשטעלט, טאמער די אינגע דור ווייסט נישט ,זענען רוב רבנים געווען בשעתו קעגן דור ישרים, זיי האבן געהאלטען אז א שידוך איז באשערט און מען קען נישט אפשטעלן קיין שידוכים וועגן א טעסט, נאך אסאך יגיעה האבן עס רוב רבנים געלאזט אויסער רבי הערשעלע ספינקא , און נאך עטליכע
לעצט פארראכטן דורך דאנק און לויב אום מיטוואך יאנואר 24, 2024 2:44 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דאנק און לויב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:25 pm

Re: מיינונג: דור ישרים ענטפער סיסטעם - אן עוולה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנק און לויב »

בלייב געזונט האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 11:55 pm
קליינע גרויסער האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 11:48 pm
זיי זענען גארנישט מחיוב פאר קיינעם
זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם פאר קאמפעטישן וויבאלד עס איז ממילא נישט קיין גאלדן גרוב
רוב געלטער וואס זיי מאכן אינוועסטירן זיי תיקף צו פארבעסערן די טעסט
דו ווייסט?

זיי מאכן עטליכע מיליאן דאלער א יאר פון די איזראעלי ארגאניזאציע פאר דשואיש דשענעטיקס צו פארבעסערן די ריסוירטש.
דור ישרים ארגענעזאציע איז אין א דעפיציט, זיי מיטשענען זיך צו קענען קאווערן די טאג טעגליכע בודזשעט, זיי האבן נגידים וואס געבן זיי געלט, עס האט שוין אפאר מאל געדארפט צושטאנד צו קומען א טשערידי קאמפיין אזוי ווי אלע גרויסע ארגאנאזאציעס, למעשה האט זיך עס עטליכע מאל אפגעשטעלט ממש פארן אנהייבן , אייביג פאר א לעצטע מינוטיגע זאך, סאיז זיכער אז זיי וועלן האבן מער געלט, וועלן זיי קענען צושטעלן מער סערוויס
דאנק און לויב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:25 pm

Re: מיינונג: דור ישרים ענטפער סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנק און לויב »

מים חיים האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 10:15 am
וואלט רואיג געקענט זיין אנליין - יעצט זעה איך אז מען קען טאקע אויספילן אנליין
מען קען די זעלבע גוט זעהן מיט א סוואב אן בלוט
אנדערע קאמפעניס טעסטן אסאך מער זאכן* פאר אסאך ביליגער מיט בלויז א סוואב און זיי שטעלן צו נאך גאר אסאך פיעטשערס אינקלודעד אין די ביליגע פרייז
די איינציגסטע זאך וואס זיי געבן מער איז די נעטווארק אפעקט - יעדער גייט צו זיי דארף יעדער גיין דורך זיי
אויך האבן זיי אויסגעשטעלט די סיסטעם אויף א פראקטישע מהלך פאר שידוכים, אז זיי זאגן נישט ווער סאיז א קעריער פון וואס נאר אויב סשטומט (אויב סשטומט נישט מיינט אויטאמאטיש אז ביידע זענען קעריערס...), און אויך טעסטן זיי טאקע נאר אויף אזעלכע זאכן וואס גייט נאר אריבער אויב ביידע האבן עס, און נישט אויף אנדערע גענעטישע דיסארדערס

סאיז א חשובע ארגאנאזאציע וואס האט אסאך אויפגעטון, שטארק מעגליך אז סוואלט געקענט נוצן א שטיקל טויש

*(איך רעד פון די געווענליכע טעסט, נישט פון די העירינג לאס פענעל)
א סוואב איז נישט די זעלבע ווי בלוט, ליין אויף די אנדערע 2
וועבסייטס פון די נייע ארגענעזאציעס שטייט אז עס איז נישט גאראנטירט און נישט זיכער , משא"כ דור ישרים מיט בלוט איז איז 100 פראצענט זיכער, פארוואס? וועגן מען שפילט זיך נישט מיט שידוכים, סתם באשליסן מעטשינג מיט א סוואב וואס איז ווייט פון זיכער, איז נישט אויסגעהאלטען, יעדע ריר דארף צושטימונג פון דעת תורה, דור ישרים איז בכלל נישט קיין מאני מעקינג ביזנעס
לעצט פארראכטן דורך דאנק און לויב אום מיטוואך יאנואר 24, 2024 2:47 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1397
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

Re: מיינונג: דור ישרים ענטפער סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

דור ישרים העלפט שלא על מנת לקבל פרס משפחות מיט ספיעציעלע קינדער אין די טעסטן פראסעס, ווי אזוי צו דייעגנוזען די מיוטעשן, זיי האבן עקספיריענס וועלכע לעב'ס צו ניצען און ווי אזוי צו טרעפן די דייעגנוז. זיי קומען אן ווייטער ווי גרויסע שפיטעילער און טעסטינג לעב'ס מיט זייער עקספיריענס און געפיל וואס און די ענדע נוצען זיי די עקספיריענס צו העלפן פארן כלל.
דור ישרים איז נישט א טעסטינג לעב, הייבט זיך נישט אן און ענדיגט זיך נישט ביי די 275$ פארן שידוך טעסטן, עס איז ריסערטש און עקספיריענס פינעם היימישען ציבור. דער עולם זעהט דא אויס היבש אומוויסענדיג
דאנק און לויב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:25 pm

Re: מיינונג: דור ישרים ענטפער סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנק און לויב »

סאיז קלאר אז די היינטיגע דור האט נישט קיין מושג וואס דור ישרים איז, און זיי האבן עטליכע יאר צוריק טאקע געהאט באשרייבונגען אין די היימישע אויסגאבעס מסביר צו זיין פאר די אינגווארג, למעשה דאס קאסט אפ הונדערטער טויזענטער דאלארן און זיי האבן נישט די געלט דערפאר
אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1764
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: מיינונג: דור ישרים ענטפער סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

מים חיים האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2024 11:17 am

אויך באדערט מיך די 5 באטלעך בלוט אנשטאט א סוואב, (און די פרייז )
דאנק דעם באשעפער אז דו קענסט מאכן אן עסק פון 5 באטלעך בלוט וואס דו האסט געגעבן ווייס איך ווי לאנג צירוק, (אפשר איז טאקע צייט צו גיין פאר א בלוט-טעסט)

נישט מעגליך צו טעסטן אלע דעזיזעס און דשענעטיקס פון א סוואב
viewtopic.php?p=5181540#p5181540

קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.


אוועטאר
אדלמאן
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 21, 2024 7:49 pm

Re: מיינונג: דור ישרים ענטפער סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדלמאן »

דאנק און לויב האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 1:50 am

קיינער צווינגט דיר נישט גארנישט!
מעגליך דיין מחותן צווינגט דיר , סא דעמאלס האט עס גארנישט מיט מאנאפאל און מארקעטינג,
מיין מחותן צווינגט מיך, צוליב דעם דור ישרים מארקעטינג. אויב איך וויל קענען א שידוך טון מיטן אלגעמיינעם ציבור פון מיינע קרייזן, מוז איך האבן א דור ישרים נומער.

אגב איך רעד נישט פונם עצם גענעטישע טעסטינג, וואס דאס איז זיכער א גוטע זאך. איך רעד פון דעם וואס צוליב מארקעטינג און מאנאפאל מוז דער טעסטינג גיין דורך דור ישרים, און איך כמעט נישט קיין מעגליכקייט זיך נישט צו צעשטעלן.

מען קען דעבאטירן דור ישרים'ס טאקטיקן אנפאנג ווען זיי האבן זיך געעפענט, ווי אויך זייערע פאליסיס יעצט. אבער נישט דאס איז די מטרה פון דעם אשכול. דער מציאות איז געווארן אז דור ישרים האט דער מאנאפאל און מען מוז זיי נוצן, פיין זאל זיין אזוי. למעשה שטעלן זיי צו א וויכטיגע סערוויס, און איך האב נישט קיין פראבלעם צו טעסטן מיינע קינדער ביי זיי.
די באשעפער זאל העלפן זאלסט קיינמאל נישט וויסן וואס עס מיינט, אבער איך האב פאר דיר נייעס, אז סאיז דא ליידער אסאך אידן וואס מיטשענען זיך מיט פרישע פראבלעמען, מען זאל קיינמאל נישט וויסן, גראדע בוני עולם רייבט זיך אביסעל מיט דור ישרים, זיי העלפן פארפעלקער וואס ליידער טרעפן זיך מיט פראבלעמען מיט פרישע זשענעטיקס און האבן קראנקע קינדער, למעשה איז עס א געהיימע ערענסטע וויכטיגע זאך , נאר מען איז שוין פשוט געוואינט דערצו ,
ווייס איך נישט וואס דאס האט שייכות מיט וואס איך האב געשריבן.
דאס וואס די שרייבסט אזויפיל וועגן מארקעטינג און צווינגען, שמעקט נישט גוט, פונקטליך וואס דיין אזשענדע איז ווייס איך נישט, אבער יא סאיז דא אסאך מתנגדים קעגן דור ישרים , אינקלודינג בוני עולם, קען זיין די האסט עפעס מיט בוני עולם,
עס איז א וואונדער פארוואס דו זוכסט עפעס א באהאלטענע אגענדע, ווען איך זאג קלאר און דייטלך וואס איך וויל. איך פארלאנג נישט מער פון דעם אז מען זאל קענען באקומען ריזאלטס אויף א גרינגן אופן 24/6. דעטס איט.
אבער ביטע לאז געמאכט קיינער צווינגט דיר נישט גארנישט און סאיז נישט דא קיין מאנאפאל, איך קען נישט שרייבן צו סאך, אבער ליידער איז דא אסאך מענטשן אויבער חכמים וואס האבן נישט גענומען קיין דור ישרים , און מיטשענען זיך מיט קראנקע קינדער
ווי ערווענט, מיש נישט אויס גענעטישע טעסטינג אין אלגעמיין מיט דור ישרים בפרט. דער ערשטער איז גאר וויכטיג, דער צווייטער א מאנאפאל.
אוועטאר
גראַדע
שר האלף
תגובות: 1393
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 4:54 pm
לאקאציע:משה זוכמעך

Re: מיינונג: דור ישרים ענטפער סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראַדע »

אדלמאן האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2024 9:51 pm
גראַדע האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2024 10:46 am
כ'זעה נישט וואס אלעס מוז דא צוגיין נעגאטיוו.

דור ישרים טוט א מורא'דיגע דזשאב וואס איז נישטא זיינס גלייכן!

אהה, ווילסט עס בעסער מאכן? נישט קיין פראבלעם, אהובי ידידי, שאאר דיר ארויף דעם ארבעל, און פאנג אן ארבייטן.. אהה, די ווילסט נאר שיקן תגובה'לעך מיט טענות, פונקט ווי די ווילסט נישט ארבייטן, זענען זיי אויך נישט מחיוב..

אויף די עצם געדאנק, גיב איך מיין צושטימונג ס'א גוטע געדאנק. נאכדערצו אויב ס'קען זיין אויף א פריוואטן וועג, אז נישט יעדער האט עקסעס צו יעדעם.
איך האב נישט קיין אהנונג וואס דו ווילסט. פונטקליך וויאזוי ווילסטו איך זאל אנפאנגן ארבעטן? עפענען אן אייגענער דור ישרים? דאס איז כמעט נישט במציאות זינט זיי האבן דעם מאנאפאל. איך נוץ זיי ווייל זיי האבן מיך געצווינגן זיך צו טעסטן (מיטן מארקעטינג קאמפיין), און איך באצאל גוט געלט פאר דעם. מעג איך פארלאנגן איך זאל קענען באקומען א ריזאלט גרינגערהייט.
כדי צו אויפבויען די סיסטעם וואס דו ערווענסט, פארלאנגט זיך צייט, ארבעט, קאפ, און געלט, או אזויווי ס'איז נאר א באקוועמליכקייט, און נישט קיין סעריעס פארלאנג האלטן זיי און ווי פארשטענדליך נישט ביים עס ערלעידיגן.

אויב די האלסט יא אז ס'איז וויכטיג, דאן קאל אריין מיסטער דור ישרים און זאג אים דיין פלאן, און אז "דו" גייסט קעיר נעמען פון די פראדשעקט, (און מעגליך קענסט אויך מאכן א געלט דיל, געוואנדן אין אים). איך שטעל מיך פאר ער וועט גרייט זיין, אחוץ אויב ער האט אן אנדערע סיבה דערפאר.

סתם קאלן מיט אן איידיע, און נישט פארשטיין פארוואס מ'קומט נישט נאך דיינע קאפריזן, איז נישט די מהלך.
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
אוועטאר
היטשינער
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 3:48 pm
לאקאציע:שעפעלע בארג

Re: מיינונג: דור ישרים ענטפער סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היטשינער »

איך האב נישט צופיל וואס צו צולייגן דא ווייל דער עולם האט שוין פארענטפערט רוב זאכן אבער אזויווי איך האב געהאט די זכיה אפאר יאר צוריק צו זיין פארמישט און דור ישרים קעיסעס בין איך נאנט באקאנט געווארן מיט גאר אסאך פרטים און שטיקלעך אינפארמאציע איבער דער הייליגע ארגענעזאציע.

איך וועל אנהייבן לגבי דער עצם שאלה פארוואס אין דער וועלט עס קען נישט זיין א אטאמאטישן סיסטעם צו ענטפערן.

דער ענטפער דערצו איז אז כדי די אינפארמאציע זאל זיין פונקטליך ווערט יעדע חלק פון די פראסעס געטון דורך צוויי עכטע מענטשן און דורך די קאמפיוטער, דאס נעמט אריין אין זיך אריינלייגן די פרטים פון די מענטש, אריינלייגן די רעזאלטס פון דער טעסט וכו' וכו', יעדע זאך לייגן אריין צוויי מענטשן אן דעם וואס איינער פון די צוויי זאלן קענען זען וואס דער צווייטע האט אריינגעלייגט, און דערנאך וועט דער קאמפיוטער זאגן וועלכע עס האט סתירות און א דריטע מענטש וועט דארפ'ן פסק'נען וועלכע איז ריכטיג דורכ'ן נאכאמאל גוט באקוקן דער ארגענעלן צעטל.

דאס אלעס ווערט געטון כדי צו פארמיידן יעדער קליינער טעות, וואס קען ח"ו זיין א בכיה לדורות, דעריבער איז עס אזוי אויסגעשטעלט אז אפילו עס איז דא די פראגראם וואס קען טעכניש פיטערן די רעזאלטס צו יעדע פייל זאל עס מוזן איבערגעלייגט ווערן דורך מענטשן כדי צו פארמיידן טעותים.

ווען עס קומט צו ענטפערן איז די זאך נאך מער קאמפלעצירט צוליב דעם וואס אסאך מאל איז דא פרטים אויף א געוואוסע מענטש אדער משפחה וואס מען האט נאכנישט דערגרינטעוועט און עס ליגט ווי אן הערה אויף זיין פייל, מיר וועלן ברענגן א משל, א מענטש האט אמאל אנגערופן און אנגעפרעגט פרטים אויף א געוואוסע זעלטענע גענעטישע מחלה, און בתוך הדברים האט דער דור ישרים ארבעטער פארשטאנען אז עס איז דא א מעגליכקייט אז דער איד וויל עס וויסן צוליב דעם וואס איינער אין זיין משפחה האט דאס, וועט ער דאן מאכן אן הערה אויף יענעם'ס פייל אז מען דארף אים נאך פרעגן דערוועגן, אמאל וועט מען אים רופן גלייך נאכדעם און אנטראגן צו קומען זיך איבערטעסטן בחינם און אויספרעגן די פרטים ארום די מקרה, כדי עס זאל ח"ו נישט שאטן לדורות הבאים, און אמאל אויב דער איד איז אומבאקוועם צו רעדן אדער צוליב אנדערע סיבות וועט מען עס איבערלאזן אויף ביז א שידוך וואס דאן וועט מען פראבירן די מערסטע וואס שייך צו מאכן זיכער אז די פרקטים זענען קלאר און אז דער שידוך קען גיין, דאס איז א זאך וואס קען נאר געטון ווערן דורך א מענטש צוליב דעם וואס עס ווערט נישט אריינגעלייגט אלס פאקט נאר אלס חשד וואס מען דארף מברר זיין.

דאס איז נאר א משל, עס איז דא גאר אסאך מציאות'ן וואס דארף האבן אן עכטע מענטש זאל זען דעם גאנצן פייל און קענען אביסל ארומקוקן ביי משפחה, כדי צו מאכן זיכער אז ווען ער זאגט אז די שידוך קען גיין ווייטער זאל עס זיין מיט די מערסטע פארזיכערונג וואס דור ישרים איז אומשטאנד צו ברענגן, די זאכן קענען נישט געטון ווערן דורך א קאמפיוטער סיסטעם.

בכלל פארשטיי איך נישט וואס דער טענה איז, יעדע דאקטער ווען ער שיקט דיר פאר א בלוט טעסט, און די רופפסט אריין דעם סעקרעטאר פרעגן צו די רעזאלטס איז שוין אנגעקומען, אדער ביי די מער פארגעשריטענע זעסטו אין די פארטעל אז די רעזאלטס זענען שוין דא, דאך וועט דער סעקרעטאר דיר קיינמאל נישט איבערגעבן קיין אינפארמאציע איבער די רעזאלטס ביז דער דאקטער קוקט עס נישט איבער, איי די ווייסט שוין לאנג די ענטפער'ס דורך'ן גוגל, און פארוואס זאל מען נישט אויסשטעלן א סיסטעם אז דער קאמפיוטער זאל ארויסגעבן א פונקליכע רעזאלט לויט'ן בלוט טעסט, נאר און דער רפואה וועלט איז אנגענומען אז דער קאמיוטער קען טאקע זייער אסאך, אבער דאך דארף מען האבן מענטשן זאלן עס וועריפייען, יעצט דור ישרים איז נאך מער קאמפלעצירט עס דארף מעטשן צוויי מענטשן צוזאמען, פארוואס טראכסטו אז דער נארמאלע וועג זאל זיין צו עס מאכן אטאמאטיש.

די איינציגסטע זאך וואס מען וואלט געדארפט בעטן פון דור שירים צו טון איז צו צוזאמען שטעלן די אמעריקאנע אפיס מיט די א"י אפיס, וואס דאן וועט מען זיין עוועילעבל אסאך מער שעות.

דאס האט אויך שטארקע שווערקייטן צוליב דעם וואס אין די אמעריקאנע אפיס זיצן מענטשן וואס קענען נישט קיין העברעעיש און אין די א"י אפיס זיצן מענשטן וואס קענען נישט קיין ענגליש (אדער אפי' אידיש...), וואס דעריבער וועט זיין זייער שווער זיך צו פארשטיין און עס וועלן ח"ו ארויסקומען טעותים אבער איך גלייב אז מען קעען טרעפן אמעריקאנע וואס זאלן ארבעטן אין א"י פר די אמעריקאנע אריינרופער, און א"י'דיגע וואס זאלן ארבעטן אין אמעריקא, דארף מען זיי טאקע שטיפן דאס צו מאכן.

יעצט היות די תגובה איז שוין זייער לאנג וועל איך מיר דערווייל אפשטעלן דא, איך וויל נאך ענפערן אויף אנדערע שאלות און טענות וואס מענטשן האבן געהאט ווי סוואבס, אנווערפן, די טעסט דורך די אינשורענס, ריסורטש, וכו'
עס איז נישט קיין עבירה צו האבן א יצר הרע
עס איז אן עבירה צו פאלגן דעם יצר הרע
(הגה"צ ר' יעקב מאיר שכטער שליט"א)


בליגסטע טיקעטס און האטעל פרייזן קליק דא
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5536
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: מיינונג: דור ישרים ענטפער סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

מים חיים האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2024 11:17 am

אויך באדערט מיך די 5 באטלעך בלוט אנשטאט א סוואב, (און די פרייז )
ווען מען האט זיי געפרעגט פארוואס זיי נעמען נישט קיין סוואב איז געווען דער ענטפער אז זיי ווילן עס האלטן צו קענען איבערטעסטן מיט נייע טעסטס וואס קומען ארויס
די פראגע איז וויאזוי קען פעמיליטריdna צולייגן נייע טעסטס דריי יאר נאך וואס איך האב זיי אריינגעשיקט די סוואב און זיי קענען נישט נאר מיט בלוט

איך מיין אז סוואלט ווען געקענט היפש פארבעסערט ווערן די סיסטעם סיי פון די קאלעקשן און סיי פון די ענטפערס, נאר וויבאלד סאיז נישט דא קיין קאמפעטישן איז זיי גוט אזוי
און איך מיין אז סמעג מיר באדערן און איך מעג ארויסקוקן אז איינער זאל עפענען א קאמפעטישן, אפילו זיי האבן געטון א גוטע זאך און זיי האבן אויפגעטון א געוואלד
(ניין, איך בין נישט קענוג אלט צו געדענקן טעיסאקס אבער איך האב שוין יא געהערט וויאזוי סאיז געווען אמאל גאנץ מצוי, און איך עפרישעיט די פאקט אז מען הערט שוין נישט גערפון היינט)
פעמילי טרי ניצט PCR (ס'איז די זעלבע טעכנאליגע ווי קאוויד טעסטס, נאר ס'איז גענוצט אויף אן אנדערע אופן), א זאך וואס איז בכלל נישט אקוראט.

בכלל די יחוס DNA טעסטס ניצן נישט די מערסטע אקוראטע טעסטס.
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4388
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: מיינונג: דור ישרים ענטפער סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

דאנק און לויב האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 2:29 am
ווערים האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 11:02 pm
סדא אסאך אן ערנסטערע פראבלעם מיט דור ישרים. זיי טעסטן נישט אויף אלע מיני גענעטישע מחלות געוויסע זאגן זיי אז סאיז זייער נישט מצוי און געוויסע וואס זיי טענהן אז אפי’ מבאקומט עס איז עס נישט אזוי געפערליך. סדא אן אנדערע ארגאנאזאציע וואס טעסט יא אויף גאוטשערס דיסיס
יעדע זאך וואס זיי טעסטן יא און נישט איז על פי דעת תורה פון די היינטיגע גדולים, סאיז נישט פשוט,סאיז דא 2 נייע ארגענעזאציע וואס זיי טעסטן אויף אנדערע הונדערטע זאכן,די קענסט אפילו זען וועלכע קאליר האר דיינע קינדער וועלן האבן וכדומה, בקיצור יענע ארגענעזאציע זענען לינקע חברה , נישט פון אונזער חדר, און זיי האבן מאדערן ארטאדאקס רבנים , אונזערע רבנים האלטן נישט דערפון, און דאס גייט מאכן אז זייער אסאך שידוכים גייען ווערן אפגעשטעלט, טאמער די אינגע דור ווייסט נישט ,זענען רוב רבנים געווען בשעתו קעגן דור ישרים, זיי האבן געהאלטען אז א שידוך איז באשערט און מען קען נישט אפשטעלן קיין שידוכים וועגן א טעסט, נאך אסאך יגיעה האבן עס רוב רבנים געלאזט אויסער רבי הערשעלע ספינקא , און נאך עטליכע
ווער איז די דעת תורה פון דור ישרים?

געווען אמאל א וועד הרבנים געדענק איך, איז דאס נאכאלץ אקטיוו? אויב יא ווער איז עס היינט?
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4898
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: מיינונג: דור ישרים ענטפער סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

איך כאפ נישט, זיבן מענטשן מאכן די דעטא ענטערי פונעם חתן/כלה יוניק אידי אינעם קאמפיוטער סיסטעם, ווייל דער קאמפיוטער קען מאכן א טעות, וואס דעריבער קען מען נישט מאכן קיין וועבסייט מיט אטאמאטישע ריזאלטס סיסטעם.. אבער למעשה איז דער קאמפיוטער דער וואס שפייט אויס די ריזאלטס צי עס שטומט צי נישט... ניין?
אוועטאר
מענדל זאב
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 19, 2021 11:19 pm

Re: מיינונג: דור ישרים ענטפער סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדל זאב »

היטשינער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 12:46 pm
איך האב נישט צופיל וואס צו צולייגן דא ווייל דער עולם האט שוין פארענטפערט רוב זאכן אבער אזויווי איך האב געהאט די זכיה אפאר יאר צוריק צו זיין פארמישט און דור ישרים קעיסעס בין איך נאנט באקאנט געווארן מיט גאר אסאך פרטים און שטיקלעך אינפארמאציע איבער דער הייליגע ארגענעזאציע.
....

די איינציגסטע זאך וואס מען וואלט געדארפט בעטן פון דור שירים צו טון איז צו צוזאמען שטעלן די אמעריקאנע אפיס מיט די א"י אפיס, וואס דאן וועט מען זיין עוועילעבל אסאך מער שעות.

דאס האט אויך שטארקע שווערקייטן צוליב דעם וואס אין די אמעריקאנע אפיס זיצן מענטשן וואס קענען נישט קיין העברעעיש און אין די א"י אפיס זיצן מענשטן וואס קענען נישט קיין ענגליש (אדער אפי' אידיש...), וואס דעריבער וועט זיין זייער שווער זיך צו פארשטיין און עס וועלן ח"ו ארויסקומען טעותים אבער איך גלייב אז מען קעען טרעפן אמעריקאנע וואס זאלן ארבעטן אין א"י פר די אמעריקאנע אריינרופער, און א"י'דיגע וואס זאלן ארבעטן אין אמעריקא, דארף מען זיי טאקע שטיפן דאס צו מאכן.

יעצט היות די תגובה איז שוין זייער לאנג וועל איך מיר דערווייל אפשטעלן דא, איך וויל נאך ענפערן אויף אנדערע שאלות און טענות וואס מענטשן האבן געהאט ווי סוואבס, אנווערפן, די טעסט דורך די אינשורענס, ריסורטש, וכו'
דאס איז א קלייינע פראבלעם, איך ווייס זייער אסאך קאמפעני'ס וואס האבן ארבעטער'ס אין א"י וואס קענען אידיש, מיט ענגליש, נאר דור ישרים רען נישט האבן ..?!
אוועטאר
מענדל זאב
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 19, 2021 11:19 pm

Re: מיינונג: דור ישרים ענטפער סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדל זאב »

די ציבור (און שדכנים) פארשטיין נישט די סיסטעם וויאזוי ס'ארבעט די רעזולטס, און פארוואס אדישענעל טעסטינג דארף נעמען 24 טו 48 שעה, [כאילו מען נעמט יעצט די באטעל בלוט מיט א פליגער קיין אוסטראליע צו פיינעלייזן די טעסט], ווען אלעס ארום איז אנגעצויגן ס'איז דא א הינקעדיגע יא פון ביידע צדדים, אין סיי וועלכע מינדערסטע באמפ קען די שידוך צופאלען,
דעס מאכט מענטשען פראסטערעיטעד.
אויב דארף עס טאקע נעמען אזוי לאנג
לעניות דעתי וואלט'ן זיי געדארפט ארבעטן אויף א סיסטעם לאמיר זאגן *PRE-SHIDDICH* טשעק
דאס הייסט מענטשען זאלן אריינגעבן די דור ישרים נומבער גלייך ווען א שידוך געפעלט זיי
אין זיי (אדער די קאמפיוטער, AI, ) זאלן רופן זאגן אז עס קוקט אויס "אויבן אויף" קאמבעטעבל באט נאט פיינעל
אין די גרינטליכע ענטפער וועט זיין ביז 48 שעה
דאס קען אביסל העלפן אפשר
דאנק און לויב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:25 pm

Re: מיינונג: דור ישרים ענטפער סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנק און לויב »

אדלמאן האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 10:34 am
דאנק און לויב האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 1:50 am

קיינער צווינגט דיר נישט גארנישט!
מעגליך דיין מחותן צווינגט דיר , סא דעמאלס האט עס גארנישט מיט מאנאפאל און מארקעטינג,
מיין מחותן צווינגט מיך, צוליב דעם דור ישרים מארקעטינג. אויב איך וויל קענען א שידוך טון מיטן אלגעמיינעם ציבור פון מיינע קרייזן, מוז איך האבן א דור ישרים נומער.

אגב איך רעד נישט פונם עצם גענעטישע טעסטינג, וואס דאס איז זיכער א גוטע זאך. איך רעד פון דעם וואס צוליב מארקעטינג און מאנאפאל מוז דער טעסטינג גיין דורך דור ישרים, און איך כמעט נישט קיין מעגליכקייט זיך נישט צו צעשטעלן.

מען קען דעבאטירן דור ישרים'ס טאקטיקן אנפאנג ווען זיי האבן זיך געעפענט, ווי אויך זייערע פאליסיס יעצט. אבער נישט דאס איז די מטרה פון דעם אשכול. דער מציאות איז געווארן אז דור ישרים האט דער מאנאפאל און מען מוז זיי נוצן, פיין זאל זיין אזוי. למעשה שטעלן זיי צו א וויכטיגע סערוויס, און איך האב נישט קיין פראבלעם צו טעסטן מיינע קינדער ביי זיי.
די באשעפער זאל העלפן זאלסט קיינמאל נישט וויסן וואס עס מיינט, אבער איך האב פאר דיר נייעס, אז סאיז דא ליידער אסאך אידן וואס מיטשענען זיך מיט פרישע פראבלעמען, מען זאל קיינמאל נישט וויסן, גראדע בוני עולם רייבט זיך אביסעל מיט דור ישרים, זיי העלפן פארפעלקער וואס ליידער טרעפן זיך מיט פראבלעמען מיט פרישע זשענעטיקס און האבן קראנקע קינדער, למעשה איז עס א געהיימע ערענסטע וויכטיגע זאך , נאר מען איז שוין פשוט געוואינט דערצו ,
ווייס איך נישט וואס דאס האט שייכות מיט וואס איך האב געשריבן.
דאס וואס די שרייבסט אזויפיל וועגן מארקעטינג און צווינגען, שמעקט נישט גוט, פונקטליך וואס דיין אזשענדע איז ווייס איך נישט, אבער יא סאיז דא אסאך מתנגדים קעגן דור ישרים , אינקלודינג בוני עולם, קען זיין די האסט עפעס מיט בוני עולם,
עס איז א וואונדער פארוואס דו זוכסט עפעס א באהאלטענע אגענדע, ווען איך זאג קלאר און דייטלך וואס איך וויל. איך פארלאנג נישט מער פון דעם אז מען זאל קענען באקומען ריזאלטס אויף א גרינגן אופן 24/6. דעטס איט.
אבער ביטע לאז געמאכט קיינער צווינגט דיר נישט גארנישט און סאיז נישט דא קיין מאנאפאל, איך קען נישט שרייבן צו סאך, אבער ליידער איז דא אסאך מענטשן אויבער חכמים וואס האבן נישט גענומען קיין דור ישרים , און מיטשענען זיך מיט קראנקע קינדער
ווי ערווענט, מיש נישט אויס גענעטישע טעסטינג אין אלגעמיין מיט דור ישרים בפרט. דער ערשטער איז גאר וויכטיג, דער צווייטער א מאנאפאל.
שעפעלע
We saw enough
די האסט אן אזשענדע,
ביטע שרייב ארויס וואס , קען נישט דערשמעקן וואס
דור ישרים האט גארנישט מיט מארקעטינג , עס העלפט פאר נישט האבן קראנקע קינדער, פינטעל
דאנק און לויב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:25 pm

Re: מיינונג: דור ישרים ענטפער סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנק און לויב »

היטשינער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 12:46 pm
איך האב נישט צופיל וואס צו צולייגן דא ווייל דער עולם האט שוין פארענטפערט רוב זאכן אבער אזויווי איך האב געהאט די זכיה אפאר יאר צוריק צו זיין פארמישט און דור ישרים קעיסעס בין איך נאנט באקאנט געווארן מיט גאר אסאך פרטים און שטיקלעך אינפארמאציע איבער דער הייליגע ארגענעזאציע.

איך וועל אנהייבן לגבי דער עצם שאלה פארוואס אין דער וועלט עס קען נישט זיין א אטאמאטישן סיסטעם צו ענטפערן.

דער ענטפער דערצו איז אז כדי די אינפארמאציע זאל זיין פונקטליך ווערט יעדע חלק פון די פראסעס געטון דורך צוויי עכטע מענטשן און דורך די קאמפיוטער, דאס נעמט אריין אין זיך אריינלייגן די פרטים פון די מענטש, אריינלייגן די רעזאלטס פון דער טעסט וכו' וכו', יעדע זאך לייגן אריין צוויי מענטשן אן דעם וואס איינער פון די צוויי זאלן קענען זען וואס דער צווייטע האט אריינגעלייגט, און דערנאך וועט דער קאמפיוטער זאגן וועלכע עס האט סתירות און א דריטע מענטש וועט דארפ'ן פסק'נען וועלכע איז ריכטיג דורכ'ן נאכאמאל גוט באקוקן דער ארגענעלן צעטל.

דאס אלעס ווערט געטון כדי צו פארמיידן יעדער קליינער טעות, וואס קען ח"ו זיין א בכיה לדורות, דעריבער איז עס אזוי אויסגעשטעלט אז אפילו עס איז דא די פראגראם וואס קען טעכניש פיטערן די רעזאלטס צו יעדע פייל זאל עס מוזן איבערגעלייגט ווערן דורך מענטשן כדי צו פארמיידן טעותים.

ווען עס קומט צו ענטפערן איז די זאך נאך מער קאמפלעצירט צוליב דעם וואס אסאך מאל איז דא פרטים אויף א געוואוסע מענטש אדער משפחה וואס מען האט נאכנישט דערגרינטעוועט און עס ליגט ווי אן הערה אויף זיין פייל, מיר וועלן ברענגן א משל, א מענטש האט אמאל אנגערופן און אנגעפרעגט פרטים אויף א געוואוסע זעלטענע גענעטישע מחלה, און בתוך הדברים האט דער דור ישרים ארבעטער פארשטאנען אז עס איז דא א מעגליכקייט אז דער איד וויל עס וויסן צוליב דעם וואס איינער אין זיין משפחה האט דאס, וועט ער דאן מאכן אן הערה אויף יענעם'ס פייל אז מען דארף אים נאך פרעגן דערוועגן, אמאל וועט מען אים רופן גלייך נאכדעם און אנטראגן צו קומען זיך איבערטעסטן בחינם און אויספרעגן די פרטים ארום די מקרה, כדי עס זאל ח"ו נישט שאטן לדורות הבאים, און אמאל אויב דער איד איז אומבאקוועם צו רעדן אדער צוליב אנדערע סיבות וועט מען עס איבערלאזן אויף ביז א שידוך וואס דאן וועט מען פראבירן די מערסטע וואס שייך צו מאכן זיכער אז די פרקטים זענען קלאר און אז דער שידוך קען גיין, דאס איז א זאך וואס קען נאר געטון ווערן דורך א מענטש צוליב דעם וואס עס ווערט נישט אריינגעלייגט אלס פאקט נאר אלס חשד וואס מען דארף מברר זיין.

דאס איז נאר א משל, עס איז דא גאר אסאך מציאות'ן וואס דארף האבן אן עכטע מענטש זאל זען דעם גאנצן פייל און קענען אביסל ארומקוקן ביי משפחה, כדי צו מאכן זיכער אז ווען ער זאגט אז די שידוך קען גיין ווייטער זאל עס זיין מיט די מערסטע פארזיכערונג וואס דור ישרים איז אומשטאנד צו ברענגן, די זאכן קענען נישט געטון ווערן דורך א קאמפיוטער סיסטעם.

בכלל פארשטיי איך נישט וואס דער טענה איז, יעדע דאקטער ווען ער שיקט דיר פאר א בלוט טעסט, און די רופפסט אריין דעם סעקרעטאר פרעגן צו די רעזאלטס איז שוין אנגעקומען, אדער ביי די מער פארגעשריטענע זעסטו אין די פארטעל אז די רעזאלטס זענען שוין דא, דאך וועט דער סעקרעטאר דיר קיינמאל נישט איבערגעבן קיין אינפארמאציע איבער די רעזאלטס ביז דער דאקטער קוקט עס נישט איבער, איי די ווייסט שוין לאנג די ענטפער'ס דורך'ן גוגל, און פארוואס זאל מען נישט אויסשטעלן א סיסטעם אז דער קאמפיוטער זאל ארויסגעבן א פונקליכע רעזאלט לויט'ן בלוט טעסט, נאר און דער רפואה וועלט איז אנגענומען אז דער קאמיוטער קען טאקע זייער אסאך, אבער דאך דארף מען האבן מענטשן זאלן עס וועריפייען, יעצט דור ישרים איז נאך מער קאמפלעצירט עס דארף מעטשן צוויי מענטשן צוזאמען, פארוואס טראכסטו אז דער נארמאלע וועג זאל זיין צו עס מאכן אטאמאטיש.

די איינציגסטע זאך וואס מען וואלט געדארפט בעטן פון דור שירים צו טון איז צו צוזאמען שטעלן די אמעריקאנע אפיס מיט די א"י אפיס, וואס דאן וועט מען זיין עוועילעבל אסאך מער שעות.

דאס האט אויך שטארקע שווערקייטן צוליב דעם וואס אין די אמעריקאנע אפיס זיצן מענטשן וואס קענען נישט קיין העברעעיש און אין די א"י אפיס זיצן מענשטן וואס קענען נישט קיין ענגליש (אדער אפי' אידיש...), וואס דעריבער וועט זיין זייער שווער זיך צו פארשטיין און עס וועלן ח"ו ארויסקומען טעותים אבער איך גלייב אז מען קעען טרעפן אמעריקאנע וואס זאלן ארבעטן אין א"י פר די אמעריקאנע אריינרופער, און א"י'דיגע וואס זאלן ארבעטן אין אמעריקא, דארף מען זיי טאקע שטיפן דאס צו מאכן.

יעצט היות די תגובה איז שוין זייער לאנג וועל איך מיר דערווייל אפשטעלן דא, איך וויל נאך ענפערן אויף אנדערע שאלות און טענות וואס מענטשן האבן געהאט ווי סוואבס, אנווערפן, די טעסט דורך די אינשורענס, ריסורטש, וכו'
איך האב פאר אייך נייעס אז די ארץ ישראל אפיס ארבעט יא מיט די אמעריקאנע,זייערע ארבעטערס זענען אמעריקאנע מיט פליסיגע ענגליש
אוועטאר
היטשינער
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 3:48 pm
לאקאציע:שעפעלע בארג

Re: מיינונג: דור ישרים ענטפער סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היטשינער »

דאנק און לויב האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 1:53 pm
היטשינער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 12:46 pm
א
איך האב פאר אייך נייעס אז די ארץ ישראל אפיס ארבעט יא מיט די אמעריקאנע,זייערע ארבעטערס זענען אמעריקאנע מיט פליסיגע ענגליש
ניין עס ארבעט נישט צוזאמען און די ארבעטערס דארט קענען נישט קיין פליסיגע ענגליש, ביודעי ומכירי...
עס איז נישט קיין עבירה צו האבן א יצר הרע
עס איז אן עבירה צו פאלגן דעם יצר הרע
(הגה"צ ר' יעקב מאיר שכטער שליט"א)


בליגסטע טיקעטס און האטעל פרייזן קליק דא
דאנק און לויב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:25 pm

Re: מיינונג: דור ישרים ענטפער סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנק און לויב »

היטשינער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 2:06 pm
דאנק און לויב האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 1:53 pm
היטשינער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 12:46 pm
א
איך האב פאר אייך נייעס אז די ארץ ישראל אפיס ארבעט יא מיט די אמעריקאנע,זייערע ארבעטערס זענען אמעריקאנע מיט פליסיגע ענגליש
ניין עס ארבעט נישט צוזאמען און די ארבעטערס דארט קענען נישט קיין פליסיגע ענגליש, ביודעי ומכירי...
איך קען נישט צופיל רעדן, אבער מיודעי ומכירי אז יא ... טאקע פאר די סיבה פון אנדערע שעות ארבעט מען האנט ביי האנט
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4564
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: מיינונג: דור ישרים ענטפער סיסטעם - אן עוולה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

latter האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 11:07 pm
איר מיזט זיי נישט ניצן.
אה איר האט נישט קיין צווייטן אקעי איר קענט גיין קאמפעטישן.
איך בין נישט אזוי זיכער...
א עסקן בעניני רפואה האט מיר דערציילט אז ער האט געוואלט מסדר זיין א וועג צו קענען טעסטען איבער הונדערט גענעטישע זאכן אויב מען איז א קעריער, און די טעסט וואלט געווארן באצאלט פון פידעליס, אבער מען האט אים געבלאקט. ואכמ"ל.
אוועטאר
מענדל זאב
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 19, 2021 11:19 pm

Re: מיינונג: דור ישרים ענטפער סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדל זאב »

נאך אן אינטערעסאנטע אנעקדאט
דור ישרים דארף קענען אין צוזאם שטעלן א דעטע-בעיס פון אלע (כמעט) בחורים אין מיידלעך פון טריי סטעיט וואס זענען אוועילעבל פאר שידוכים
וואס אזא זאך קען זייער אסאך ארויסהעלפן אין די שדכנים ליין. . .
(מקען עס אפטיילן אינגאנצען פון די טעסטינג דיפאט. אז אלע אנדערע אינפארמעישן זאל בלייבן קאנפידענטשעל)
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: מיינונג: דור ישרים ענטפער סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

מענדל זאב האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 4:01 pm
נאך אן אינטערעסאנטע אנעקדאט
דור ישרים דארף קענען אין צוזאם שטעלן א דעטע-בעיס פון אלע (כמעט) בחורים אין מיידלעך פון טריי סטעיט וואס זענען אוועילעבל פאר שידוכים
וואס אזא זאך קען זייער אסאך ארויסהעלפן אין די שדכנים ליין. . .
(מקען עס אפטיילן אינגאנצען פון די טעסטינג דיפאט. אז אלע אנדערע אינפארמעישן זאל בלייבן קאנפידענטשעל)
שדכנים ועד האט אזא ליסט פאר די פאבליק
דאנק און לויב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:25 pm

Re: מיינונג: דור ישרים ענטפער סיסטעם - אן עוולה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנק און לויב »

נחוניא האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 3:52 pm
latter האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 11:07 pm
איר מיזט זיי נישט ניצן.
אה איר האט נישט קיין צווייטן אקעי איר קענט גיין קאמפעטישן.
איך בין נישט אזוי זיכער...
א עסקן בעניני רפואה האט מיר דערציילט אז ער האט געוואלט מסדר זיין א וועג צו קענען טעסטען איבער הונדערט גענעטישע זאכן אויב מען איז א קעריער, און די טעסט וואלט געווארן באצאלט פון פידעליס, אבער מען האט אים געבלאקט. ואכמ"ל.
ער האט געהאט ערענסטע "אנגענומענע" חסידישע רבנים וואס האבן אים געגעבן א הסכמה דאס צוטין? לאזט זיך נישט גלייבן אז יא
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4898
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: מיינונג: דור ישרים ענטפער סיסטעם - אן עוולה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

דאנק און לויב האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 4:19 pm
נחוניא האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 3:52 pm
latter האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 11:07 pm
איר מיזט זיי נישט ניצן.
אה איר האט נישט קיין צווייטן אקעי איר קענט גיין קאמפעטישן.
איך בין נישט אזוי זיכער...
א עסקן בעניני רפואה האט מיר דערציילט אז ער האט געוואלט מסדר זיין א וועג צו קענען טעסטען איבער הונדערט גענעטישע זאכן אויב מען איז א קעריער, און די טעסט וואלט געווארן באצאלט פון פידעליס, אבער מען האט אים געבלאקט. ואכמ"ל.
ער האט געהאט ערענסטע "אנגענומענע" חסידישע רבנים וואס האבן אים געגעבן א הסכמה דאס צוטין? לאזט זיך נישט גלייבן אז יא
צו טון וואס? נעמען באצאלט פון אינשורענס? פארוואס דען נישט?

אז דו ביסט יא פערזענליך באקאנט מיט זיי, פארוואס טאקע נעמען זיי נישט קיין אינשורענענס? זענען זיי נישט אנערקענט אלס לעב?
וויליאמסבורגער דירות
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 25, 2021 7:47 pm

Re: מיינונג: דור ישרים ענטפער סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויליאמסבורגער דירות »

היטשינער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 12:46 pm

ווען עס קומט צו ענטפערן איז די זאך נאך מער קאמפלעצירט צוליב דעם וואס אסאך מאל איז דא פרטים אויף א געוואוסע מענטש אדער משפחה וואס מען האט נאכנישט דערגרינטעוועט און עס ליגט ווי אן הערה אויף זיין פייל, מיר וועלן ברענגן א משל, א מענטש האט אמאל אנגערופן און אנגעפרעגט פרטים אויף א געוואוסע זעלטענע גענעטישע מחלה, און בתוך הדברים האט דער דור ישרים ארבעטער פארשטאנען אז עס איז דא א מעגליכקייט אז דער איד וויל עס וויסן צוליב דעם וואס איינער אין זיין משפחה האט דאס, וועט ער דאן מאכן אן הערה אויף יענעם'ס פייל אז מען דארף אים נאך פרעגן דערוועגן, אמאל וועט מען אים רופן גלייך נאכדעם און אנטראגן צו קומען זיך איבערטעסטן בחינם און אויספרעגן די פרטים ארום די מקרה, כדי עס זאל ח"ו נישט שאטן לדורות הבאים, און אמאל אויב דער איד איז אומבאקוועם צו רעדן אדער צוליב אנדערע סיבות וועט מען עס איבערלאזן אויף ביז א שידוך וואס דאן וועט מען פראבירן די מערסטע וואס שייך צו מאכן זיכער אז די פרקטים זענען קלאר און אז דער שידוך קען גיין , דאס איז א זאך וואס קען נאר געטון ווערן דורך א מענטש צוליב דעם וואס עס ווערט נישט אריינגעלייגט אלס פאקט נאר אלס חשד וואס מען דארף מברר זיין.
איז דאס אויסגעהאלטן? געפרעגט דעת תורה?
וויליאמסבורגער דירות
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 25, 2021 7:47 pm

Re: מיינונג: דור ישרים ענטפער סיסטעם - אן עוולה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויליאמסבורגער דירות »

לאנטש טיים האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 4:27 pm
דאנק און לויב האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 4:19 pm
נחוניא האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 3:52 pm
latter האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 11:07 pm
איר מיזט זיי נישט ניצן.
אה איר האט נישט קיין צווייטן אקעי איר קענט גיין קאמפעטישן.
איך בין נישט אזוי זיכער...
א עסקן בעניני רפואה האט מיר דערציילט אז ער האט געוואלט מסדר זיין א וועג צו קענען טעסטען איבער הונדערט גענעטישע זאכן אויב מען איז א קעריער, און די טעסט וואלט געווארן באצאלט פון פידעליס, אבער מען האט אים געבלאקט. ואכמ"ל.
ער האט געהאט ערענסטע "אנגענומענע" חסידישע רבנים וואס האבן אים געגעבן א הסכמה דאס צוטין? לאזט זיך נישט גלייבן אז יא
צו טון וואס? נעמען באצאלט פון אינשורענס? פארוואס דען נישט?

אז דו ביסט יא פערזענליך באקאנט מיט זיי, פארוואס טאקע נעמען זיי נישט קיין אינשורענענס? זענען זיי נישט אנערקענט אלס לעב?
זיי זאגו אז מען דארף האבן נעמען צו קלעימען אינשורענס און זיי זענען קאנפידענשל.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”