Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!
קאם אן... יעצט גייט ווערן א דעבאטע אויב ביל געיטס שטייט אונטער יעדע פראיעקט?קרייסלער האט געשריבן: ↑ מוצ"ש פעברואר 03, 2024 9:46 pmאיך ווייס אויך אז די לינקע גויאישע וועלט איז שרעקליך און איך ווייס אויך אז די האליוואוד אינדוסטרי איז א סוער פייפ וואס פארדארבט די יוגענט און פון דא ביזן זאגן אז ביל געיטס שטייט דערונטער ווייל ער וויל קאנטערלירן אמעריקא שטינקט הויעך פון קאנסיפראציע און הוילע פאנטאזיע
אגב ביל געיסט איז נישט אין די האליוואוד אינדוסטרי, אבער זאג עס אויס נישט פאר קיינעם עס קיינעם נאך באסטן די באלאן
די פאקט איז אז די 'ליבעראלא מאוומענט' - נישט קיין חילוק די גברא ווער עס איז - ארבעט מיט אלע כוחות און אויף אלע פראנטן צו איינזעצן דעם עולם אין א שרעקליכע שפלות. דאס אליינס איז שרעקעדיג פאר זיך.
אויב האט עס נאך באהאלטענע כוונות? מאכט נישט אויס, ווייל ס'איז גענוג ביטער די עצם פאקט. אבער ס'איז בכלל נישט אויסגעשלאסען אז זיי האבן נאך כוונות, און ס'איז נישט דא קיין שום סיבה עס אוועקצומאכן, חוץ אויב האט איר מורא צו באשמירט ווערן אלס 'קאנספיראציע טעאריקער'.