רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

קדמא ואזלא
שר האלף
תגובות: 1218
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 24, 2022 6:29 pm

Re: רענט פרייזן אין ווילימסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדמא ואזלא »

דאנק און לויב האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 9:00 am
קלוגער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 1:57 pm
עמערדשענסי אלערט!

די אלע וואס ברענגען אן אדווערטייזט דירה פאר גאר הויכע רענט העכער ווי די מארקעט, אזוווי די לעצטע געברענגטע עדס דא, האבן א שרעקליכע אחריות, די 4500 דירה איז געווען די 'טאלק אוו די דעי' דעמאלס, עס איז געוועזען היפש איבערגעטריבען, ער האט עס נישטבאקומען אפילו נאכ'ן זיין אויף די מארקעט פאר אפאר וואכן, די זעלבע מיט נאך דירות וואס דער לענדלער כאפט אן א דשוק און איז געפאלען אויפען קאפ און בעט א געשוואלענע פרייז וואס איז פיל העכער ווי די מארקעט, ווען איינער ברענגט עס דא ארויף ברבים, האט ער א חלק אין זיין מייקר השער!

# זאג נישט אז כ'האב דיך נישט געווארענט.....
מען פילט אייער ווייטאג,אבער די אויסברויך דא אויפן וועלטעל איז כספא בעלמה, די רענט ווערט ארויפגעטריבן צוליב דער אכטער געט שוין אזויפיל ווי $3600 פאר א 3 בעדרום , און עס גייט שוין אזוי אן יארן לאנג .

גראדע יענע דירה אויף העריסאן ביי העיווארד פון וואס די רעדסט איז געווארן פארדינגען פאר $4200 צום סוף .

דאס איז די גרעסטע קשיא וואס די גרעסטע עקאנאמיקסטען פארשטייען נישט, ווי אמעריקא פלאגט זיך מיט אינפלעישאן, און די פעדס ריקן ארויף די אינטערעסט רעיטס צו פייטן אינפלעישאן , און אין די זעלבע צייט רוקן זיי ארויף די סעקשען 8 וואוטשערס און אלע אנדערע שטאטישע פראגראמען פאר רענט ,און דאס ציט ארויף די רענט ווי משיגע ,און דער וואס האט נישט קיין פראגראמען דארף דאס בייצאלן פון טאש און סאיז עק וועלט, האט זילטש צוטאן וואס שטייט דא אויפן וועלטעל
גארנישט מיט קיין אכטער

קען מיר אפאר אידן מיט די אכטער, און זיי זיכן אויך מיט לעכט, זענען גרייט צו צאלן עני פרייז, אפילו העכער די יעצטיגע מארקעט פרייז, און עס נישטא.

טשעק די חתן כלה מארקעט, וואס דארט איז נישטא כמעט קיין אכטער.

די סופליי און דימענד דעפציט איז ריזיג, און ווערט גרעסער ביי די טאג

מען דארף פעיסן רעאלעטי, אונזער וואוקס בליע"ה ווערט גאר גרויס.

נאר נייע ישובים, נאך און נאך, ווי דער אלטער היים.
וויליאמסבורגער דירות
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 25, 2021 7:47 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויליאמסבורגער דירות »

בניהו האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 9:49 am
אינדעפענדענט האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 7:44 pm
פרומע לבוש האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 5:43 pm
דא קומט די מיליאן דאלארדיגע פראגע, פארוואס טוען די רבנים ועסקנים גארנישט?
עס שטייען טויזענטע אידן און שפייען בלוט, רענט פרייזן דערגרייכן עד לב השמים, מען וואוינט אין מייזלעכער אין און אונטערערדישע בונקערס,
מען רעדט דא פין מענטשן וואס קענן נישט אוועקמופען צו די נייע געגענטער,
צו צילוב די ווייב, מוסדות, פרנסה, וכו׳
פארוואס זאל דאס זיין א צרה וואס יעדער וויינט אבער מען טוט גארנישט?
פארוואס זאל נישט איינער וואס בויט דירות און בעט הימלשרייענדע פרייזן וואס שיסט דערמיט ארויף די פרייזן זיין אויסגעשפיגן פין כלל ישראל?
און והעיקר פארוואס זאלן נישט די רבנים ועסקנים אויפבויען דירות אין די מאסן לשם שמים אן קיין פראפיט און עס פארדינגען פאר ביליג אז אידן זאלן האבן הרחבות הדעת, עס פעלט נישט אידן וואס ווילן טוען חסד מען דארף עס בלויז ארגאניזירן, מאכן אפרדעבל דירות לרחצה, וויפל פראפערטיס אין ברוקלין באלאנגען פאר היימישע אידן מען ברויך נאר אנדרייען...
איר ווייסט וויפיל ס’איז "קאסט פרייז" אן קיין פעני פראפיט, צו בויען און וויליאמסבורג?.
דעיס קענסטו יא באצאלען?
סאיז גרינג צו שרייען...
(לפי ידיעתי, צווישען 750 און 850 א פיס!)
750 נאר דאס בויען? קיינמאל
750 מיטן שטח, א קליינע 2 בעדרום דירה איז 800 סק פס קומט אויס עס קאסט בערך $600,000 צו בויען, מארטגעדזש איז $4000 א חודש פאר טעקס און עני אנדעע עקספענסעס.
וויליאמסבורגער דירות
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 25, 2021 7:47 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויליאמסבורגער דירות »

א 1 בעדרום אביסל ביליגער, קענסט עס טוהן ביי מיר אינדערהיים.
10821.jpeg
10821.jpeg (75.7 KiB) געזען 1120 מאל
בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

Your debt is our profit!
No gimmicks.
וויליאמסבורגער דירות
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 25, 2021 7:47 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויליאמסבורגער דירות »

image001.jpg
image001.jpg (31.79 KiB) געזען 593 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”