Re: רבי שמריהו גורארי' ז"ל (רש"ג)
- אטעטשמענטס
-
- רר2.jpg (118.19 KiB) געזען 1321 מאל
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
שמואל בארג האט געשריבן: ער איז דאך נישט געווען רבי די ערשטע יאר.
ענדליך עפעס, כאטש אביסל קאנטרעווערסל, אבער זייער איינזייטיג כמובן.זיס האט געשריבן:תולדות חייו ופעולותיו של הרב שמריהו גורארי זצ"ל
שרייבנדיג איבער אזא גדול ווי ר' שמריהו, אדער ווי ער ווערט אנגערופן בקרב חסידי חב"ד - "דער רש"ג", ווערט קאלעמוטנע אויפן הארץ. עס איז טרויעריג צו זען ווי אזוי אזא אדם גדול, וועלכער האט אזויפיל אויפגעטאן פאר אידישקייט בכלל און פאר חב"ד בפרט, איז אזוי טראגיש פארגעסן געווארן און אוועקגענומען פון די היסטאריע ביכער.
עס איז אזוי ווייטאגליך צוצוקוקן, ווי אזוי א איד האט אנגעהויבן זיין לעבן על מי מנוחות, טוענדיג עסקנות פאר אידישקייט און דורכפירנדיג שווערע ענינים און נושאים ביי זיין שווער אין הויף, א איד וואס אלע האבן פאראויס געזאגט פאר אים א גאלדענע עתיד און געזען אין אים א טייערע דיימאנט אינעם קרוין פון כלל ישראל, האט ליידער געענדיגט זיין לעבן אזוי טראגיש, אליין און איינזאם, אוועק פון אלע עסקנות, אראפ מיט דער גוטער נאמען, און צום סוף – גענצליך אויסגעריסן פון די היסטאריע ביכער.
ווייטאגליך.
פארגעסן געווארן
ווייניג ווייסן צו זאגן איבער דער רש"ג און אפילו די וואס ווייסן יא, ווייסן נישט אז אונטער דער דאזיגער מאן האט זיך באהאלטן א ריז במלא מובן המולה. לאמיר שוין נישט רעדן איבער זיינע פערזענליכע קענטעניסן און שטריכן; לאמיר אביסל באטראכטן זיינע עסקנות לטובת עם ישראל, זיינע לייסטונגען פאר חב"ד, דאס איז דאך געווען אויף א ריזיגע פארנעם וואס מיר געפינען זעלטן ביי גדולי ישראל.
און אז מען רעדט דערפון קומט דאס הארץ צו וויינען און עס ווילט זיך פרעגן עטליכע ווייטאגליכע פראגעס:
וואו זענען פארשווינדען געווארן די אלע פעולות? – וואו זענען די בריוו וואס ער האט זיך געשריבן מיט גדולי ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן? – וואו זענען אהינגעקומען די אלע מאמרים אין חסידות, וואס ער פלעגט וועכנטליך זאגן ביי שלש-סעודות און אנדערע געלעגנהייטן? וואו זענען די מאמרים אין נגלה וואס ער האט כסדר געזאגט אין ישיבת תומכי תמימים?
אתמהה.
דער איד האט דאך געגעבן שיעורים, פארברענגט, געטאן פעולות, און אלעס איז אזוי שנעל פארגעסן געווארן. און לאמיר נישט פארגעסן: ער איז נישט אוועק אזוי לאנג צוריק, ער באלאנגט נאך צו די גדולים פון אונזערע טעג.
און קיין זכר איז פון אים נישטא. הארצרייסנד.
נאכען דורכליינען דעם אשכול גרונטליך ביז אהער מוז איך אייך קודם גראטולירען @זיס פאר זיין ארבעט מיט די תגובה הפותחת את האשכול.מיללער האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 18, 2011 7:29 pmכבוד הרב זיס,
נאכען דורכליינען דעם אשכול גרונטליך ביז אהער מוז איך אייך קודם גראטולירען פאר אייער ארבעט מיט די תגובה הפותחת את האשכול ווי איר שרייבט אראפ בטוטו"ד תולדות ימי חיים וקורות הסיפורים של הרש"ג והתייחסותו לחב"ד ולהרמ"ש.
צו איך בין איינשטימיג מיט אייערע הנחות און מסקנות, גענצליך נישט, היינט צוטאגס ווען מחלוקת פלאקערט אין יעדע חסידות זעה איך נישט וואס איז אזוי שווער משיג צו זיין פ"וו מ'האט אין חב"ד מרחק געווען דעם רש"ג, דו זעהסט דען נישט מיט דיינע אויגן ווי זאכען ווער במזיד וביודעים אפגעטאן אין אלעס חסידיות מיט און דורך מענטשן געטריבען פון אגענדעס מרחק צו זיין און מקרב צו זיין איינס אדער מערערע קינדער פונעם אדמו"ר הקודם? איז דאס נייעס? אוודאי האט דער רש"ג געהאט א שטעלונג אין חב"ד און כדרכו של היצה"ר האט ער געשאפן א שפלינטער אין חב"ד פוקנט ווי ער האט שפעטער ערלעדיגט דאס זעלביגע אין אלע אנדערע חצרות, וואס מאכסטו אזעלכע טעמישע באהויפטונגען מיט וואונדער איבער וויזאוי חב"ד פירט זיך אויף כלפי דעם רש"ג ווען מ'קען שרייען טול קורה מבין עיניך, איך מיין נישט דיך פערזענליך אבער דאס איז דאך ליידער מעשים בכל יום.
יעדע היסטאריע קען מען איבערשרייבען און מאכען א יש מאין, מ'נעט א בריוו דא און א ווארט דארט און עס ווערט א פערטיגע מעשה, ואידך פירושא זיל גמור
קיין טשייניק איך האקzugurnish האט געשריבן: ↑ מיטוואך פעברואר 07, 2024 1:01 pmאיך זיץ און שטוין איבער די געהאקטע מעשיות דא אין "תולדות חייו"
איך פרוביר שטארק ניט אריין לאזען אין ויכוחים דא אויף אייוועלט אבער באלט וועל איך שרייבן נקודות קטנות בקיצור
אויף דעם רשימה
איך שרייב אלץ איינער וואס האט מיט געאטעמט וואס גייט פאר
און זיס און ראש המנהלים זאלן ניט האקן א טשייניק אז זיי ווייסן בעסער
אז דו האסט ניט געשריבן איז ניטראש המנהלים האט געשריבן: ↑ מיטוואך פעברואר 07, 2024 1:12 pmקיין טשייניק איך האקzugurnish האט געשריבן: ↑ מיטוואך פעברואר 07, 2024 1:01 pmאיך זיץ און שטוין איבער די געהאקטע מעשיות דא אין "תולדות חייו"
איך פרוביר שטארק ניט אריין לאזען אין ויכוחים דא אויף אייוועלט אבער באלט וועל איך שרייבן נקודות קטנות בקיצור
אויף דעם רשימה
איך שרייב אלץ איינער וואס האט מיט געאטעמט וואס גייט פאר
און זיס און ראש המנהלים זאלן ניט האקן א טשייניק אז זיי ווייסן בעסער
בלויז געמאכט א פדפ
און דעי היסטאריע לטב או למוטב איך קען נישט
סאו האקט נישט קיין טשייניק זוגארניש
אויף די מצבה וואס ווערט געברענגט אויבן אינעם אשכול זעהט אויס ז אד”א, איר האט אפשר א קלערערע בילד פון די מצבה?
איך נעם מיך אן פאר דיין כבוד,ראש המנהלים האט געשריבן: ↑ מיטוואך פעברואר 07, 2024 1:12 pmקיין טשייניק איך האקzugurnish האט געשריבן: ↑ מיטוואך פעברואר 07, 2024 1:01 pmאיך זיץ און שטוין איבער די געהאקטע מעשיות דא אין "תולדות חייו"
איך פרוביר שטארק ניט אריין לאזען אין ויכוחים דא אויף אייוועלט אבער באלט וועל איך שרייבן נקודות קטנות בקיצור
אויף דעם רשימה
איך שרייב אלץ איינער וואס האט מיט געאטעמט וואס גייט פאר
און זיס און ראש המנהלים זאלן ניט האקן א טשייניק אז זיי ווייסן בעסער
בלויז געמאכט א פדפ
און דעי היסטאריע לטב או למוטב איך קען נישט
סאו האקט נישט קיין טשייניק זוגארניש
ניין דארט שטייט ווען א מכתב תנחומין וואס איז געקומען פון לאנדאן,