איבערבעטן פאר'ן אפלאזן א שידוך גלייך פאר'ן שליסן

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

איבערבעטן פאר'ן אפלאזן א שידוך גלייך פאר'ן שליסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

מאכט זיך ליידער... נישט אזוי אפט אבער גאנץ אפט, אז איין צד זאגט ניין פאר א שידוך ממש ווען מ'האלט שוין פאר'ן שליסן שידוך. ס'איז שוין פארגעקומען א בעשוי, די מחותנים האבן זיך שוין געטראפן, ס'האט שוין אויסגעזעהן ווי אט פאסירט עס, אבער למעשה האט איין צד געהאט ערנסטע ספיקות, און אין די לעצטע מינוט באשלאסן אז דאס איז נישט עפעס וואס מ'קען פארקוקן, און געלאזט וויסן אז אלץ איז פיין און וואויל אבער מ'קען נישט ממשיך זיין.

פארשטייט זיך אז דאס איז זייער ווייטאגליך פאר די באטרעפנדע, און אסאך מאל ווייסן שוין מענטשן דערפון און ס'קומט מיט א שפאר ביסל בזיונות דערמיט, ווער רעדט נאך אויב א בחור איז אהיימגעקומען פון ארץ ישראל און ער גייט צוריק אן גארנישט.

למעשה איז עס אבער א זאך וואס געשעהט און מ'קען גארנישט טוהן דערצו.

די שאלה איז, צו איינער ווייסט פון עקספיריענס, אדער געהערט פון א געדאנק וויאזוי מ'קען איבערבעטן די אנדערע צד נאך אזא אומאנגענעמע סיטואציע, זיי מאכן פילן אז אפילו מ'האט זיי אפגעזאגט און זייער שטארק וויי געטוהן נאכאלץ איז מען זיי מחשיב, און ס'איז בעצם גארנישט ראנג מיט זיי, די שידוך האט פשוט נישט געקלאפט.

אדער א מהלך וויאזוי מ'קען פארגיטיגן פאר די בחור אדער די מיידל פאר די צער און עגמ''נ וואס מ'האט זיי אנגעווערטשאפט, זיי זאלן פילן גוט און נישט אז יענער האלט אז איך בין ווערטלאז.

עני העלפ וויל בי גרעיטלי עפרישיעיטעד

דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.
גוט צו זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 30, 2021 4:09 pm

Re: איבערבעטן פאר'ן נישט ממשיך זיין א שידוך גלייך פאר'ן שליסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוט צו זיין גוט »

ערשטענס, דער אויסדרוק 'אפלאזן א שידוך' איז נישט פאסיג אהער, בעסער וואלט געווען עפעס אזעלכע ווערטער פון 'נישט-ממשיך-זיין' מיט'ן שידוך וכו'. ולגופו של ענין: שוין געהערט פון א פאל וואס דער צד וואס האט נישט געוואלט ממשיך זיין, האט, א צייט שפעטער, געשיקט דעם שדכן איבערבעטן.
דארט איז געווען די מעשה אז דער וואס האט אפגעלאזט האט נאכנישט געהאט א שידוך געטאן, און דער צווייטער שוין יא, און איז געווען פרייליך און צופרידן.
[די אנדערע צד האבן דאס געטאן פשוט שפירענדיג אז אפשר האלט דאס אפ; אבער למעשה איז דאס א גוטע עצה, טאקע אפשר מיט א שטיקל וויילע שפעטער, ווען די געפילן זענען שוין נישט אזוי שטורעמיש].
בכל אופן, - גראדע א טעמע געאייגענט פאר פרשת בשלח, אבער לאמיר האפן אז אלע אידן זאלן טוען שידוכים יעדער מיט זיין ריכטיגע און באשערטע, בנחת ובניקל.
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4057
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: איבערבעטן פאר'ן אפלאזן א שידוך גלייך פאר'ן שליסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

איך ווייס פון איינעם וואס א דור ישרים טעסט צוריקגעקומען נישט גוט נאכן בעשוי, עגמת נפש.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1577
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: איבערבעטן פאר'ן אפלאזן א שידוך גלייך פאר'ן שליסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

פארוואס דארף מען איבערבעטן? אויב טוט מען נארמאלע סטעפס און למעשה זעהט מען אז עס איז נישט פאסיג איז נישט.

אפשר איז שיין צו באצאלן די שדכן וואס האט שווער געארבייט.

א עצה עס זאל נישט פאסירן אזעלעכע ווייטאגן ווערטס נישט עקסיידעט ביי די לעצטע שטאפלען, מעלדט נאכנישט פאר דיין נאנטע ניטאמאל פאר די עלטערן/זיידעס און אוודאי גרייט נישט אן קיין לחיים, מען מאכט א באשוי פאר א סיבה. קיין סיבה זיך צו באליידיגען.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: איבערבעטן פאר'ן נישט ממשיך זיין א שידוך גלייך פאר'ן שליסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

גוט צו זיין גוט האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 5:37 pm
, געשיקט דעם שדכן איבערבעטן.
איך גלייב אז זיין קשיא איז נישט געווען איבער "שיקן איינעם איבערבעטן" פארדעם מאכט מען נישט קיין אסיפות
איך האב פארשטאנען ער רעדט איבער "ארויסווייזן" "מאכן פילן" פארגיטיגן"

ווען מען וויל "ארויסווייזן" "מאכן פילן" פאר א געווארענע שידוך שיקט מען מתנות
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1577
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: איבערבעטן פאר'ן אפלאזן א שידוך גלייך פאר'ן שליסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

בעריש'ל האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 5:41 pm
איך ווייס פון איינעם וואס א דור ישרים טעסט צוריקגעקומען נישט גוט נאכן בעשוי, עגמת נפש.
אוטש. מענטשען כאפן זיך נישט אז די זאכן טוט מען פאר א סיבה און עס איז דא מעגליכקייט אויף נישט גוטע ריזאלטס.

#טו זאכן מיט א רוהיגקייט כאפ נישט קיין הייסע לאקשן
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: איבערבעטן פאר'ן אפלאזן א שידוך גלייך פאר'ן שליסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

מנחם נחום האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 5:45 pm

שאר כאפט יעדער, ענד איט איז סטיל עגמת נפש
אוועטאר
American Dream
שר חמשת אלפים
תגובות: 5293
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

תגובה דורך American Dream »

ווען מענטשן וועלן נישט אזוי מורא האבן פון זיך טרעפן וועט מען נישט זיך דארפן איבערבעטן

דעס אז מענטשן מיינען אז נאכן זיך טרעפן מוז מען טון א שידוך איז א גרויסע חורבן
אוועטאר
American Dream
שר חמשת אלפים
תגובות: 5293
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: איבערבעטן פאר'ן אפלאזן א שידוך גלייך פאר'ן שליסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

בעריש'ל האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 5:41 pm
איך ווייס פון איינעם וואס א דור ישרים טעסט צוריקגעקומען נישט גוט נאכן בעשוי, עגמת נפש.
טאקע א גוטע וועג ארויס ווען עס געפעלט נישט א שידוך
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3660
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: איבערבעטן פאר'ן אפלאזן א שידוך גלייך פאר'ן שליסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

ווער מיט ווער איז אוועילעבל? אפשר קען מען ביידע מסדר זיין מיט אנדערע? איך ווייס עטליכע וואס זוכן..

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: איבערבעטן פאר'ן אפלאזן א שידוך גלייך פאר'ן שליסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

@מנחם נחום
מיר קוקט אויס ווי די הויפט קשיא דא איז נישט "וויאזוי צו פארמיידן אזעלכע סיטואציעס"

נאר
מאכן פילן אז אפילו מ'האט זיי אפגעזאגט און זייער שטארק וויי געטוהן נאכאלץ איז מען זיי מחשיב,
אדער א מהלך פאר די בחור אדער די מיידל פזיי זאלן פילן גוט און נישט אז יענער האלט אז איך בין ווערטלאז.
דאס איז אזא מין אידישע איידעלקייט וואס מענטשן האבן

איר האט אנדער פארשטאנען?
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1632
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: איבערבעטן פאר'ן אפלאזן א שידוך גלייך פאר'ן שליסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

מנחם נחום האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 5:43 pm
פארוואס דארף מען איבערבעטן? אויב טוט מען נארמאלע סטעפס און למעשה זעהט מען אז עס איז נישט פאסיג איז נישט.

אפשר איז שיין צו באצאלן די שדכן וואס האט שווער געארבייט.

א עצה עס זאל נישט פאסירן אזעלעכע ווייטאגן ווערטס נישט עקסיידעט ביי די לעצטע שטאפלען, מעלדט נאכנישט פאר דיין נאנטע ניטאמאל פאר די עלטערן/זיידעס און אוודאי גרייט נישט אן קיין לחיים, מען מאכט א באשוי פאר א סיבה. קיין סיבה זיך צו באליידיגען.
גא"מ, אויב די סיבה איז אז איינער געפעלט נישט דעם צווייטן דארף מען נישט איבערבעטן, פונקט פארדעם איז געמאכט א בעשוי, אויב אבער איז עס א זייטיגע זאך וואס האסט געקענט וויסען פארן צוגיין צום בעשוי, דארפסטו יא איבערבעטן פארן עגמת נפש!
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6650
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: איבערבעטן פאר'ן אפלאזן א שידוך גלייך פאר'ן שליסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

הרב יואל קליין האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 5:49 pm
ווער מיט ווער איז אוועילעבל? אפשר קען מען ביידע מסדר זיין מיט אנדערע? איך ווייס עטליכע וואס זוכן..
ערעב יואל צום פינטל!
יעצט וועלן די ביידע לכאורה גרינגער אראפקריכן פונעם בוים…
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1577
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: איבערבעטן פאר'ן אפלאזן א שידוך גלייך פאר'ן שליסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

יוד אלף האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 5:50 pm
@מנחם נחום
מיר קוקט אויס ווי די הויפט קשיא דא איז נישט "וויאזוי צו פארמיידן אזעלכע סיטואציעס"

נאר
מאכן פילן אז אפילו מ'האט זיי אפגעזאגט און זייער שטארק וויי געטוהן נאכאלץ איז מען זיי מחשיב,
אדער א מהלך פאר די בחור אדער די מיידל פזיי זאלן פילן גוט און נישט אז יענער האלט אז איך בין ווערטלאז.
דאס איז אזא מין אידישע איידעלקייט וואס מענטשן האבן

איר האט אנדער פארשטאנען?
א וודאי אויב האט מען געמיינט אז מען גייט שוין טון די שידוך ווייס איך נישט ווי אזוי מען קען צוריקדרייען יעצט.

די עצה איז צו זאגן פאר די בחור/מיידל פארדעם אז א באשוי מיינט נישט עס גייט ווערן עס איז א חלק פון די פראצעדור און פונקט ווי דו ווילסט זעהן יענעם וויל יענער דיר אויך זעהן און עס איז א מעטער אויף טעיסט און אז דו געפעלסט נישט פאר יענעם מיינט בכלל נישט אז עפעס איז ראנג מיט דיר.
אוועטאר
holy yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 12, 2021 5:17 pm

Re: איבערבעטן פאר'ן אפלאזן א שידוך גלייך פאר'ן שליסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך holy yid »

אויב איינע פון די צוויי צדדים עס ארויסגעליעקט צו דו גאס כדי די צווייטע צד זאל האבן פרעששער צו טוהן די שידוך וואלט איך געזאגט אז מ'דארף איבערבעיטן,
א איד איז הייליג, מען דארף היטן זיך נישט צי פארשמירן, און אפילו א פארשמיערטע איד, איז א הייליגע איד וואס דארף א וואש.

קרעדיט
@וועלטס מבין
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1577
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: איבערבעטן פאר'ן אפלאזן א שידוך גלייך פאר'ן שליסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

holy yid האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 5:55 pm
אויב איינע פון די צוויי צדדים עס ארויסגעליעקט צו דו גאס כדי די צווייטע צד זאל האבן פרעששער צו טוהן די שידוך וואלט איך געזאגט אז מ'דארף איבערבעיטן,
דאס איז א דאך א דבר פשוט. און ביי די וועי זאלסט קיינמאל נעמען די פרעשור אז משפחה קאלט דיר ווינטשן מזל טוב זאג פלעין קאלט אז דו האסט נישט געטון קיין שידוך.

אין ביזנעס זאגט מען אלס א דיעל וואס דו מיזט טון יעצט אז נישט וועט עס אוועק פליען זאלסטו עס טאקע לאזן אוועק פליען די זעלבע ביי א שידוך וואס איז די יאגעניש? אה יענער האט מורא איך וועל געוואר ווערן עפעס זאכן... נא נא לאמיר זיך טאקע בעסער נאכפרעגן גיב מיר נאך א וואך...
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1577
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: איבערבעטן פאר'ן אפלאזן א שידוך גלייך פאר'ן שליסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

יוד אלף האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 5:46 pm
מנחם נחום האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 5:45 pm
בעריש'ל האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 5:41 pm
איך ווייס פון איינעם וואס א דור ישרים טעסט צוריקגעקומען נישט גוט נאכן בעשוי, עגמת נפש.
אוטש. מענטשען כאפן זיך נישט אז די זאכן טוט מען פאר א סיבה און עס איז דא מעגליכקייט אויף נישט גוטע ריזאלטס.

#טו זאכן מיט א רוהיגקייט כאפ נישט קיין הייסע לאקשן
שאר כאפט יעדער, ענד איט איז סטיל עגמת נפש
א מענטש טוט צודרייטע זאכן און נאכדעם האט ער עגמת נפש עס איז זייער ווייטאגליך אבער וואס קען מען טון? נעקסטיים זיי נישט קיין חכם.
א בחור און מיידל זאלן רעדן צוזאמען פאר די דור ישרים ריזאלטס איז נעקסט לעוועל טיפשות און גרעניץ זיך מיט רשעות כלפי די מדובר און מדוברת.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33446
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: איבערבעטן פאר'ן אפלאזן א שידוך גלייך פאר'ן שליסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

מנחם נחום האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 5:55 pm
יוד אלף האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 5:50 pm
@מנחם נחום
מיר קוקט אויס ווי די הויפט קשיא דא איז נישט "וויאזוי צו פארמיידן אזעלכע סיטואציעס"

נאר
מאכן פילן אז אפילו מ'האט זיי אפגעזאגט און זייער שטארק וויי געטוהן נאכאלץ איז מען זיי מחשיב,
אדער א מהלך פאר די בחור אדער די מיידל פזיי זאלן פילן גוט און נישט אז יענער האלט אז איך בין ווערטלאז.
דאס איז אזא מין אידישע איידעלקייט וואס מענטשן האבן

איר האט אנדער פארשטאנען?
א וודאי אויב האט מען געמיינט אז מען גייט שוין טון די שידוך ווייס איך נישט ווי אזוי מען קען צוריקדרייען יעצט.

די עצה איז צו זאגן פאר די בחור/מיידל פארדעם אז א באשוי מיינט נישט עס גייט ווערן עס איז א חלק פון די פראצעדור און פונקט ווי דו ווילסט זעהן יענעם וויל יענער דיר אויך זעהן און עס איז א מעטער אויף טעיסט און אז דו געפעלסט נישט פאר יענעם מיינט בכלל נישט אז עפעס איז ראנג מיט דיר.
איך כאפ נישט דיין צוגאנג דערצו.

קענסט נישט פארשטיין אז איינער זאל ווערן וויי געטוהן אז ער געפעלט נישט פאר א צווייטן (און נאך אין א סענסיטיווע זמן פון שידוכים, וואס ווער ווייסט וואס יענעם האט נישט געפאלן פון אים און דאס גייט געשען ביי יעדן...)? האט נישט קיין שייכות דאס אז מ'ווייסט אז מ'מוז נישט ענדיגן דער שידוך וועגן מ'האט זיך געטראפן אדער וועגן די גאס ווייסט.

מיינט נישט אז מ'האט געטון עפעס שלעכט. מיינט נישט אז מ'האט בא'עוולה'ט איינעם. מיינט נישט אז מ'גייט נענש ווערן. סימפעלי מיטגעפיל פון א איד אויף א אידישער ברידער אז ער האט יענעם - אומדירעקט און אן קיין שלעכטע כוונה/מעשה - גורם געווען עגמת נפש.
לעצט פארראכטן דורך קנאפער ידען אום דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 6:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2504
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: איבערבעטן פאר'ן אפלאזן א שידוך גלייך פאר'ן שליסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

מנחם נחום האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 5:43 pm
פארוואס דארף מען איבערבעטן? אויב טוט מען נארמאלע סטעפס און למעשה זעהט מען אז עס איז נישט פאסיג איז נישט.
כ'געדענק אז ביי בין אדם לחברו, אפילו מ'איז 1000% גערעכט, אויב מ'האט גורם געוווען א צער פאר א צווייטן, בעט מען איבער
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: איבערבעטן פאר'ן אפלאזן א שידוך גלייך פאר'ן שליסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

מנחם נחום האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 5:55 pm
יוד אלף האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 5:50 pm
@מנחם נחום
מיר קוקט אויס ווי די הויפט קשיא דא איז נישט "וויאזוי צו פארמיידן אזעלכע סיטואציעס"

נאר
מאכן פילן אז אפילו מ'האט זיי אפגעזאגט און זייער שטארק וויי געטוהן נאכאלץ איז מען זיי מחשיב,
אדער א מהלך פאר די בחור אדער די מיידל פזיי זאלן פילן גוט און נישט אז יענער האלט אז איך בין ווערטלאז.
דאס איז אזא מין אידישע איידעלקייט וואס מענטשן האבן

איר האט אנדער פארשטאנען?
א וודאי אויב האט מען געמיינט אז מען גייט שוין טון די שידוך ווייס איך נישט ווי אזוי מען קען צוריקדרייען יעצט.

די עצה איז צו זאגן פאר די בחור/מיידל פארדעם אז א באשוי מיינט נישט עס גייט ווערן עס איז א חלק פון די פראצעדור און פונקט ווי דו ווילסט זעהן יענעם וויל יענער דיר אויך זעהן און עס איז א מעטער אויף טעיסט און אז דו געפעלסט נישט פאר יענעם מיינט בכלל נישט אז עפעס איז ראנג מיט דיר.
קיינער האט נישט געמיינט
מען האט געזאגט, מען האט פארשטאנן, מען פארשטייט נאך אלץ, אחרי ככלות הכל פילט יעדער זויער, זייער נארמאל
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: איבערבעטן פאר'ן אפלאזן א שידוך גלייך פאר'ן שליסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

מנחם נחום האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 6:11 pm
יוד אלף האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 5:46 pm
מנחם נחום האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 5:45 pm
בעריש'ל האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 5:41 pm
איך ווייס פון איינעם וואס א דור ישרים טעסט צוריקגעקומען נישט גוט נאכן בעשוי, עגמת נפש.
אוטש. מענטשען כאפן זיך נישט אז די זאכן טוט מען פאר א סיבה און עס איז דא מעגליכקייט אויף נישט גוטע ריזאלטס.

#טו זאכן מיט א רוהיגקייט כאפ נישט קיין הייסע לאקשן
שאר כאפט יעדער, ענד איט איז סטיל עגמת נפש
א מענטש טוט צודרייטע זאכן און נאכדעם האט ער עגמת נפש עס איז זייער ווייטאגליך אבער וואס קען מען טון? נעקסטיים זיי נישט קיין חכם.
א בחור און מיידל זאלן רעדן צוזאמען פאר די דור ישרים ריזאלטס איז נעקסט לעוועל טיפשות און גרעניץ זיך מיט רשעות כלפי די מדובר און מדוברת.
וואס איז די "בער" צו רעדן צו איינעם מען מעג רעדן צו איינעם אין גארנישט זאל נישט ווערן
עס קען צוריקגיין, און עס איז נארמאל צו פילן זויער
און עס איז שיין אז א נארמאלע מענטש זיכט עס צו קאמפארטן

וואס פארשטיי איך נישט דא?
אוועטאר
בשר ודגים
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 8:47 pm

Re: איבערבעטן פאר'ן אפלאזן א שידוך גלייך פאר'ן שליסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשר ודגים »

מנחם נחום האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 5:43 pm

א עצה עס זאל נישט פאסירן אזעלעכע ווייטאגן ווערטס נישט עקסיידעט ביי די לעצטע שטאפלען, מעלדט נאכנישט פאר דיין נאנטע ניטאמאל פאר די עלטערן/זיידעס און אוודאי גרייט נישט אן קיין לחיים, מען מאכט א באשוי פאר א סיבה. קיין סיבה זיך צו באליידיגען.
זייער גוט געזאגט, מענטשן זאגן פאר אלע גאר נאנטע, מ'גרייט שוין אהן די קעיק און ברוינפן גלעזלעך, נאכדעם קען מען שוין אפי' נישט טראכטן גראד ווייל מ'פילט ווי מ'איז שוין אריין אין די זאך, און אפי' ער זעהט יעצט א קנייטש וואס שמעקט אים נישט מוז מען גיין ווייטער ווייל מ'האלט שוין דא און די זיידע איז שוין סייווי אויפ'ן וועג צום לחיים..
מ'טרינקט לחיים און מ'איז פריילאך און מ'גייט א קאראהוד
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1577
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: איבערבעטן פאר'ן אפלאזן א שידוך גלייך פאר'ן שליסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

יוד אלף האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 6:17 pm
מנחם נחום האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 6:11 pm
יוד אלף האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 5:46 pm
מנחם נחום האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 5:45 pm
בעריש'ל האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 5:41 pm
איך ווייס פון איינעם וואס א דור ישרים טעסט צוריקגעקומען נישט גוט נאכן בעשוי, עגמת נפש.
אוטש. מענטשען כאפן זיך נישט אז די זאכן טוט מען פאר א סיבה און עס איז דא מעגליכקייט אויף נישט גוטע ריזאלטס.

#טו זאכן מיט א רוהיגקייט כאפ נישט קיין הייסע לאקשן
שאר כאפט יעדער, ענד איט איז סטיל עגמת נפש
א מענטש טוט צודרייטע זאכן און נאכדעם האט ער עגמת נפש עס איז זייער ווייטאגליך אבער וואס קען מען טון? נעקסטיים זיי נישט קיין חכם.
א בחור און מיידל זאלן רעדן צוזאמען פאר די דור ישרים ריזאלטס איז נעקסט לעוועל טיפשות און גרעניץ זיך מיט רשעות כלפי די מדובר און מדוברת.
וואס איז די "בער" צו רעדן צו איינעם מען מעג רעדן צו איינעם אין גארנישט זאל נישט ווערן
עס קען צוריקגיין, און עס איז נארמאל צו פילן זויער
און עס איז שיין אז א נארמאלע מענטש זיכט עס צו קאמפארטן

וואס פארשטיי איך נישט דא?
אלגעמיינע וועלט ביסטו אפשר גערעכט אבער ביי אונז חסידישע עולם וואס די סעקטעס זענען עקסטרעם צוטיילט און רעדן צו א פרעמדע מיידל סתם צו שמועסן איז די אפגעפרעגסטע זאך, גייט מען צאמשטעלן א פרעמדע בחור מיט אן אהערגעשטעלטע מיידל צו שמועסן ביי א טיש אין די צייט וואס עס איז דא א טשענס די דור ישרים שטימט נישט?
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1877
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: איבערבעטן פאר'ן אפלאזן א שידוך גלייך פאר'ן שליסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

בעריש'ל האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 5:41 pm
איך ווייס פון איינעם וואס א דור ישרים טעסט צוריקגעקומען נישט גוט נאכן בעשוי, עגמת נפש.
יא אבער דאס האט נישט די אלע אויבנדערמאנטע פראבלעמען
1 פינטעלע אמת איז זיסער ווי די זיסטע שקרים
ווארשע
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 06, 2015 9:10 pm

Re: איבערבעטן פאר'ן אפלאזן א שידוך גלייך פאר'ן שליסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארשע »

מ'דארף איבער בעטן פאר נישט אפשטעלן א שידוך וואס איז נישט פאסיג, פאר מ'ברעכט טעלער..
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”