קנאפער ידען האט געשריבן:מוטשע נישט האט געשריבן: וואס איז די תועלת פון די SSD?
עס איז א נייערע סארט הארד-דרייוו, וואס איז אסאך אסאך שנעלער ווי די אלטע הארד-דרייווס. און אזויווי אלע אנדערע זאכן מאכט עס שנעלער דער קאמפיוטער.
נישט סתם שנעלער, נאר טאקע א ריזיגער דיפערענץ. בעיקר ביים אנצינדן דעם קאמפיוטער (סטארט אפ) און ביים עפענען פראגראמען. קאמפיוטער'ס וואס נעמט זיך אנצוצינדן אנדערטהאלבן מינוט, קענען זיך פארשנעלערן ביז 15-20 סעקונדעס מיט אן SSD.
SSD פלעגט זיין גאר טייער אין אנהויב, ווי געווענליך יעדע נייע זאך, אבער אין לעצטערע יארן איז די פרייז שטארק געפאלן און עס איז פון די בעסטע אינוועסטמענטס אין א קאמפיוטער.
חוץ פון שנעלקייט, איז עס אויך שטילער, עס ווערט נישט הייס (עס ארבעט נישט מעכאניש ווי די HDD, נאר אזוי ווי פלעש מעמארי פון א USB דרייוו), עס ווערט אויך נישט געשעדיגט ווען עס טראסקעט אראפ, און נאך מעלות.
ועוד ידם נטוי', זיי מאכן עס כסדר שנעלער און קלענער.