רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

קדמא ואזלא
שר האלף
תגובות: 1218
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 24, 2022 6:29 pm

Re: רענט פרייזן אין ווילימסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדמא ואזלא »

דאנק און לויב האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 9:00 am
קלוגער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 1:57 pm
עמערדשענסי אלערט!

די אלע וואס ברענגען אן אדווערטייזט דירה פאר גאר הויכע רענט העכער ווי די מארקעט, אזוווי די לעצטע געברענגטע עדס דא, האבן א שרעקליכע אחריות, די 4500 דירה איז געווען די 'טאלק אוו די דעי' דעמאלס, עס איז געוועזען היפש איבערגעטריבען, ער האט עס נישטבאקומען אפילו נאכ'ן זיין אויף די מארקעט פאר אפאר וואכן, די זעלבע מיט נאך דירות וואס דער לענדלער כאפט אן א דשוק און איז געפאלען אויפען קאפ און בעט א געשוואלענע פרייז וואס איז פיל העכער ווי די מארקעט, ווען איינער ברענגט עס דא ארויף ברבים, האט ער א חלק אין זיין מייקר השער!

# זאג נישט אז כ'האב דיך נישט געווארענט.....
מען פילט אייער ווייטאג,אבער די אויסברויך דא אויפן וועלטעל איז כספא בעלמה, די רענט ווערט ארויפגעטריבן צוליב דער אכטער געט שוין אזויפיל ווי $3600 פאר א 3 בעדרום , און עס גייט שוין אזוי אן יארן לאנג .

גראדע יענע דירה אויף העריסאן ביי העיווארד פון וואס די רעדסט איז געווארן פארדינגען פאר $4200 צום סוף .

דאס איז די גרעסטע קשיא וואס די גרעסטע עקאנאמיקסטען פארשטייען נישט, ווי אמעריקא פלאגט זיך מיט אינפלעישאן, און די פעדס ריקן ארויף די אינטערעסט רעיטס צו פייטן אינפלעישאן , און אין די זעלבע צייט רוקן זיי ארויף די סעקשען 8 וואוטשערס און אלע אנדערע שטאטישע פראגראמען פאר רענט ,און דאס ציט ארויף די רענט ווי משיגע ,און דער וואס האט נישט קיין פראגראמען דארף דאס בייצאלן פון טאש און סאיז עק וועלט, האט זילטש צוטאן וואס שטייט דא אויפן וועלטעל
גארנישט מיט קיין אכטער

קען מיר אפאר אידן מיט די אכטער, און זיי זיכן אויך מיט לעכט, זענען גרייט צו צאלן עני פרייז, אפילו העכער די יעצטיגע מארקעט פרייז, און עס נישטא.

טשעק די חתן כלה מארקעט, וואס דארט איז נישטא כמעט קיין אכטער.

די סופליי און דימענד דעפציט איז ריזיג, און ווערט גרעסער ביי די טאג

מען דארף פעיסן רעאלעטי, אונזער וואוקס בליע"ה ווערט גאר גרויס.

נאר נייע ישובים, נאך און נאך, ווי דער אלטער היים.
וויליאמסבורגער דירות
שר חמש מאות
תגובות: 727
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 25, 2021 7:47 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויליאמסבורגער דירות »

בניהו האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 9:49 am
אינדעפענדענט האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 7:44 pm
פרומע לבוש האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 5:43 pm
דא קומט די מיליאן דאלארדיגע פראגע, פארוואס טוען די רבנים ועסקנים גארנישט?
עס שטייען טויזענטע אידן און שפייען בלוט, רענט פרייזן דערגרייכן עד לב השמים, מען וואוינט אין מייזלעכער אין און אונטערערדישע בונקערס,
מען רעדט דא פין מענטשן וואס קענן נישט אוועקמופען צו די נייע געגענטער,
צו צילוב די ווייב, מוסדות, פרנסה, וכו׳
פארוואס זאל דאס זיין א צרה וואס יעדער וויינט אבער מען טוט גארנישט?
פארוואס זאל נישט איינער וואס בויט דירות און בעט הימלשרייענדע פרייזן וואס שיסט דערמיט ארויף די פרייזן זיין אויסגעשפיגן פין כלל ישראל?
און והעיקר פארוואס זאלן נישט די רבנים ועסקנים אויפבויען דירות אין די מאסן לשם שמים אן קיין פראפיט און עס פארדינגען פאר ביליג אז אידן זאלן האבן הרחבות הדעת, עס פעלט נישט אידן וואס ווילן טוען חסד מען דארף עס בלויז ארגאניזירן, מאכן אפרדעבל דירות לרחצה, וויפל פראפערטיס אין ברוקלין באלאנגען פאר היימישע אידן מען ברויך נאר אנדרייען...
איר ווייסט וויפיל ס’איז "קאסט פרייז" אן קיין פעני פראפיט, צו בויען און וויליאמסבורג?.
דעיס קענסטו יא באצאלען?
סאיז גרינג צו שרייען...
(לפי ידיעתי, צווישען 750 און 850 א פיס!)
750 נאר דאס בויען? קיינמאל
750 מיטן שטח, א קליינע 2 בעדרום דירה איז 800 סק פס קומט אויס עס קאסט בערך $600,000 צו בויען, מארטגעדזש איז $4000 א חודש פאר טעקס און עני אנדעע עקספענסעס.

א 1 בעדרום אביסל ביליגער, קענסט עס טוהן ביי מיר אינדערהיים.
10821.jpeg
10821.jpeg (75.7 KiB) געזען 2256 מאל
בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3200
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

Your debt is our profit!
No gimmicks.
וויליאמסבורגער דירות
שר חמש מאות
תגובות: 727
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 25, 2021 7:47 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויליאמסבורגער דירות »

image001.jpg
image001.jpg (31.79 KiB) געזען 1730 מאל
אוועטאר
עף בי איי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 27, 2009 8:48 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עף בי איי »

אינטערוויו: סעקשאן 8 אפדעיט איבער אלע וועלכע האבן עפלייט פאר ניו יארק סיטי : ר' שלום יוסף הערשקאוויטש
https://www.yiddish24.com/interviews/12/111507

א מאסט ליסטען!

קומט ארויס מיט א קול רעש גדול אויף די רשעות אין בלוט פארגיסונג פון לענדלארדס!
אוועטאר
Pinchus
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 4:46 pm
לאקאציע:אין מיין שיך

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Pinchus »

פליז שלאג מיך נישט

אבער אלץ לענדלער אין וויליאמסבורג, פארואס מעג איך נישט בעטן 7 אלפים פאר א פיצי 2 בעדראם, עז לאנג עס איז דא איין משיגענר וואס איז ווילינג עס צי נעמען?

איך האב איינעם געצווינגען?

עס איז אפשענעל. מיסט עס נישט דינגען. קענסט מופן פון דא.

כמיין איך מעג אויך ליסט א טישוי באקס פאר 12 אלפים. די נער/רחמנות איז דער וואס נעמט עס.

אבער פארוואס הייסט עס א רשע? בלוט פארגיסונג?

פארוואס?

פליז לייג געפיל אין א זייט.

איך בון נישט קיין לענדלער אין וויליאמסבורג
אוועטאר
דוד הכהן
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 11, 2024 9:00 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד הכהן »

עף בי איי האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 6:17 pm
אינטערוויו: סעקשאן 8 אפדעיט איבער אלע וועלכע האבן עפלייט פאר ניו יארק סיטי : ר' שלום יוסף הערשקאוויטש
https://www.yiddish24.com/interviews/12/111507

א מאסט ליסטען!

קומט ארויס מיט א קול רעש גדול אויף די רשעות אין בלוט פארגיסונג פון לענדלארדס!
נאה דורש ונאה מקיים ער אין זיין פאזיציע קען ווען אויך בעטן הויכע פרייזען אין פאקט טוט דאס זיין קאמפעטישאן. ער איז אבער צו איידל און צו וואויל. גאט זאל עם באצאלן.
לעצט פארראכטן דורך דוד הכהן אום מיטוואך אוגוסט 14, 2024 6:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
דוד הכהן
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 11, 2024 9:00 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד הכהן »

וויליאמסבורגער דירות האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 10:44 am
בניהו האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 9:49 am
אינדעפענדענט האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 7:44 pm
פרומע לבוש האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 5:43 pm
דא קומט די מיליאן דאלארדיגע פראגע, פארוואס טוען די רבנים ועסקנים גארנישט?
עס שטייען טויזענטע אידן און שפייען בלוט, רענט פרייזן דערגרייכן עד לב השמים, מען וואוינט אין מייזלעכער אין און אונטערערדישע בונקערס,
מען רעדט דא פין מענטשן וואס קענן נישט אוועקמופען צו די נייע געגענטער,
צו צילוב די ווייב, מוסדות, פרנסה, וכו׳
פארוואס זאל דאס זיין א צרה וואס יעדער וויינט אבער מען טוט גארנישט?
פארוואס זאל נישט איינער וואס בויט דירות און בעט הימלשרייענדע פרייזן וואס שיסט דערמיט ארויף די פרייזן זיין אויסגעשפיגן פין כלל ישראל?
און והעיקר פארוואס זאלן נישט די רבנים ועסקנים אויפבויען דירות אין די מאסן לשם שמים אן קיין פראפיט און עס פארדינגען פאר ביליג אז אידן זאלן האבן הרחבות הדעת, עס פעלט נישט אידן וואס ווילן טוען חסד מען דארף עס בלויז ארגאניזירן, מאכן אפרדעבל דירות לרחצה, וויפל פראפערטיס אין ברוקלין באלאנגען פאר היימישע אידן מען ברויך נאר אנדרייען...
איר ווייסט וויפיל ס’איז "קאסט פרייז" אן קיין פעני פראפיט, צו בויען און וויליאמסבורג?.
דעיס קענסטו יא באצאלען?
סאיז גרינג צו שרייען...
(לפי ידיעתי, צווישען 750 און 850 א פיס!)
750 נאר דאס בויען? קיינמאל
750 מיטן שטח, א קליינע 2 בעדרום דירה איז 800 סק פס קומט אויס עס קאסט בערך $600,000 צו בויען, מארטגעדזש איז $4000 א חודש פאר טעקס און עני אנדעע עקספענסעס.
800 סק פיס איז א ריזיגע 2 בעדרום מיט 2 טוילעטס אדער א קליינע 3 בעדרום מיט איין טוילעט
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

געהערט דעם אינטערוויו , עס קומט צו וויינען, געקאסט א טרער פון די מצב

אבער דאס וואס ער זאגט איז א שפיץ פון די אייז בארג, די פאר וויליאמסבורגע לענדלארס וועלן נישט סאלווען די ביג פיקטשער

עס וואלט זיך געדארפט עפענען א ארגענזאציע ווי א שטייגער בוני עולם RCS
העלפן דעם ציבור זיך פאלעצירן און ישובים דורכאויס די איסט קאוסט, אויפקומען וויאזוי מען קען זיך ריקען, און באגלייטן קליינע ישובים , אויפקומען וויאזוי מוסדות קענען אנגיין און קליינע פלעצער אן קיין קרעזי אווערהעד

און דער אלטער היים פלעגט נישט זיין די מעגא מעס פארדאקשאן מוסדות, און מען האט געוואונט און קליינע דערפער צושפרייט

דעם מצב איז איום ונורא, און די ניד איז מער ווי די צוועקן אלע הייליגע ארגענזאציעס דעקן
די מענטעל העלט פארבלעמען וואס דאס ברענגט אן איז געפערליך

מען דארף שטורמען וועלטן.
keep your words tasteful, you may have to eat them later
המעוררים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 04, 2024 12:25 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המעוררים »

די וואס בויען נייע דירות קען מען נאך אפשר פארשטיין אביסל, אבער די אלטע אויסגעצאלטע דירות איז א אומדערהערטע עוולה!!!
אוועטאר
ברייט בארימט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 02, 2023 4:30 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברייט בארימט »

מ'דארף רידערן!! ווי איז יואליש פעלזן..? ַַס'איז נישט נארמאל וואס גייט לעצטנס פאר אין וויליאמסבורג. געהערט פון עטליכע אירע וואס די לענדלארדס זייערע זענען יעצט ארויף מיט שווערע אינקריסעס אלס מיטן טענה אז דאס לעבן זייערע איז ארויף..

לענדלארד טייערע: מיין לעבן איז אויך ארויף! און ניין, איך פארמאג נישט א אויסגעצאלטע הויז ווי דיר!!

נ.ב. איך רעד פון די אלטע וויליאמסבורגע הייזער וואס זענען שוין לאנג אויסגעצאלט. די נייע הייזער איז א שמועס פאר זיך
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1380
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

Pinchus האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 6:27 pm
פליז שלאג מיך נישט

אבער אלץ לענדלער אין וויליאמסבורג, פארואס מעג איך נישט בעטן 7 אלפים פאר א פיצי 2 בעדראם, עז לאנג עס איז דא איין משיגענר וואס איז ווילינג עס צי נעמען?

איך האב איינעם געצווינגען?

עס איז אפשענעל. מיסט עס נישט דינגען. קענסט מופן פון דא.

כמיין איך מעג אויך ליסט א טישוי באקס פאר 12 אלפים. די נער/רחמנות איז דער וואס נעמט עס.

אבער פארוואס הייסט עס א רשע? בלוט פארגיסונג?

פארוואס?

פליז לייג געפיל אין א זייט.

איך בון נישט קיין לענדלער אין וויליאמסבורג
לייג טאקע געפיל אין א זייט. מיר האבן א תורה און הלכות אויף יעדע זאך. יקרות השער ציילט זיך אויך פון די זאכן.
בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3200
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

Pinchus האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 6:27 pm
פליז שלאג מיך נישט

אבער אלץ לענדלער אין וויליאמסבורג, פארואס מעג איך נישט בעטן 7 אלפים פאר א פיצי 2 בעדראם, עז לאנג עס איז דא איין משיגענר וואס איז ווילינג עס צי נעמען?

איך האב איינעם געצווינגען?

עס איז אפשענעל. מיסט עס נישט דינגען. קענסט מופן פון דא.

כמיין איך מעג אויך ליסט א טישוי באקס פאר 12 אלפים. די נער/רחמנות איז דער וואס נעמט עס.

אבער פארוואס הייסט עס א רשע? בלוט פארגיסונג?

פארוואס?

פליז לייג געפיל אין א זייט.

איך בון נישט קיין לענדלער אין וויליאמסבורג
דעת תורה איז שטארק מחולק אויף די בלוט פארגיסונג.
אטעטשמענטס
Screenshot_20240815_001946_Gallery.jpg
Screenshot_20240815_001946_Gallery.jpg (251.99 KiB) געזען 454 מאל
בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3200
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

Pinchus האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 6:27 pm
פליז שלאג מיך נישט

אבער אלץ לענדלער אין וויליאמסבורג, פארואס מעג איך נישט בעטן 7 אלפים פאר א פיצי 2 בעדראם, עז לאנג עס איז דא איין משיגענר וואס איז ווילינג עס צי נעמען?

איך האב איינעם געצווינגען?

עס איז אפשענעל. מיסט עס נישט דינגען. קענסט מופן פון דא.

כמיין איך מעג אויך ליסט א טישוי באקס פאר 12 אלפים. די נער/רחמנות איז דער וואס נעמט עס.

אבער פארוואס הייסט עס א רשע? בלוט פארגיסונג?

פארוואס?

פליז לייג געפיל אין א זייט.

איך בון נישט קיין לענדלער אין וויליאמסבורג
על פי תורה טאמער איז דאס עפעס וואס איז דא א דימענד, און דו בעטסט טייער, ביסטו א מייקר השער.

הוא הדין טאמער איז דא א מאנגל אויף טישוס, און דו בעטסט טייער וועגן די דימענד.

איך מעג שוין צוריק ארויסנעמען די געפיל?
פאר דיין דאלאר דארף איך לייגן מיין געפילן אין די זייט?
אפשר לייגסטו דיין דאלאר אין די זייט פאר מיטגעפיל פאר דיין ברודער?

טאמער קענסטו עפעס טון, נאר אויב די מוזט לייגן דיין געפיל אין די זייט. איז עס נישט בסדר.
און יא, הויכע רענט איז אסור כל פי תורה!
לעצט פארראכטן דורך בסד אום דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:29 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1806
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

ר שלום יוסף מעג אזוי רעדן ווייל איך בין 100% אז ער מיט זיין אויסטערלישע לב טוב וואלט זיכער נישט געהעכערט פאר זיינע טענענטס אבער אנדערע וואס שרייען דא, ווילאנג זיי זענען נישט קיין לענדלערס דארפן זיי גוט גוט אריינטראכטן מיט א אמת פאר זיי שרייען, ווען דו האסט ווען א 2 בעדרום דירה וואס יענער צאלט 1800 און יעצט איז די פרייז 3000 צו וואלסט געהעכערט מיט עט ליעסט 4-5 הונדערט דאלער ביי ענד פון די ליעס!! פלעין טראכט
איך ביו נישט קיין לענדלארד
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33337
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

עף בי איי האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 6:17 pm
אינטערוויו: סעקשאן 8 אפדעיט איבער אלע וועלכע האבן עפלייט פאר ניו יארק סיטי : ר' שלום יוסף הערשקאוויטש
https://www.yiddish24.com/interviews/12/111507

א מאסט ליסטען!

קומט ארויס מיט א קול רעש גדול אויף די רשעות אין בלוט פארגיסונג פון לענדלארדס!

ווילאנג סיז דא סעקשן 8 אין וויליאמסבורג וועלן די פרייזן ארויפגיין! די מיטל קלאס ווערט צעקוועטש, נישט פון די לענדלארס נאר פון די גאווערמענט!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
ברייט בארימט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 02, 2023 4:30 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברייט בארימט »

קאכעדיגע האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:25 am

איך דארף דיר נאך גלייבן אז ביסט נישט קיין לענדלארד..! טאקע צו דיר רעדט ר' שלום יוסף..

המעוררים האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 7:02 pm
די וואס בויען נייע דירות קען מען נאך אפשר פארשטיין אביסל, אבער די אלטע אויסגעצאלטע דירות איז א אומדערהערטע עוולה!!!
דער וואס האט אלטע דירות האט אויך ביללס צו באצאלן, זיין גראסערי איז עם אויך ארויף, זיין לעבן קאסט עם מער, פארוואס טאר ער נישט ארויפגיין?

די גאווערמענט שיקט געלט, גייען פרייזן ארויף!

עולם ומלואו
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 9:15 am

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם ומלואו »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:29 am
עף בי איי האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 6:17 pm
אינטערוויו: סעקשאן 8 אפדעיט איבער אלע וועלכע האבן עפלייט פאר ניו יארק סיטי : ר' שלום יוסף הערשקאוויטש
https://www.yiddish24.com/interviews/12/111507

א מאסט ליסטען!

קומט ארויס מיט א קול רעש גדול אויף די רשעות אין בלוט פארגיסונג פון לענדלארדס!
ווילאנג סיז דא סעקשן 8 אין וויליאמסבורג וועלן די פרייזן ארויפגיין! די מיטל קלאס ווערט צעקוועטש, נישט פון די לענדלארס נאר פון די גאווערמענט!
היינו טעמא דדירות, והיינו טעמא דגראסעריס. ווילאנג האלב שטאט קוקט נישט קיין פרייזן ווייל ס'איז עניוועי קאווערד דורך פ"ס און וויק פארוואס זאלן נישט די קאמפאניס און גראסעריס טשארדזשן אין בּאבּנס בּאבּן אריין
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33337
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ברייט בארימט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:14 am
מ'דארף רידערן!! ווי איז יואליש פעלזן..? ַַס'איז נישט נארמאל וואס גייט לעצטנס פאר אין וויליאמסבורג. געהערט פון עטליכע אירע וואס די לענדלארדס זייערע זענען יעצט ארויף מיט שווערע אינקריסעס אלס מיטן טענה אז דאס לעבן זייערע איז ארויף..

לענדלארד טייערע: מיין לעבן איז אויך ארויף! און ניין, איך פארמאג נישט א אויסגעצאלטע הויז ווי דיר!!

נ.ב. איך רעד פון די אלטע וויליאמסבורגע הייזער וואס זענען שוין לאנג אויסגעצאלט. די נייע הייזער איז א שמועס פאר זיך

אויב דיין לעבן איז צו טייער פאר די געגענט מאף! א איד וואס האט געקויפט א דירה 30 יאר צוריק מיטן חשבון צו קענען רעטייערן דערפון... זיין גראסערי איז עם ארויף, ער קעניש באקומען נאך פוד סטעמפס... פארוואס זאלער נישט בעטן מער? אז מענטשן באצאלן?

פארוואס באצאלן מענטשן, ווייל סיז דא קאמפעטישן, יעדער וויל די זעלבע 100 דירות... וויזוי קעמען קאמפיעטן? איינער מיט געלט און איינער מיט סעקשן 8...

באדדעם ליין, די גאווערמענט סובסעדיס העלפט קיינעם נישט! ס'מאכט נאר שאדן פאר די וואס האבן עס נישט...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33337
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אחד הרבנים האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:19 am
Pinchus האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 6:27 pm
פליז שלאג מיך נישט

אבער אלץ לענדלער אין וויליאמסבורג, פארואס מעג איך נישט בעטן 7 אלפים פאר א פיצי 2 בעדראם, עז לאנג עס איז דא איין משיגענר וואס איז ווילינג עס צי נעמען?

איך האב איינעם געצווינגען?

עס איז אפשענעל. מיסט עס נישט דינגען. קענסט מופן פון דא.

כמיין איך מעג אויך ליסט א טישוי באקס פאר 12 אלפים. די נער/רחמנות איז דער וואס נעמט עס.

אבער פארוואס הייסט עס א רשע? בלוט פארגיסונג?

פארוואס?

פליז לייג געפיל אין א זייט.

איך בון נישט קיין לענדלער אין וויליאמסבורג
לייג טאקע געפיל אין א זייט. מיר האבן א תורה און הלכות אויף יעדע זאך. יקרות השער ציילט זיך אויך פון די זאכן.
די שער איז טייערער ווייל די גאווערמענט גיבט מער סעקשן 8! נישט ווייל ער בעט מער...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
intellectual
שר האלף
תגובות: 1126
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:34 am
ברייט בארימט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:14 am
מ'דארף רידערן!! ווי איז יואליש פעלזן..? ַַס'איז נישט נארמאל וואס גייט לעצטנס פאר אין וויליאמסבורג. געהערט פון עטליכע אירע וואס די לענדלארדס זייערע זענען יעצט ארויף מיט שווערע אינקריסעס אלס מיטן טענה אז דאס לעבן זייערע איז ארויף..

לענדלארד טייערע: מיין לעבן איז אויך ארויף! און ניין, איך פארמאג נישט א אויסגעצאלטע הויז ווי דיר!!

נ.ב. איך רעד פון די אלטע וויליאמסבורגע הייזער וואס זענען שוין לאנג אויסגעצאלט. די נייע הייזער איז א שמועס פאר זיך

אויב דיין לעבן איז צו טייער פאר די געגענט מאף! א איד וואס האט געקויפט א דירה 30 יאר צוריק מיטן חשבון צו קענען רעטייערן דערפון... זיין גראסערי איז עם ארויף, ער קעניש באקומען נאך פוד סטעמפס... פארוואס זאלער נישט בעטן מער? אז מענטשן באצאלן?

פארוואס באצאלן מענטשן, ווייל סיז דא קאמפעטישן, יעדער וויל די זעלבע 100 דירות... וויזוי קעמען קאמפיעטן? איינער מיט געלט און איינער מיט סעקשן 8...

באדדעם ליין, די גאווערמענט סובסעדיס העלפט קיינעם נישט! ס'מאכט נאר שאדן פאר די וואס האבן עס נישט...
סעקשאן 8 העלפט אסאך אידן וואס קענען באמת נישט זיך אן עצה געבן.
לויב
שר חמש מאות
תגובות: 931
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 10, 2020 2:56 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לויב »

ברייט בארימט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:30 am
קאכעדיגע האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:25 am
ר שלום יוסף מעג אזוי רעדן ווייל איך בין 100% אז ער מיט זיין אויסטערלישע לב טוב וואלט זיכער נישט געהעכערט פאר זיינע טענענטס אבער אנדערע וואס שרייען דא, ווילאנג זיי זענען נישט קיין לענדלערס דארפן זיי גוט גוט אריינטראכטן מיט א אמת פאר זיי שרייען, ווען דו האסט ווען א 2 בעדרום דירה וואס יענער צאלט 1800 און יעצט איז די פרייז 3000 צו וואלסט געהעכערט מיט עט ליעסט 4-5 הונדערט דאלער ביי ענד פון די ליעס!! פלעין טראכט
איך ביו נישט קיין לענדלארד
איך דארף דיר נאך גלייבן אז ביסט נישט קיין לענדלארד..! טאקע צו דיר רעדט ר' שלום יוסף..
די שאלה איז אויך וואס די טענענט טיט מיט די עקסטערע 6 אלפים אויב פארט ער אין קאנטרי צי אנדערע שוואלטאג אין לכבוד דעם זיצט די לענדלערד וואס קען נישט העכערן אינדירהיים וואס זאגסטי דעמאלטס
אוועטאר
ברייט בארימט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 02, 2023 4:30 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברייט בארימט »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:31 am
המעוררים האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 7:02 pm
די וואס בויען נייע דירות קען מען נאך אפשר פארשטיין אביסל, אבער די אלטע אויסגעצאלטע דירות איז א אומדערהערטע עוולה!!!
דער וואס האט אלטע דירות האט אויך ביללס צו באצאלן, זיין גראסערי איז עם אויך ארויף, זיין לעבן קאסט עם מער, פארוואס טאר ער נישט ארויפגיין?

די גאווערמענט שיקט געלט, גייען פרייזן ארויף!
דער טענענט וואס וואוינט אין די אלטע דירה האט אויך בילס צו באצאלן, זיין גראסערי איז אים אויך ארויף, זיין לעבן קאסט עם מער, פארוואס דארף מען אים פייניגן און ארויפגיין מיט אומדערהערטע סכומים ווען ער צאלט יעדן חודש אין צייט?

ס'איז דא א מיטל וועג. מ'דארף נישט מאכן די טענענט שפירן ווי אן ATM מאשין, ווי הצדיק ר' שלום יוסף זאגט.
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”