אור אלטע אימפעריעס הנזכרים בתנ''ך
יעדע פשוטע חדר אינגל קען נעמען פון מערערע גאר היסטארישע אלטע אימפעריעס וואס האבן רעגירט אויף די וועלט בשעתם,
און וואס פארנעמען טויזנטער בלעטער אין די היסטארישע און ארכיאלאגישע ביכער וואס נאך יארן פארש ארבעט ווערן זיי געוואר פשוטע זאכן וואס בר בי רב דחד יומא ווייסט.
מען רעדט דא אזעלכע א שטייגער ווי 'אשור, בבל, מצרים, צור וצידון, עילם, פרס, מדי, הודו, חתים', און נאך מערערע.
אבער צומאל וויבאלד מען קען נישט די פונקטליכע פרטים, פארשטייט מען נישט געוויסע זאכן,
און בכלל קען אסאך ארויסהעלפן ווען מען לערנט נ''ך צו פארשטיין די דעמאלטדיגע מציאות.
דעריבער וועלן מיר אי''ה אראפברענגען מיט די צייט אלע אור אלטע היסטארישע אימפעריעס,
בפרט אזעלכע וואס ווערן דערמאנט אין די תורה און האבן געשפילט א ראלע אין די היסטאריע פון כלל ישראל.