Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס
נישטאמת האט געשריבן: ↑ זונטאג אפריל 02, 2023 2:37 pmאיך האב אמאל געהערט אן אינטערעסאנטע מעשה, איך מיין סקומט דא שטארק אריין . א גבאי צדקה איז אמאל אריין אין א נייע געשעפט בעטן צו ער קען אראפ לייגן א פושקע ביים רעדזשיסטער. האט אים די בעל הבית געזאגט ניין. די גבאי צדקה גייט ארויס און זאגט פאר זיין חבר "דע געשעפט גייט נישט מצליח און וועט זיך בקרוב פארמאכן". און אזוי איז טאקע געווען די געשעפט האט זיך פארמאכט.בלוט בלבול האט געשריבן: ↑ זונטאג אפריל 02, 2023 1:24 pm
צוריק צום נושא פנעם גלעזל וואסער. יא, יענער געשעפטסמאן איז הונדערט פראצענט גערעכט, ער דארף אים נישט לאזן נוצן זיין סינק, און ער דארף אים אודאי נישט געבן א פלעשל וואסער בחינם. וואס, ס'נישט רעב שייעלע'ס יארצייט היינט. אבער רעב איד, וואו איז דיין שכל? ווען דו לאזט אים ווען נוצן דעם פארשטינקענעם סינק (אדער ליתר שאת, געבסט אים דעם איין דאלערדיגן פלאש) האסטו זיך גאראנטירט א קאסטומער (מאך די מאטעמאטיק, א קאסטומער קעגן אן איין דאלערדיגן פלאש וואסער וואס ער דארף אים "נישט" געבן. לוינצעך?), אבער יעצט וועט ער מער נישט צוריקקומען. סארי, דו ביסט טויזנט פראצענט גערעכט, און אויף די ביכער שטימסטו ווי א מלך, אבער א קאסטומער האסטו פארלוירן.
דאס איז עס. א קאסטומער גלייכט נישט צוריקצוקומען צו א פלאץ וואו ער האט געהאט שלעכטע עקספיריענס, אפילו יענער איז גערעכט, און ער ווייסט אז יענער איז גערעכט.
נאכאמאל, ס'גייען אייביג זיין די חברה וואס גייען זיך רעגן אויף יעדע פלאץ וואו זיי קומען אן, און פון זיי וועסטו טאקע נישט פטור ווערן, אבער זע וואו דו קענסט אריינכאפן פרישע חברה. כאטש זיי פארטרייב נישט.
האט די גבאי צדקה מסביר געווען, דאס איז נישט געווען קיין רוח הקודש און נישט קיין קללה, ער האט נאר פאראויס געשאצט- אז דער איד פארגינט נישט א פושקע זאל ליגן ביים רעדזשיסטער וועט ער נישט פארגינען אנדערע זאכן פאר זיינע קונדן און זיי גייען עס שפירן און נישט קומען דא קויפן.
איך האב אמאל געהערט אן אינטערסאנטע מעשה, איך מיין סקומט דא שטארק אריין. א גבאי צדקה איז אמאל אריין אין א נייע געשעפט בעטן ער וויל לייגן א פישקע, דער בעל הבית האט אים שיין געענפערט אז ער האט שוין געהאט איבער הונדערט פאון קאלס צו לייגן פישקעס, און מען קען אנפולן א וואנט נאר פון פישקעס. זיין זונס חדר, סקול, ישיבה,הצלה און אלע וואוילטעטיגע ארגענעזאציעס, ער שפירט אויך אז יעצט איז נישט די צייט. קודם זאל ער עפענען, און דאס קען מען אלץ צוביסלעך צולייגן.
דער גבאי צדקה איז ארויס און געזאגט פאר יעדעם אז דער איד גייט נישט מצליח זיין. בארעדט דעם איד ווייל ער האט נישט געזאגט אמן אויפן פישקע ביים ערשטן מאל (הייסן) בעטן.
לא היו ימים מועטים און דער גבאי צדקה איז טאקע ארויסגעפלויגן פון פאנדרעיזינג.