ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
Notes
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 12:28 am

ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Notes »

ווי ס'איז באקאנט, איז אין די גוי'ישע וועלט פארהאן גאר גרויסע פאנדס וואס איז געצילט צו מאכען דעם המון עם מער ליבעראל, ווי די ביליאנערן (צ.ב.ש ביל געיטס, דשארדזש סאריוס) גיסען אריין גאר אסאך געלט, ווייל זיי האלטען אז דורך'ן מאכען דעם עולם מער נידריג, שמיציג, אין אומפראדאקטיוו, וועלען מענטשען נישט וועלען זיין סוקסעספול, אין אנשטאט צו זיכען צו זיין בעסער, וועט מען זיך באקוועם מאכען אין די פראבלעמען, אין נאר ווערן נידריגער, אין שוואכער, אין אינגאנצען באגראבן דו אייגענע כוחות הנפש, אזוי וועט דו המון עם זיין שטיל, אין מער נישט האבען קיין מיינונג, וועלען די ביליאנערן האבן דו מענאפעלי, אין קענען אלעס אויספירען לויט זייער אידילאגיע!!

אין דורך'ן אריין לייגען ביליאנען אין גויאישע מאוויס, האבן זיי מצליח געווען צו טוישן דו גאנצע מעסעדזשינג, אנשטאט עס זאל ברענגען צו א ספיריטשעל מעשה ווי איינער האט זיך ארויסגעדראפעוועט פון א פראבלעם, האט מען עס געטוישט צו בארעכטיגטע געפילען צו זיין אומסוקסעספול, בארעכטיגונג צו זיין נידריג, אין אויסגעריסן דאס גאנצער געפיל וואס ציהט צו נארמאליזעם!!

ווי אויך לערנט מען שוין מיט דו קליינע קינדער אין דו פובליק סקול'ס גאר געמיינע זאכען.. אז מ'זאל שוין לכתחילה אויסוואקסן אן קיין עדענטעטי, און מיט דעם געדאנקנגאנג אז דו וועלט "עקסעפט" "אלעס"...

און ליידער האבן זיי שוין היפש מצליח געוועהן, און געטוישט דו גויאישע גאס, פון א פלאץ וואס מען זוכט צו האבן א משפחה אין לעבן א רעספעקטירטער לעבן, צו א פלאץ וואס קיינער ווייסט נישט פון קיין צוקונפט אין מענטשליכקייט, און אנשטאט צו ארבייטן אויף זיך צו ווערן בעסער, מאכט מען זיך באקוועם אין די אייגענע פראבלעמען, ווייל יעדער איז אזוי, און ווייל ווער זאגט אז לעבן מיט א ציל איז סוקסעס, אפשר איז ווי מער מען גיבט זיך נאך, ווי מער מען כאפט, אריין אלטס מער האט מען דערגרייכט!
...................
כלפי מה דברים אמורים, האב איך לעצטנס געטראכט צו מיר, אז מי יודע..? אפשר זענען אינזערע היימישע מאגאזינען אויך נשפע געווארן פון די מאלטי ביליען דאלערדיגען קאמפיין!!

נישט ח"ו אויף אזא לעוועל וואס זוכט שמוץ, אבער דער געדאנק פון "עקסעפטינג" און "בארעכטיגונג" פאר יעדע מצב, שרייט לעצטנס צו שטארק ארויס פון צווישן די שורות,

צו מיט די פארשידענע קאלעמס ווי גרויסע טאטעס זענען פארנומען מיט זייער "הערצעלע", און מיט זייערע אלטע ווייטאג'ן, און לערנען אויס אינזער יוגענטום ווי אזוי באמת צו "שפירן א טעם אין ווייטאג", און ווי טיפער די ווייטאג איז, אלטס א גרעסערע געשמאק שפירט מען...
(אין פאר ווער ס'באקאנט ווייסט, אז דאס איז איינע פון די גאר שטארקע זאכן וואס די ביליאנערן ווילען שטארק אריינברענגען איז, אז גרויסע טאטעס זאלן זיך אנפאנגען אפצוגעבן מיט זייער "הערצעלע" גענוי אזוי ווי א פרוי!!, אזוי וועט ער נישט טראכטן פון קיין פיוטשער, אין ער וועט נישט קענען זיין סוקסעספול, ווייל ער וועט זיך טינקען אין אלטע ווייטאג'ן..)

צו מיט די מעשות אין די באקאנטע מענטל העלט אויסגאבע, וואס ברענגט ארויס ווי שווערע לעבנס מענטשען גייען דורך, אבער אן א סוקסעספולע ענדע, אזוי ווי אלע מעשיות פלעגען אמאל גיין,

נישט ח''ו אז אינזערע אויסגאבעס האבן חלילה א מטרה מיט דעם, איך גלייב אז זיי כאפן נישט וואסערע אפעקט עס האט אויף דו יונגווארג, ווען מ'נעמט פיר גירושים אין מען מאכט זיי פאר אינזערע העלדן!! אנשטאט צו מאכן א תלמוד חכם, אדער א געלונגענע ביזנעס מאן, פאר אינזער העלד..
הגם עס קען טאקע זיין, אז טעכניש גערעדט זענען זיי אסאך גרעסערע העלדן..
פארשטייט אבער יעדער איינער אז פינקט ווי א איד א עם הארץ, וואס קומט פון רוסלאנד, און ער האט זיך געשלאגן פאר יודישקייט מיט מסירות נפש ממש!! טראץ וואס ער איז אסאך א גרעסערע העלד, ווי דער פשוטער דיין וואס איז אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג, מיט א גוטן קאפ אין קיינמאל נישט עכט געארבעט אויף זיך, אודאי איז דער רוסישער איד אסאך א גרעסערע העלד! אין קען טאקע זיין אז ער וועט באקומען אסאך א העכערע פלאץ אין גן עדן..
אבער יעדער פארשטייט אז אויף דעי וועלט ברויך מען לייגן אויפ'ן אויבן אן דעם דיין, און נישט דעם רוסישען, ווייל אויב וועט אונזער אויבן אן באשטיין פון "העלדישע" עם הארצים!! העמער נישט איבערבלייבן מיט קיין דורות...

און אז איר ווילט דוקא ברענגען עכטע האפענונג פאר א גרוש, דאן מאך א אינטערוויא מיט א גרוש וואס האט פיין חתונה געהאט דו צווייטע מאל, אין האט א שיינע שטוב, דאן האסטו עכט געהאלפן דעם באטראפענעם!! אבער ווען דו ברענגסט סתם אן אינטערוויא מיט א פערציג יעריגער גרוש, אין דו ביסט מסביר אז עס איז נישט קיין פראבלעם, דאן האסטו אים געהאלפן בלייבן אין זיך באקוועם מאכן אין זיין צרה,

אודאי איז דא א טענה אז מ'דארף אראפ נעמען סטיגמע'ס, אלעס זייער שיין אין וואויל, מ'ברויך אבער אויך קוקען אויף דו אנדערע זייט, דו שאדן וואס עס ברענגט מיט זיך...

ווייל דו פאקט איז, אז א מענטש וויל זיין ארויפגעקוקט אין זיין סעסייעטי.. און ווען ער זעיט אז דא איז ארויפגעקוקט איינער וואס ארבעט אויף זיך, און ער איז סוקסעספול, דעמאלטס נוצט ער אלע זיינע כחות הנפש, ארויסצוקריכען פון זיינע פראבלעמען, אין ווערן סוקסעספול..
אבער ווען ס'ווערט א סאסייעטי וואס, ווי מער פעין דו האסט, אלטץ מעכטיגער ווערסטו.. דאן פארוואס..? און פארוועם..? זאלעך מיך אנשטרענגען..!

ווער ווייסט וויפיל פון די בחורים, (אייבישטער'ס צדיקים'ליך😝) וואס דרייען זיך אויפן גאס, וואלטן זיך אנגעשטרענגט צו זיין א נארמאלע מענטש, ווען נישט זיי ווייסן אז, סעסייטי בארעכטיגט יעדן'ס געפילען!!

ווער ווייסט וויפיל גיטין וואלטן געווארן אויסגעמיידט, ווען נישט ער ווייסט אז, ער ווערט יעצט כלל ישראל'ס העלד!!

אינדערצייט וואס אמאל, איז א גט געווען די פערטע פלאן..

1) די ערשטע פלאן איז געווען די מעריזש זאל גוט ארבייטן!
2) די צוויטע איז געווען, צו ארבייטן אויף זיך אין עס מאכן ארבייטן!
3) אין אויב עס האט נאכאלץ נישט געהאלפן, איז געווען דו דריטע אפשען פון לעבן אן דו בעסטע שלום בית!!
4) אבער אין גאר שווערע פעלער, איז געוועהן גאר א אומבאקוועמע אפציע, וואס ווערט גערופן ג-ט!!

היינט צוטאגס איז ליידער דא "צוויי" אפשענס

1) אדער קליקט מיין מעריזש
2) אדער ווערעך א גרוש!!

אין יעצט וויל איך צו ענדיגען, מיט א רוף צו אלע אינזערע סטיגמע קלינערס.. אין צו אלע אינזערע ווארנעבעל שרייבערס אין מגידים.. זייט מוחל אין קוקט ענק אום, אין ענטפערט מיר ביטע וועמען העלפן ענק, מיט'ן מאכען יעדעם איינעם שפירען "באקוועם" אין זיין תפיסה!! ווען אין דו זעלבע צייט, קענט איר עוסק זיין אין פדיון שבוים ממש!
אין געבן הדרכה ווי אזוי ארויס צו גיין פון דו אייגענע תפיסה... אויפקלערן פארוואס עס לוינט זיך אליינס אויסצולייזן פון תפיסה..
(נישט אזוי ווי דער וואס האט מורא צו זאגען פאר זיין חבר, אז דו האסט אן א שלאף קאפעל!😛ווייל זיין חבר גייט שפירן זייער אומבאקוועם..)

און דעמאלטס האט איר יענעם עכט געהאלפען, אין איר וועט דעמאלטס, עכט האבן א חלק אין זיינע דערגרייכונגען....
לעצט פארראכטן דורך Notes אום מוצ"ש פעברואר 03, 2024 7:34 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

הייליגע ווערטער

לגבי דיין פראגע:
יא. מיר ווערן (ליידער) נשפע פון די גוים.
פונקט ווי די אידן אין אמעריקע פאר די קריג, זענען ליידער נשפע געווארן פון די גאס, דרינגט עס אריין ביי אונז, למחצה לשליש ולרביע.

צו די צייטונגגען / מאגאזינען זענען שולדיג…
קוק נאר די עדס. ואידך זיל גמיר.

א גועל נפש.
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1324
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

שוין יאארן נישט געליינט אזא גוטס..
אמת'ע נקודה (עכ''פ איך האלט אזוי..)
און אייזן דעליווערט!

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]

און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1324
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

קיסריה האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 4:04 pm
הייליגע ווערטער

לגבי דיין פראגע:
יא. מיר ווערן (ליידער) נשפע פון די גוים.
פונקט ווי די אידן אין אמעריקע פאר די קריג, זענען ליידער נשפע געווארן פון די גאס, דרינגט עס אריין ביי אונז, למחצה לשליש ולרביע.

צו די צייטונגגען / מאגאזינען זענען שולדיג…
קוק נאר די עדס. ואידך זיל גמיר.

א גועל נפש.
גוט געזאגט, קורץ און שארף!

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]

און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
אוועטאר
חיים יצחק
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 12:31 pm

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יצחק »

היינט פערצופאל האט מוסדות סאטמאר און וויליאמסבורג אהיים געשיקט צעטלעך מיט די קינדער אז מען טאר נישט קויפן די מאגאזינען..

יעצט אפ געזען צו זיי זענען גערעכט צו נישט ( וואס לכאורה זענען זיי הייליג גערעכט!) הרט מען אזוי בעקיפין אריין געריקט די קינדער אין די מערכה און ליידער זייער אסאך קויפן די מאגעזינען און דאס גייט שיקן א שלעכטע מעסעדזש פארן קינד .. ווייל די שכל זאגט אז זייער אסאך עלטערן גייען עס ווייטער קויפן און דאס קינד זעט אז מען פייפט אויפן סיסטעם..
שוין
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2018 12:52 pm

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוין »

Notes האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 3:51 pm
ווי ס'איז באקאנט, איז אין די גוי'ישע וועלט פארהאן גאר גרויסע פאנדס וואס איז געצילט צו מאכען דעם המון עם מער ליבעראל, ווי די ביליאנערן (צ.ב.ש ביל געיטס, דשארדזש סאריוס) גיסען אריין גאר אסאך געלט, ווייל זיי האלטען אז דורך'ן מאכען דעם עולם מער נידריג, שמיציג, אין אומפראדאקטיוו
באקאנט פארוועם?
יוסי בן-ציון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 10, 2023 10:45 pm

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסי בן-ציון »

שוין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 4:47 pm
Notes האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 3:51 pm
ווי ס'איז באקאנט, איז אין די גוי'ישע וועלט פארהאן גאר גרויסע פאנדס וואס איז געצילט צו מאכען דעם המון עם מער ליבעראל, ווי די ביליאנערן (צ.ב.ש ביל געיטס, דשארדזש סאריוס) גיסען אריין גאר אסאך געלט, ווייל זיי האלטען אז דורך'ן מאכען דעם עולם מער נידריג, שמיציג, אין אומפראדאקטיוו
באקאנט פארוועם?
פאר יעדעם!!!
די סעקאנד אממענדמענט איז דא צו היטן אויף די איבריגע אממענדמענטס. Alexander Hamilton
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1790
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע:BETWEEN

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

ווי זענט איר אזוי באקאנט? "ווי באקאנט"

כווייס נישט אלעס האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 6:58 pm
ווי זענט איר אזוי באקאנט? "ווי באקאנט"
סאמהאו זייט איך בין נישט באיינפליסט פון די אלע ראדיא טאלק שאוס (ע"ה) א שטייגער ווי ראוש לימבאו, שאון הענעטי, מייקל סעוועטזש, טאקער קארלסאן, מארק לעוין, אלעקס דזשאונס (כגעדענק שוין נישט די אנדערע שימות הנרדפים וואס כפלעג הערן מיינע פאליטישע חברים זיך קאכן און ישיבה... סליחה) אשע"כ די קאטש , עדעלסאון ברודער און נאך האבן נישט קיין וועג ווי זייערע ביליאנען זאלן מיך איינפליסן, בין איך נישט אזוי באקאנט און איבערצייגט....
אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1484
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

פתה"א

האסט שטארקע נקודות, שיין געשריבן,

אבער די
(אייבישטער'ס צדיקים'ליך😝)
מיט א ביטול
האט מיר זייער געבאדערט, ס'גיבט מיר די געפיל אז עס פעלט דיר אביסל פארשטאנד צו די מצב וואס גייט פאר ביים יונגן עולם (יא אונזערע צדיקים!)
עדיט:
און בכלל וואס גייט פאר ביי די מיטגעמאכטע אידן... Grow up
לעצט פארראכטן דורך דער צופרידענער חיים אום מוצ"ש פעברואר 03, 2024 11:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
#ווייל_איך_בּין_א_מיינד_פאון_איד

קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.

אוועטאר
אדלמאן
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 21, 2024 7:49 pm

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדלמאן »

לא'מיר לייגן אין א זייט וואס האסט אנגעכאפט ביל געיטס - דער פעיווארעט רשע פון אלע רעכטע קאנספיראציע דענקער. אבער דו שרייבסט א שטיקל תרתי דסתרי.

פון איין זייט רעדסטו זיך אפ אז מען איז באקוועם צו בלייבן מיטן פראבלעם, ומצד שני לויבסטו דעם אמאל ווען מ'איז געבליבן פארהייראט אבער אן קיין שלום בית. וואס איז יענס, אויב נישט בלייבן אן ארעסטאנט?
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2674
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע:אומאן!

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

האפפא.. עפעס זאגט איר... אהן אריין רעדן אין די ביליאנערן מיט זייערע אידעלאגיעס.. זאגט איר גאנץ א גוטע נקודה מיט די אלע וואלנערבול אינטערוויא... מאך אים נישט באקוועם אין זיין תפיסה...
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
יוסיפון
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 27, 2022 11:18 pm

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסיפון »

קען זיין די האסט א גיטע נקודה
אבער די דוגמה פון א גרוש איז זייער נישט און פלאץ
די פאקט איז אז גרושים פולן זיך ווי 2טע קלאס מענטשען
און קיין איין גרוש איז נישט דארט ווייל ער האט געוואלט דארט זיין , אין זענען על פי רוב די זעלבע נערמאלע מענטשען ווי יעדער איינער
אין דאס אז מען קוקט זיי אן ווי 2טע קלאס איז נישט יושרדיג,
אין סה"כ האט די ארטיקעל ארויס געברענגט אז מען זאל זיי נישט אראפ קוקען, די ארטיקעל האט נישט ארויס געברענגט אז זיי זענען די ארויפגעקיטע פינעם דור
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4532
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע:אויפן ראוד

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

די ערשטע האלב פונעם ארטיקל לייענט זיך ווי קאנספיראציע נאוועל און די צווייטע א זאפטיגע ארטיקל מיט וואלידע שטארקע נקודות
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2844
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

די ערשטע האלב א קאנספעראציע טעאריע פיקציע, די צווייטע האלב מיינד באגלינג איגנאראנץ און סעלפיש.
אוועטאר
יענקעלע סוחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 03, 2023 6:14 pm

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעלע סוחר »

הערליך!!! זייער שיין!!!
איך האלט אבער אז מ'מעג יא אמאל ארויפברענגען גרושים אלס העלדן, יעדער מעג ניצן חיזוק,
איך האלט נישט ס'הייסט זיך באגראבן אינעם פראבלעם
אוועטאר
עמית
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 11, 2022 4:01 am

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמית »

קרייסלער האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 8:34 pm
די ערשטע האלב פונעם ארטיקל לייענט זיך ווי קאנספיראציע נאוועל און די צווייטע א זאפטיגע ארטיקל מיט וואלידע שטארקע נקודות
ממש אזוי האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 8:58 pm
די ערשטע האלב א קאנספעראציע טעאריע פיקציע, די צווייטע האלב מיינד באגלינג איגנאראנץ און סעלפיש.
ס'איז דא אסאך מענטשן וואס פילן זיך זייער ברייט צו זאגן אז אלעס איז א קאנספיראציע טעאריע אבער וואס קען מען טון אז די זאכן זאגן זיי אליינס אז זיי טוען קענסט זיך פארמאכן די אויגן ווי א בת היענה
איך דארף נישט קיין היטש איך דארף אמיוניציאן
וולאדימיר זאלענסקי

דער צופרידענער חיים האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 7:17 pm
פתה"א

האסט שטארקע נקודות, שיין געשריבן,

אבער די
(אייבישטער'ס צדיקים'ליך😝)
מיט א ביטול
האט מיר זייער געבאדערט, ס'גיבט מיר די געפיל אז עס פעלט דיר אביסל פארשטאנד צו די מצב וואס גייט פאר ביים יונגן עולם (יא אונזערע צדיקים!)
א צדיק האט א דעפינישן א סטראגלינג בחור קען זיין זייער וואויל און געשעצט ביים באשעפער און וואס נאך די ווילסט קען זיין ער גייט באקומען מער שכר פארן זיך שטארקן אויף זיינע נסיונות ווי אנדערע פשוטע יודן און אפילו צדיקים אבער ער גייט נישט אריין און די הגדה ביי דעפינישן אזויווי איך און די גייען נישט אריין
איך דארף נישט קיין היטש איך דארף אמיוניציאן
וולאדימיר זאלענסקי
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1728
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

Notes האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 3:51 pm
לענ''ד פעלט דא אביסל הבנה אין תורת הנפש און עמאציאנאלע תכונות.
1 פינטעלע אמת איז זיסער ווי די זיסטע שקרים
ירוחם פישל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

צופראסקעט ביז גאר (סארי)
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1728
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

די לעבן אן שלום בית ווי איר ברענגט ארויס, דאס האט געברענגט די פראבלעמען פון וואס איר רעדט.
1 פינטעלע אמת איז זיסער ווי די זיסטע שקרים
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4532
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע:אויפן ראוד

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

עמית האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 9:32 pm
קרייסלער האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 8:34 pm
די ערשטע האלב פונעם ארטיקל לייענט זיך ווי קאנספיראציע נאוועל און די צווייטע א זאפטיגע ארטיקל מיט וואלידע שטארקע נקודות
ממש אזוי האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 8:58 pm
די ערשטע האלב א קאנספעראציע טעאריע פיקציע, די צווייטע האלב מיינד באגלינג איגנאראנץ און סעלפיש.
ס'איז דא אסאך מענטשן וואס פילן זיך זייער ברייט צו זאגן אז אלעס איז א קאנספיראציע טעאריע אבער וואס קען מען טון אז די זאכן זאגן זיי אליינס אז זיי טוען קענסט זיך פארמאכן די אויגן ווי א בת היענה
איך ווייס אויך אז די לינקע גויאישע וועלט איז שרעקליך און איך ווייס אויך אז די האליוואוד אינדוסטרי איז א סוער פייפ וואס פארדארבט די יוגענט און פון דא ביזן זאגן אז ביל געיטס שטייט דערונטער ווייל ער וויל קאנטערלירן אמעריקא שטינקט הויעך פון קאנסיפראציע און הוילע פאנטאזיע

אגב ביל געיסט איז נישט אין די האליוואוד אינדוסטרי, אבער זאג עס אויס נישט פאר קיינעם עס קיינעם נאך באסטן די באלאן
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
שאול ידידיה
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 3:18 pm

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאול ידידיה »

ליטווישער האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 9:39 pm
Notes האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 3:51 pm
לענ''ד פעלט דא אביסל הבנה אין תורת הנפש און עמאציאנאלע תכונות.
הבנה אין תורת הנפש און עמאציאנאלע תכונות איז דא ארויסצוהעלפן די מענטש זיך גוט צו פארשטיין כדי זיך ארויסצוזען פון זיין סטראגל, נישט צו בלייבן דארטן בארעכטיגט
אוועטאר
פרומע לבוש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3161
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע:אין מיין רעזשוואלקע

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

גיי ווייס וואס ביל געיטס איז שולדיג אז עפעס א ניק איז פונקט געווען און די גוסטע אראפצורייסען די מאמענט...

עס איז דא א ספעציעלע דעזיגנירטע אשכול צו שרייבן די סארט מחאות, חוץ אויב עס איז פונקט יעצט פארשלאסן.. viewtopic.php?t=22418
לעצט פארראכטן דורך פרומע לבוש אום מוצ"ש פעברואר 03, 2024 10:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פרומע לבוש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3161
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע:אין מיין רעזשוואלקע

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

זאגט מיר טאקע לעצטענס א פרישע גרוש אז ער האט זיך בלויז ג'גט צו קענען זיין אויף די דעקל פון די מאמענט..

גיוו מי עי ברעיק...
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”