איז די סופרים קאורט פאליטיש אומאפהענהיג?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אייער מיינונג איבער די סופרים קורט היינטיגע טעג

סופרים קורט איז דא ערליך צו אינפארסירן די קאנסטיטוציע, האט נישט קיין שמעק פון פאליטיק
26
23%
טאטאל פאליטיש מאנעווירט
62
55%
געווענליך אומאפהענהיג אויסער ווען עס קומט צו טראמפ
23
21%
געווענליך אומאפהענהיג אויסער ווען עס קומט צו ביידען
1
1%
סך הכל שטימען: 112

אוועטאר
כפרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4453
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: איז די סופרים קאורט פאליטיש אומאפהענהיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

איך פארשטיי נישט די פראגע, א נישט פארטייאישע פערזאן ווערט ניטאמאל נאמינירט פאר א ריכטער פאזיציע.

די נאמינאציע קומט פון א פארטייאישע פרעזידענט!
און די באשטעטיגונג קומט פון א פארטייאישע סענאט!
ווען און פארוואס זאלן זיי ווערן אומפארטייאיש.
א"ר יוחנן לעולם ישתדל אדם לרוץ לקראת מלכי ישראל, ולא לקראת מלכי ישראל בלבד, אלא אפילו לקראת מלכי עכו"ם, שאם יזכה יבחין בין מלכי ישראל למלכי עכו"ם.
אוועטאר
סתם א דעה
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 11:39 am

Re: איז די סופרים קורט פאליטיש אומאפהענהיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם א דעה »

רעגענדיג האט געשריבן:
סתם א דעה האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:
פמ"א

בעצם איז עס רעכט גענויגט, ס'איז נישט קיין סוד אז א שטארקע מאיאריטעט זענען רעפובליקאנע אפוינטיס, נאר וואס דען, אזוי ווי די לאנגיעריגע טראדיציע פון אמעריקאנע פאליטיק, ווי דעמאקראטן פייטן עד הסוף און וועלן בדרך כלל נישט נאכגעבן קיין הוא זה פאר די רעפובליקאנער און די רעפובליקאנער בדרך כלל זענען זיך כסדר מכניע פאר דעמס און געבן זיי נאך אויף פילע אישוס. די טראדיציע האט נישט איבערגעהיפט די סופרים קאורט, געווענליך טאקע וועלן זיי רולן לטובת רעפובליקאנער, אבער ס'מאכט זיך כסדר פעלער ווי זיי רולן קעגן די אינטערעסן פון די רעכטע זייט, און לאו דוקא ווען ס'קומט צו טראמפ. צ.ב. ביי פילע וואקסין מאנדאטן קעיסעס האבן זיי גערולט לטובת די לינקע אדער אפגעווארפן פארלאנגען פון רעכטע בכלל אויסצוהערן זייער קעיס, די זעלבע ביי די געריכטליכע קאמפן איבער די רידיסטריקטינג האבן זיי אויך אפגעווארפן פארלאנגען פון רעכטע סטעיטס, און ס'איז דא גענוג אזעלכע פעלער.
ווי איך פארשטיי, איז די שאלה נישט איבער אידילאגיע, אז א קאנסעוועטיווע טראכט קאנסעוועטיוו איז נישט פאליטיש, נאר דאס איז זיין אידילאגיע, און אזוי דארף זיין, מען מעג האבען א שיטה, און מען דארף פסק'ענען לויט ווי אזוי מען פארשטייט, געבויט אויף די אידילאגיע, נאר יש לדון אויב טייל מאהל ווערען זי פאפירט פון "פאליטיק", על אף עס איז נישט איינשטימעג מיט זיייער אידילאגיע.
זאג דו מיר, איז דען א וואקסין מאנדאט אין איינקלאנג מיט די קאנסערוואטיווע אידעאלאגיע? זיי האבן כסדר גערולט לטובת די וואקסין מאנדאטן. מיט די קאנסערוואטיווע אידיעאלאגיע שטימט עס זיכער נישט, אפשר מיט די קאנסערוואטיווע פאליטיק - ווי מ'גיבט כסדר נאך פארן קעגנער - שטימט עס יא.
יא יא, איך דינג מיר נישט מיט דיר, כ'האב מיך נאר באצויגען צו דיין הקדמה, אז בעצם איז עס רעכט גענויגט, וויל רוב זענען ריפאבליקאנער, האב איך ארויסגעברענגט אז דאס אז רעכטע טראכטען רעכט קומט אזוי, און דאס הייסט נישט רעכט גענויט ווען מ'איז דן די פאליטישע גנויגטקייט.
אוועטאר
סתם א דעה
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 11:39 am

Re: איז די סופרים קאורט פאליטיש אומאפהענהיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם א דעה »

כפרה האט געשריבן:
איך פארשטיי נישט די פראגע, א נישט פארטייאישע פערזאן ווערט ניטאמאל נאמינירט פאר א ריכטער פאזיציע.

די נאמינאציע קומט פון א פארטייאישע פרעזידענט!
און די באשטעטיגונג קומט פון א פארטייאישע סענאט!
ווען און פארוואס זאלן זיי ווערן אומפארטייאיש.

אז מ'האט עס נישט ארויס, וועליך איבערשרייבן.

א רעכטע טראכט רעכט, און א לינקע טראכט לינק, און אזוי דארף זיין, מען מעג האבען א שיטה, און פסק'ענען אזוי, דאס הייסט נישט פאליטיש.

יעדע פארטייי האט אידילאגיע און פאליטיק.

אידילאגיע דארף א ריכטער נוצען, פאליטיק נישט.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 12147
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: איז די סופרים קאורט פאליטיש אומאפהענהיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

@ריעל ניוז ..

נאך אביסעלע..
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”