וואס יא, עס איז פאראן א מושג פון "הרע במיעוטו" - צומאל איז מען מקיל און משניידט געוויסע קארנערס ע"ד אמרה תורה "חלל עליו שבת אחת, כדי שישמור שבתות הרבה" אבער צו קומען זאגן א א געמיש פון שקר און אמת זאל באקריגן א נייע גלאנציגע נאמען והוא "דרך הממוצע"?! דאס איז הבל ורעות רוח וואס איז ליידער זייער נפוץ ונהוג בתוכינו בעוה"ר.
די חוטא וואס האט זיך אנגעוויקלט מיט שחורים ע"ד "ילבש שחורים ויתכסה שחורים ויעשה כמו שלבו חפץ"... - דאס אז חז"ל האבן אים געגעבן אן עצה ע"מ צו פארמיידן חילול שם שמים בפרהסיה - דאס האט נאכנישט פארברעצירט א נייע דרך הממוצע. די שקר בלייבט שקר און די אמת בלייבט אמת אין מלכות זו נוגעת בחברתה.
נאר וואס דען, די היינטיגע ליבאראלע וועלט האבן משדך געווען די צווי יעניגע ויצא העגל הזה וזהו "דרך הממוצע" ובאמת אין כאן לא דרך ולא ממוצע אלא "דרך מומצא" א נייע באשעפענע דרך וואס פארהאסט די ערליכע אידן וואס ריקן זיך נישט אוועק פון זייער קוצו של יוד המקובלת להם מדורי דורות.
עד כאן במילי דשמיא.
די זעלבע איז בנוגע להבדיל אא"ה - די פאליטישע וועלט.
ווען איין צד פארלירט זיין דרך, ער וויל זיין א שיינע איד אן טאנצן מה יפית, ער וועט זינגען קאנטרי אווער פארטי און נאך פארשידענע לחנים אבער ער וועט נישט כאפן אז זיין טענצל האט אים ווייט אוועקגעשלעפט פון זיין מקור.
העולם אומרים אז די היינטיגע רעפאבליקאנער זענען די דעמאקראטן פון 10 יאר צוריק - דאס קומט ווייל זיי קענען נישט גיין מיט זייער אמת ביזן סוף, זיי האבן געזוכט א דרך הממוצע אבער זיי ווייסן נישט אז די שיינע יפי עינים ובלורית דמתקריא ממוצע - איז גאר א ממז** א נעבעכיגע געמויזשאכטס פון שקר און אמת בעירבוביא וואס הינקעט א יעדן טאג אויף די אנדערע פיס, השקר אין לו רגלים אבער ער ווייסט אליינס נישט וואספארא פיס איז די רגלי השקר און אזא פנים האט עס...
ווען די וועלט וואלט געשטאנען נאר פון עקסטרעמיסטן אין ביידע זייטן - וואלטן מיר גלעבעט און געשמייכעלט! מ'וואלט געוויסט ווער איז דער אוהב און ווער איז די אויב. מ'וואלט געקענט שליסן דיעלס און לעבן אין פרידן און אפי' זיך שלאגן ווען עס פעלט זיך אויס - אבער מ'וואלט נישט געהאט די שונא זיצן ביי מיר אין דיינינג ראם. א שיינע רמז'ל קען מען ברענגען א ראיה פון די "מיטל מזרח" אז קיין "מיטל וועג" איז ניט פאראן... די אלע שוחרי שלום וואס האבן געוואלט פארקויפן אז עס איז פאראן א "מיטל וועג" האבן שוין אויך טיילווייז איינגעזען אז עס וועט נישט ארבעטן...
ווייטער, צו זיין אן עקסטרעמיסט איז נישט אזוי באקוועם און צומאל אויך נישט אזוי מכובדיג... אבער זייט וויסן אז פון די אמת קען מען זיך נישט רירן קיין סאך, [א יעדער פון זיין אמת] און ווען מ'רירט זיך יא און מ'באפריינדט זיך מיטן שקר - בלייבט ער א חבר אבער ער ווערט נאכנישט קיין געהעריגע פאמיליע מיטגליד. שקר איז שקר און אמת איז אמת - א יעדע שידוך פראבע צווישן די צווי צדדים וועט פאראורזאכן אומאנגענעמע וולדות.
פון דא און ווייטער נעמט עס צו וואספארא ריכטונג איר ווילט....
אינטרעסאנט, די אויספארשונג קאמיטעיט האט געשריבן אז בנימין נתניהו די פ"מ דאז בשעת'ן טראגעדיע - טראגט א פערזענליכע אחריות אין די געשעניש. אין אנדערע ווערטער - ביבי האט געדארפט זיכער מאכן אז אזא טראגעדיע זאל נישט פאסירן. אקעי, די עולם גולם קויפט אפ די אלע מסקנות און מ'האט פארגעסן אז די ציונים האבן שוין פראבירט צו נעמען די נויטיגע שריט [לשיטתם] און צו איבערנעמען די בעלות אויף די מקום קדוש, [רח"ל] אין יארע 2013 האט די שר האוצר דאז יאיר לאפיד אינטער די דאמאלטסדיגע ראה"כ בנימין נתניהו גע'חתמ'עט אויף א באפעל וואס נעמט איבער די מקום קדוש און געבט עס איבער פאר די רעגירונג [היל"ת]
לשיטתם האבן זיי געוואלט איבערמאכן און פארבעסערן דאס גאנצע מקום אז עס זאל זיין מער זיכער פאר די מתפללים. [און באזוכער רח"ל] אבער דעמאלטס האט די בג"ץ אפגעווארפן די פלאן און נישט צוגעלאזט די רעגירונג צו פארכאפן די מקום קדוש.
די הפקעה שריט וואס נתניהו און לאפיד האבן געוואלט בשעתו אדורכפירן - איז נישט קיין ריכטיגע זאך און בחסדי השם לא עלתה זממם בידם!
אבער לגבי באשולדיגן, ליתא חילונאי דפליגי אז ווען די ציון הרשב"י וואלט געווען תחת שליטת מינים וזדים [אזוי ווי די כותל און מערת המכפלה] וואלט אזא טראגעדיע נישט געקענט פאסירן.
סאו לשיטתם האט ביבי יא גענומען די ריכטיגע שריט און פראבירט צו מסדר זיין די מירון סיטואציע
אלזא פארוואס קומט מען יעצט מיט טענות צו ביבי? לכו לאומן שעשאכם - בג"ץ - און שרייט אויף זיי!
מיר ערליכע אידן ווייסן אז אלעס איז בידי שמים און חלילה וחס מהאי דעתא צו זאגן אז א ציוניסטישע הפקעה וואלט ווען פארמיידט אזא טראגעדיע, הבל הבלים, אבער די אויספארשונג קאמיטעיט, וואס איז מיט זיי? פארוואס קומען זיי נישט מיט טענות צו די עכטע בעל הבית אויף אלעס וואס פירט זיך אפ אין מדינת ישראל?
נאר אין מירון איז בג"ץ שולדיג?
וואס איז מיט די צודרייטע צוריק געבליבענע פאסט סיסטעם אין מדינת ישראל? ווער איז שולדיג אין דעם אז מ'באקומט בר מצווה הזמנות בשעת וואס די בחור האט שוין לאנג צוריק חתונה געהאט?
אויך בג"ץ.
אבער טענות וועט מען קומען צו די קאמיוניקאציע מיניסטאר שלמה קרעי און אדונו נתניהו פארשטייט זיך....
און יעצט לאמיר אייך מגלה סוד זיין - די בג"ץ וואס זיי זענען די דע פאקטא בע"ב אין די מדינה - זיי זענען שולדיג אין אלעס וואס טוהט זיך נאר אפ אין מדינת ישראל. זיי זענען די וואס האבן אייביג די לעצטע ווארט אין אלע באשליסונגען, בלעדיהם לא ירים איש את ידו ידם בכל אבער קיינער טאר זיי ח"ו נישט קריטיקירן רח"ל
וואס יא, עס איז פאראן א מושג פון "הרע במיעוטו" - צומאל איז מען מקיל און משניידט געוויסע קארנערס ע"ד אמרה תורה "חלל עליו שבת אחת, כדי שישמור שבתות הרבה" אבער צו קומען זאגן א א געמיש פון שקר און אמת זאל באקריגן א נייע גלאנציגע נאמען והוא "דרך הממוצע"?! דאס איז הבל ורעות רוח וואס איז ליידער זייער נפוץ ונהוג בתוכינו בעוה"ר.
די חוטא וואס האט זיך אנגעוויקלט מיט שחורים ע"ד "ילבש שחורים ויתכסה שחורים ויעשה כמו שלבו חפץ"... - דאס אז חז"ל האבן אים געגעבן אן עצה ע"מ צו פארמיידן חילול שם שמים בפרהסיה - דאס האט נאכנישט פארברעצירט א נייע דרך הממוצע. די שקר בלייבט שקר און די אמת בלייבט אמת אין מלכות זו נוגעת בחברתה.
נאר וואס דען, די היינטיגע ליבאראלע וועלט האבן משדך געווען די צווי יעניגע ויצא העגל הזה וזהו "דרך הממוצע" ובאמת אין כאן לא דרך ולא ממוצע אלא "דרך מומצא" א נייע באשעפענע דרך וואס פארהאסט די ערליכע אידן וואס ריקן זיך נישט אוועק פון זייער קוצו של יוד המקובלת להם מדורי דורות.
עד כאן במילי דשמיא.
די זעלבע איז בנוגע להבדיל אא"ה - די פאליטישע וועלט.
ווען איין צד פארלירט זיין דרך, ער וויל זיין א שיינע איד אן טאנצן מה יפית, ער וועט זינגען קאנטרי אווער פארטי און נאך פארשידענע לחנים אבער ער וועט נישט כאפן אז זיין טענצל האט אים ווייט אוועקגעשלעפט פון זיין מקור.
העולם אומרים אז די היינטיגע רעפאבליקאנער זענען די דעמאקראטן פון 10 יאר צוריק - דאס קומט ווייל זיי קענען נישט גיין מיט זייער אמת ביזן סוף, זיי האבן געזוכט א דרך הממוצע אבער זיי ווייסן נישט אז די שיינע יפי עינים ובלורית דמתקריא ממוצע - איז גאר א ממז** א נעבעכיגע געמויזשאכטס פון שקר און אמת בעירבוביא וואס הינקעט א יעדן טאג אויף די אנדערע פיס, השקר אין לו רגלים אבער ער ווייסט אליינס נישט וואספארא פיס איז די רגלי השקר און אזא פנים האט עס...
ווען די וועלט וואלט געשטאנען נאר פון עקסטרעמיסטן אין ביידע זייטן - וואלטן מיר גלעבעט און געשמייכעלט! מ'וואלט געוויסט ווער איז דער אוהב און ווער איז די אויב. מ'וואלט געקענט שליסן דיעלס און לעבן אין פרידן און אפי' זיך שלאגן ווען עס פעלט זיך אויס - אבער מ'וואלט נישט געהאט די שונא זיצן ביי מיר אין דיינינג ראם. א שיינע רמז'ל קען מען ברענגען א ראיה פון די "מיטל מזרח" אז קיין "מיטל וועג" איז ניט פאראן... די אלע שוחרי שלום וואס האבן געוואלט פארקויפן אז עס איז פאראן א "מיטל וועג" האבן שוין אויך טיילווייז איינגעזען אז עס וועט נישט ארבעטן...
ווייטער, צו זיין אן עקסטרעמיסט איז נישט אזוי באקוועם און צומאל אויך נישט אזוי מכובדיג... אבער זייט וויסן אז פון די אמת קען מען זיך נישט רירן קיין סאך, [א יעדער פון זיין אמת] און ווען מ'רירט זיך יא און מ'באפריינדט זיך מיטן שקר - בלייבט ער א חבר אבער ער ווערט נאכנישט קיין געהעריגע פאמיליע מיטגליד. שקר איז שקר און אמת איז אמת - א יעדע שידוך פראבע צווישן די צווי צדדים וועט פאראורזאכן אומאנגענעמע וולדות.
פון דא און ווייטער נעמט עס צו וואספארא ריכטונג איר ווילט....
זייער שיינע דיבורים, אבער צוליב דעם ''אמת'' האבען מיר למשל א פוטין וואס איז גרייט צו גיין עד הסוף פאר זיין אמת, וואס ער געהאט אביסעלע ליבעראלקייט וואלט שוין געווען עפעס א שלום, די גוים זאלען נאר חלילה נישט גיין מיט זייער אמת, ווייל זיי וועלן חרוב לייגען די האלבע וועלט אזוי ווי אלע עקסטרעמיסטען אין אלע דורות, די ליבעראלען היינט זענען שוין שקר אן קיין קצת אמת און זיי מאכען חרוב די וועלט אבער ליבעראלקייט בשורשו אמאליגע דעמאקראטען האט געראטעוועט די וועלט פון מלחמות כנלענ''ד
אויב איז נארמאל צו זיין משוגע פארוואס זאל איך משוגע ווערן פון זיין נארמאל. כ׳העל זיין א משוגענער אזויווי יעדע נארמאלע מענטש און שוין… קרעדיט יואב זינגערצווייג

אמת איז נישט קיין סתירה צו חכמה. ווען עס קומט צו מלחמות ברויך מען נוצן שכל און נישט אלעמאל איז די אמת'דיגע וועג צו גיין ראדיקאל און פארברענען די גאנצע דארף על מזבח האמת. צו זאגן שקר איז פאראן א היתר מפני דרכי שלום. אבער צו מאכן א אמת פון די שקר?! שקר בלייבט שקר אפי' ווען מ'נוצט אים פאר שלום צוועקן.
די אשכולהאט מיר צוגעברענגט צו שרייבן די לענגערע תגובה:
פארשידענע תגובות, לכאן ולכאן, יש דורשין לגנאי ויש דורשין לשוואך, די טעמע איז א ווייטאגליכע, די ניגונים זענען ע"פ געמיינע, נישט אונזער נוסחא און ווייט פון אונזער הברה, די געדאנק איז ווייט, די לחן - גאר ווייט, די ווערטער זענען היבש פארנעפלט און די באמבעס זענען סה"כ דא לבלבל השטן, די תנועות קלעבן נישט, זיי זענען פארנומען צו שרייען און צו מפרסם זיין די ליידיגקייט וואס פולט אן די מוחות קטנים ודחוקים, די מאבילס טראגן אומשולדיגע פארוואגעלטע נשמות ישראל שלא טעמו טעם רוחני, די סוגיא איז היבש פארצווייגט און די צווייפל איז חוגג - וויאזוי האנדלט מען דאס? וויאזוי קען מען זיך אפהיטן פון די מראות שחץ תוהו ואיבה [ת-ו-ע-ב-ה] וויאזוי? ווער זאגט אז דאס איז שלעכט? ווי שטייט דאס אין די תורה הק'? הללו מנגנים בשלהם ואלו בשלהם, פארוואס קענט איר נישט פארנעמען יענעמס נוסח און פשט אין שמחה של מצווה? עמי בבית???? ביי אונדז אין עיר ואם בישראל וויליאמסבורג המעטירה זאל מען זינגען אזוינע שירי עגבים??? הישמע כזאת? הזאת נעמי? תהא כהנת כפונדקית? איך פארשטיי, ס'שטעכט, ס'קראצט, פארן 3 יעריגע שעפעלטע קראצט דאס העמעדל וויילט מאמי האט פארגעסן צו אפשיידן די לעבל... און פאר ערליכע אידן קראצט ווען מ'זעט ל"ע אידן וואס זענען ליידער ארום גענומען מיט די ערלת הלב, יא, די לעבל קראצט אויף די מאביל טאנצט, אבער וואט נאו? וואס טוהט מען?
די ענטפער האט רש"י הק' געענטפערט:
"אינני יודע מה פירושו".
כ'ווייס נישט.
איך וועל נאר אראפשילדערן וואס איך האב מיטגעהאלטן בבית אחד מבעלי הבתים בעיר ואם בישראל וויליאמסבורג וואס האט געהאט ביי זיך אינדערהיים א צוזאמקום פון אלע ביידע שבטים, די צווי מחנות האבן זיך צוזאמגעטראפן, און מהאט געדארפט טאנצן אויף ביידע חתונות כפשוטו וכמשמעו אט ליינט וויאזוי עס האט אויסגעקוקט:
די שכנים האבן זיך זיכער געוואונדערט און געהויבן מער ווי אויגן ברעמען, פון די חצר האט בוקע געווען עתים שוטה ועתים חלומה, פארשידענע אלערלליי רילליליי מיוזיק אמאל בנוסח ספרד און אשכנז לא נפקד מקומה, לחנים עתיקין מיט נייע ערצייגטע ד"ג מיקסן, די שכנים האבן זיך געוואונדערט צו די מיוזיק קומט פון איין ארט אדער פון צווי באזונדערע שטאקן, אפשר האט די בע"ב פארדינגען זיין בעיסמענט פאר אפאר פוחזים וריקים? אפשר האט ער ליידער אייניקלעך וואס ציען מער צו די דרומית מערבית זייט?
די משמע איז נישט דומה למעשה, איך קען דאס נישט ארויס האבן נאר פון בלויז שטיין אינדרויסן און זיך ברעכן קאפ ווער איז די קראוד די המון וואס האט זיך צונויף געקומען און זיך צוזאמגעשטעלט פאר א פורים טאנץ וואס פון אויבן אויף לא נגעו ופגעו זה אצל זה.
נאכן צולייגן מער אויער ווי קאפ , מ'שפאצירט אריין און מ'געפונט אויס אז ס'איז נישט קיין צווי באזונדערע חגיגות נאר מ'רעדט פון איין פאראייניגטע מסיבה של מצווה משתה ושמחה אור ליהודים וואס די צווי צדדים האבן זיך אפיציעל צוזאמגעטראפן ולא באקראי!
איך קום אריין און מיינע אויגן זען א מחזה שלא מעלמא הדין, מ'האט פונקט דעמאלץ געהאלטן ביי די צד הקדושה פארברענג, די עולם איז געזעצן און געזינגען ניגוני השתפכות הנפש, "אִם מָצָאתִי חֵן בְּעֵינֶיךָ הַמֶּלֶךְ וְאִם עַל הַמֶּלֶךְ טוֹב תִּנָּתֶן לִי נַפְשִׁי בִּשְׁאֵלָתִי וְעַמִּי בְּבַקָּשָׁתִי" די עולם האט גע'בוכה'ט און געבעטן, די טרערן און וויין האבן זיך געגאסן כנהרות איתן, די תחינות ובקשות האבן געשפאלטן הימלען, איך שטיי ווי אן אורח און איך פראביר צו כאפן וואס דא גייט פאר און דאן פאנגט מען אן נאך א לחן אויף די ווערטער, פשוט און פראסט די עולם בעט דעם מלכו של עולם א יעדע נפש מיט זיין שאלה ובקשה, דער פרומע אינגערמאן האט זיך אויסגעבעטן א חים של תורה ויראת שמים, דער באלעבאס האט געבטן נחת און פרנסה, די קילער בחור האט מען געקענט זען אז אין זיינע אויגן ברענט די "לאוו יו האשעם" וואס ער האט זיך אויסגעבעטן ווייסעך נישט....
און דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט נאך א תנועה "לָבוֹא אֶל הַמֶּלֶךְ לְהִתְחַנֶּן לוֹ וּלְבַקֵּשׁ מִלְּפָנָיו עַל עַמָּהּ" די עולם האט איינגעריסן וועלטן, געבעטן פארן כלל און פארן פרט, אידן ברויכן ישועות און רפואות, און דערנאך האט מען זיך גענומען טאנצן מיט ריינע לויטערע אלטרא חסידישע מיוזיק!!
אויב האב איך געמיינט אז די סארט מחנה ג' חברה קענען נישט קלעבן צו חסידות און כאניאקישקייט - התבדתי און אלע מיינע אלטע מיינונגען זענען פארשווינדן געווארן צוזאמען מיט הויעכע מחיצות און מויערן.
די עולם האט געהאפקעט און געשפרינגן ווי ממש ביין רבי'ן אויפן טיש, איך בין געשטאנען און געלאכט ווען בלבבי האב איך מיך פארגעשטעלט ווי קאמיש ס'איז צו זען די סארט חברה טאנצן אויף די טראדיציאנאלע חסידישע פארענטשעס... אבער אזוי האט עס אויסגעקוקט, נאר עטליכע מינוט בעפאר האט יוני Z און נאך עטליכע ישראלים געהאלטן די מיקראפאנען און געבאכעט מיט זייערע שפת חרטומים און קורצע מינוטן דערנאך האט שוין ר' יששכר גוטמאן געהויבן די עולם מיט פרישע ווארע, די חסידישע קווייער וואס האט דארטן געזינגען האט אין זייער שענסטן חלום זיך נישט פארגעשטעלט צו שטיין אויף איין סטעידזש מיט די אנדערע סעקעטע בעלי מנגנים... אבער אזוי האט זיך די שמחה של מצווה געצויגן...
הצו מיין פראגע צו איינע פון די בני המשפחה "וויאזוי באווייזט מען אזוינס"? אזא מין שילוב פון די עולם הזה און עולם הבא, צוזאמגעברענגט די צווי פארקערטע זאלן צוזאמען טאנצן, הללו מהללים און הללו הוללים וויאזוי קענען ביידע עקזעסטירן אינטער קורת גג אחד?
האט ער מיר געענטפערט:
"מיר זענען געווען גרייט דערפאר, מיר ווייסן שוין ווער זענען אונזערע אורחים און מיט די פאסיגע הכנה הראויה האט מען בס"ד באוויזן צו באלאנסירן די שמחה כדבעי.
מיר האבן פאראויס אנגעזאגט און צוגעגרייט אלע משתתפים אז ביי די מסיבה גייען אטיילט נעמען ידידים פון אלע שיכטן און קרייזן, זייט געווארענט אז קיינער איז נישט דא צו בייסן דעם אנדערן, עס וועט זיין צוגעשטעלט מאכל ומשתה לרחצה ובשפע, מ'ברויך זיך נישט עסן דאס געזונט, און די עולם איז דא פאר רויטע וויין און נישט פאר אנדערע רויטע מענטשליכע פליסיגע....
די עולם איז שוין געווען גרייט און געוויסט לקראת מה הולכים, מ'איז אנגעקומען מיט א פאזעטיווע בליק און מיט א גוטע כוונה פון מקרב זיין אחב"י, אלע ביידע צדדים זענען געווען פארנומען צו מחזק זיין דעם אנדערן, די מיוזיק האט מען צוגעגרייט א געשמאקע פלעיליסט פון האצקע דראצקע ניגונים וואס זענען גענוג באמבעדיג און מחרישי אזניים אבער זיכער געמאכט אז עס זאל נישט אריבערגיין די גרענעץ [און תיתי ליה להר"ר קלמן שווארץ פארן אזוי גוט אראפ לייגן די צער בעלי חיים ניגון מיט די פאסיגע גוטע פראסטע ביעטס אז די אפי' געוויסע סארט בעלי חיים קענען זיך דערקוויקן דאס הארץ מיט דעם, אבער דאך איז עס הייליגע טהור'ע וועטער יסודתם מהררי קודש.] און דערנאך האט מען זיכער געמאכט אז די מחנה ג' זאלן קומען גענוג פרי, אזוי אז זיי זאלן קענען באקריגן כבודם והראוי להם
וכך הוה!
מ'האט אנגעפאנגען די חינגה מיט די מזל אדר DGים ניגונים, ס'האט געדינערט און געבאמבעט! אלע מיני טענער, און נאכן זיך אויסטאנצן און דערקוויקן די נשמות הצמאות מיט א דאזע ליידיגקייט האבן אריין מארשירט די חסידישע כאניאקעס, און די קאפעליע [א רעקארדינג] האט גלייך געשיפטעד צו א לעבעדיגע אריין קומען פון א רבי צו שולה"ט ליל פורים, מ'האט געזינגען ליהודים היתה אורה, די פלעשעלעך האבן זיך אויסגעליידיגט אין סעקונדעס, "תשועתם היתה לנצח" און די עולם האט מפזז געווען באחדות און באהבה ואחוה טהורה עומדת לעד!
דערנאך האט מען זיך צוגעזעצט צו די חסידישע ניגוני התעוררות, די מחנה וואס זענען געווען "מגושמים" ביז עטליכע מינוט צוריק - זענען יעצט געזעצן כחסידים ואנשי מעשה און געוויינט כתינוקות של בית רבן, די עולם האט זיך ארום גענומען און זיך צוזאמען אויסגעבעטן, דערנאך האט מען נאכאמאל אנגעהויבן מיט ניגוני יראים ושלמים, די עכטע שמחה של מצווה האט בוקע רקיעים געווען, די מחיצה של ברזל האט זיך אויפגעוויזן ווי א דינע גלאזערנע שיכט וואס מיט איין קליינע זעץ צופיצלט ער זיך ווי גארנישט... א נשף בערב יום האט זיך אויסגעלאזט כרסיסי לילה - די עתירות ובקשות זענען געווען נורא ואיום, מ'האט געשפירט די יום פורים כפורים און נאך לאנגע מאמאנטן פנו שני המחנות לדרכם וליהודים היתה אורה ושמחה מיט א ריכטיגע באלאנסירטע ששון.
דאס איז מיין מעשה וואס איך האב מיטגעהאלטן. צו מ'קען דאס איבערשפילן ביי אנדערע הויפן און קרייזן? איך בין כמעט זיכער אז מיט די תבונה פון אונזערע טייערע מחנכים און רבנים בסיוע ותמיכה פון נגידים און בעלי בתים [מיט קרעדיט קארדס און אן...] גלייב איך אז מ'קען.
לאמיר פראבירן און משתדל זיין אז די קומענדיגע יאר זאל רש"י הק' קענען שרייבן - ו"הנני יודע מה פירושו" ולשמחה מה זו עושה - בשמחת עולמים בביאת גוא"צ בב"א.
----- אויב האלט איר אז די דאזיגע מהלך קען ארבעטן - ביטע שענקט אייער פידבעק מיטן דראפן א לייק.
א רעש און א טומל!! די עולם האקט, תגובות פליעסן. לאמיר פראבירן אריין צו שמוגעלען מיין אומפאפולערער תגובה ע"מ לצאת ידי חובתי:
מה נשתנה קווין פאון? לאמיר גיין צום שורש העוון - די אינטערנעט ואביזריהו. ווער האט גע'אסר'ט די אינטערנעט? עסקנים? בע"ב? ניין, די רבני ומנהיגי הדור די ראשי ישיבות ומחנכים זיי האבן דאס גע'אסר'ט, זיי זענען ארויס בחרב ובחנית אקעגן די אינטערנעט, זיי האבן אוועק געשטעלט גדרים וסייגים, די רבנים האבן אויפגעשטעלט פארשידענע וועד'ן [וועדות] א יעדע קהילה לויט אירע געברויכן און סייגים.
היינט צו טאגס איז [כמעט] נישט שייך אז א היימישע איד האט נישט קיין געהעריגע אוועקגעשטעלטע וועד לעניני טעכנאלאגיע צו וואס ער דארף זיך צושטעלן.
אלזא, ווען עס קומט צו די קווין פאון, איז די קלארע ענטפער "לא נשתנה".
די קווין פאון האט די זעלבע דין און הלכה ווי די אנדערע אביזריהו דאינטערנעט דהיינו - גיי פרעגן דעת תורה, פרעג דיין רב און מורה דרך "קווין פאון מה דינו" און נעם אן זיין פסק כהלכה למשה מסיני.
צו קומען און דעבאטירן אויף אייוועלט בחברת דעת בע"ב און זיך אריין לאזן אין ענדלאזע געפעכטן איבער די שרשי ושימושי עוון האינטערנעט - לענ"ד איז דאס נישט נוגע ווייל נישט איך און אויך נישט קיין איינע פון די איינגעשריבענע באנוצער דא אויף אייוועלט האבן גודר געווען די גדרים אדער געשטאנען בפרץ.
איר ווילט דווקא וויסן "מה נשתנה קווין פאון" - לך להפה שאסר און פרעג חוות דעתו, ווייל אויב וועט איר אנהייבן אריין צוקריכן אין די שרשי האיסור און מלבן זיין די סויגא מיט די אומריכטיגע מגי"ש וועט איר טיף פארבלאנדזשענען...
אז איר פארלאזט זיך נישט אז די רבנים האבן די ריכטיגע דעת תורה, אז איר האלט [ח"ו] אז מ'קען זיי איינרעדן און יד העסקנים בעלי אינטערעסן בדבר - דעמאלטס פארוואס נאר ביים קווין פאון, גיי ברייטער און גרעסער - קויף דיך א גרויסע סמארטפאון!
אלא מאי? ברוך שנתן עולמו לשומרים און ווען עס ערשיינט אזא ברייטע גליון וואס האט ערהאלטן א שיינע גושפנקא פון מערערע וועדי הקהילות הנכבדות בישראל - דאן גלייב איך באמונה שלימה אז די רבנים פארפירן אונז נישט אין תהום אריין.
לענ"ד איז די גאנצע גליון ערשיינונג א שטיקל "רע במיעוטו" די עצם זאך פון קומען און אריין גראבן בטעמי ונימוקי האיסור דאס איז פותח פתח צו קומען מערער זיין אויף די דעת תורה וואס האבן גודר גדר געווען.
איינע פון די טעמים וואס חז"ל האבן צוגעלייגט טעמי המצוות איז צו קענען מדמה זיין מילתא למילתא און צו קענען מדקדק זיין במצוות אבער נישט ח"ו צו קומען גורע זיין און אריין לייגן ספיקות בדרי ואיסורי התורה.
די בעסטע זאך וואלט געווען אז די רבנים ומחנכים זאלן קומען מיט א שטייפע הוראה לאיסור אדער להיתר! און ווער עס פארשטייט בעסער זאל ביטע גיין גרויס און קויפן א געהעריגע ס"פ און נישט ארויסשטעלן א דבר אחר פיסל באיצטלא דכשרות. און יעצט לעצם השאלה "איז די קווין פאון אסור"? כ'ווייס נישט, גיי פרעג דיי לאקאלע רב.
די אשכולהאט מיר צוגעברענגט צו שרייבן די לענגערע תגובה:
אויב האלט איר אז די דאזיגע מהלך קען ארבעטן - ביטע שענקט אייער פידבעק מיטן דראפן א לייק.
איך בין נישט געווען אין יענע אשכול צו פונקטליך זיין אינעם נושא.
אבער צו איך האלט ס'קען ארבעטן. אוודאי בפרטיות למשל ביי די מענטש, ס'קומען לכתחלה מחנה ג צו אלץ קירוב, צו אלץ ארבייטערס, און מ'שמועסט בעפאר אז ענק פארשטייען אויך עטץ זענטס מחנה ג, איז איך געב ענק ספעיס, אבער ביטע דערנאך זאלט עטץ זיין אנדערש.
אבער ס'זאל זיין א נחלת הכלל איז גאר גאר שווער דאס זאל ארבייטן, כ''ש ווען די רעדע דא איז נישט פון מחנה ג נאר גרופעס וואס געהערן צו מחנה א און ביי זיי איז עס זיכער א פראבלעם.
אבער דאס ברענגט ארויף די זעלבע פראגע אויף פארקערט, וויאזוי וועלן זיי טאקע קאנטראלירן די אוועקואציע וואס זיי זאגן אז זיי פאנגען שוין אן מיט אזוי ווייניג פערסאנאל.
פון זייער זייט זאגן זיי אז דאס איז מער ווייניגער א חלק פון די פלאן, אבער ס'איז נישט.
וואס איז נישט קלאר? מדינת ישראל גייט קיין רפיח. זיי ציען זיך יעצט ארויס ווייל מ'איז בעיסעקלי Done מיט די כאן יונעס אפעראציע. די סאלדאטן דארפן זיך רעארגאניזירן און כאפן פרישע כוחות. דאס איז די ערשטע פויזע פון די מבצע רפיח. מדינת ישראל קען זיך נישט ערלויבן צו זיך לאזן פאר כאמאס/אמעריקע און לאזן די אלע איזראעלי הרוגים הי''ד פאלן פאר גארנישט. אן עקסטרע בושה איז עס פאר מיר אמעריקאנער וואס אונזער יר''ה שטייט שוין היינט צוזאמען מיט די כאמאייסיסטן און פארלאנגט די זעלבע פארלאנגען - א גענצליכע מלחמה אפשטעל.
אבער מדינת ישראל האט דריי וויכטיגע מיסיעס:
1. אויסראטן כאמאס. 2. צוריק ברענגען די משכונות. 3. אוועק שטויסן כיזבאללא און צוריק קערן די צפון איינוואוינער צו זייערע היימען.
די רעכטע איזראעלי רעגירונג טראכט קודם אויף נומער 1 און 3, ווייל אין אירע אויגן זענען אלע מדינת ישראל בירגער געהעריגע משכונות לעתיד רח''ל - אויב נעמט מען נישט יעצט קעיר פון די צוויי באנדיטן כאמאס און כיזבאללא - וועלן די חברה איבערגיין די אוק'7 אקט און איבערשפילן די גאנצע בלוטיגע שפיל. במילא האלטן זיי זיך ביי זייערס, נתניהו ווארפט אוועק (ביזדערווייל...) די העפטיגע אבנארמאלע מאס פרעשור הן מבית והן מבחוץ און ער פראבירט צוזאמען מיט די לוזערישער מדינת ישראל מיליטער צו צוריק ברענגען די זיכערהייט פאר יושבי מדינת ישראל דורך אויסראטן אלע פיינט.
דא עקא, די לינקע לאגער טראכט נאר אויפן פרט, זיי זענען גאר עמאציאנאל און די טרערן פון די פארכאפטע משכונות מיט זייערע פאמיליע מיטגלידער שטייט זיי אקעגן די אויגן, און דאס מאכט זיי אומקלאר די נויטיגע געזונטע זע קראפט, זיי האבן אין פארנט פון זייערע אויגן בלויז איין ציהל פון "ברינג דעם האום נאו"! פאר א יעדע פרייז!
3. די געדאנק פון דיספלעיסינג - פארטרייבן און שיקן די עזה איינוואוינער וואוינען אין אנדערע לענדער איז יהרג ובל יעבור, הס מלהזכיר, קומט נישט אין באטראכט בשופו''א.
דאס איז נייעס!
פארוואס נישט? וואס א חיליק ווי זיי זענען אין גלות אין עזה אדער אין עגיפן?

והוא פשוט. אויב זענען זיי גלות אין עזה איז מדינת ישראל רעספאנסיבל פאר זייער וואוילזיין און די גאנצע וועלט קען שטיין מיט א פארגרעסערן גלאז און משפט'ן מדינת ישראל פאר א יעדע מינדעסטע פארלעצונג אין מענטשן רעכטן.
אבער אויב זענען זיי אין עגיפטן, און די עגיפטישע רעגירונג איז נישט אזוי איידל ווי מדינת ישראל (ע''ע וואס די סירישער אסאד האט געטוהן מיט די הונדערטער טויזענטער פאלעסטינער פליטים) דאן וועט מען גארנישט קענען פארדינען פון די פאלעסטינערס פיין, ווייל קיינער זארגט זיך נישט 'עכט' פאר זייער וואוילזיין, די מכלומר'שט'דיגע זארג איז בלויז אן איצטלא צו באהאלטן די שנאת ישראל.
נמצא אז די פאלעסטינער מוזן בלייבן אין עזה אלס א שטעקן צו קענען שלאגן מדינת ישראל.
כידוע ליודעים איז די פרייז פון זיך אריבער שמוגלען קיין מצרים 5000$ מדינת ישראל איז גרייט צו צאָלן פאר אלע פאלעסטינער די געלטער צו קענען אנטלויפן און בויען א פרישע נייע לעבן.
אבער צוויי זייטן לאזן דאס נישט צו.
אמעריקע - וואס זיי גייען דאס צאלן די ענד אויף די געים, אבער נישט דאס געלט שטערט זיי - זיי צאלן אסאך מער פאר די וואפן - נאר ענדערש די אויבנדערמאנטע סיבה.
כאמאס - וואס זארגט זיך נישט פאר די פאלעסטינע בירגער נאר זיי זארגן זיך פאר זיך און פאר זייער פארשמייליגטע מלחמה אין איינעמען אל אקצא און אריין ווארפן אלע אידן אין ים היל''ת.

מיין פראגע איז צי בלינקען האט זיך נישט אפשר דערמיט ארויס געשטעלט אלס אן ספאוקס מען פון כאמאס??
ווי די נתניהו דאקטרינע האט אויפגעריסן אין זיין פנים.
דער איזראעלי פירער און כאמאס זענען טויטליכע פיינט - און נאנטע אליאנטן אין זייער קעגנערשאפט צו א צוויי-שטאטן לעזונג.
איזראעליס זענען נישט איינשטימיג איבער אסאך, בפרט לעצטענס, אבער אנקעטעס ווייזן אז זיי באשולדיגן פרעמיער-מיניסטער ביבי נתניהו פארן לאזן דאס לאנד אומפארזיכערט און אויסגעשטעלט צו א כאמאס אטאקע אויף די 7טן אקטאבער.
זייטיגע נאטיץ
די אנקעטעס גענומען דורך די לינקע שונאי ביבי, די רעכטע אנקעטעס ווייזן דאס פארקערטע, און די בירגער באשולדיגן די מיליטערישע פירער מיט'ן פארראטן די רעגירונג.
די באשולדיגונגען געצילט קעגן נתניהו גייען ווייטער פון בלויז נישט פאראויסזען אדער פארמיידן די כאמאס אנגריף אויף די 7טן אקטאבער, נאר פילע באשולדיגן אים אז ער האט אויפגעבויט די גרופע פאר לאנגע יארן אלס א סטראטעגיע צו שטערן א צוויי-שטאטן לעזונג באזירט אויף די פרינציפ פון לאנד פאר פרידן.
זייטיגע נאטיץ
צו זאגן אז נתניהו האט געבויט כאמאס דאס איז די ליגענט וואס די לינקע נוצן איבער נאכאמאל און נאכאמאל אן מיד ווערן, נתניהו האט געצווינגענערהייט געמוזט אדורך לאזן די פינאנציעלע הילף וואס איז געשיקט געווארן דורך קאטאר און די אנדערע אראבישע לענדער, די גירוש גוש קטיף וואס האט בעצם געמאכט די וועג פאר כאמאס צו זיך מאנסטערירן און איבערנעמען די עזה סטריפ - דאס איז מעשי ידי אריק שרון וחבריו השמאלנים.
"עס איז געווען א סך קריטיק פון נתניהו אין מדנ"י פארן איינשטעלן א פאליסי פאר יארן פון פארשטארקערן כאמאס און האלטן עזה אויפן שוועל, און אינעם זעלבן צייט אונטערמינעווען און אפשוואכן די פאלעסטינער אויטאריטעט," האט געזאגט מירב זונשיין פון די אינטערנאציאנאלע קריזיס-גרופע. "און מיר האבן דאס מיטגעהאלטן זייער קלאר 'אן דע גראונד.'"
"(כאמאס און נתניהו) פארשטארקערן זיך איינער דעם צווייטן אינעם זין אז זיי פארזארגן דעם צווייטן מיט א וועג פארצוזעצן די באנוץ פון כח און רידזשעקשעניז"ם אנשטאט מאכן סעקריפייסעס און קאמפראמיסן אנצוקומען צו א לעזונג אינעם קאנפליקט."
הוילע און פרעכע לינקע כזבים, די אלע אקציעס אין די לעצטע יארן זענען אדורך געפירט געווארן מיט'ן ציהל צו אויפבויען כאמאס?!?! מ'האט זיי טאקע נישט אויסגעראטן אינגאנצן ווייל מיר זען דאך ווי אפי' היינטצוטאגס נאך די שוידערליכע אוק'7 אטאקע - לאזט נישט די וועלט עלימינירן די בארבארישע כאמאס, אלזא איז נישט געווען מעגליך צו אויסראטן כאמאס בעפאר.
יובל דיסקין, אמאליגער שעף פון די מדנ"י שין בית זיכערהייט אגענטור, האט געזאגט פארן טאג-צייטונג ידיעות אחרונות אין 2013 אז "אויב מיר קוקן צוריק איבער די יארן, איינער פון די הויפט מענטשן וואס האבן ביישטייערט צום פארשטארקערונג פון כאמאס איז נתניהו, זייט זיין ערשטע טערמין אלס פרעמיער-מיניסטער."
◄ ווייז ספוילער
נאום יובל דיסקין פון די גרויסע קאפלאניסטן, באקאנט מיט זיין גרויסע 'אהבה' צו נתניהו, ער ליידט אויך פון די מיסטעריעזע סינדראם וואס כאפט זיך ארויף אויף א מערהייט פון די געוועזענע זיכערהייט באאמטע וואס ווי נאר זיי טריטן ארויס פון זייער פאזיציע פארלירן זיי די שכל הישר און פאנגען אן צו רעדן נאנסענס אין די מאסן. ער איז פון די NSS מכון וואס זענען באקאנט מיטן פאראויס שאצן זאכן וואס האבן מיטן מציאות נישט קיין שייכות, די לעצטע מאל וואס זיי האבן מצליח געווען צו פאראויס שאצן עפעס ריכטיג איז געווען לאנגע יארן צוריק... אלע חברה וואס האבן זיך געטראפן ארבעטלאז און מאכטלאז געבן ארויס דארטן זייער ווייטאג און שנאה אויף די נארמאלע מענטשן וואס זיצן אויפן בענקל. די חברה זענען שולדיג אין די לינקע בייזע ווינטן וואס האבן איבערגענומען די איזראעלי זיכערהייט קארידארן און דערנאך קומען זיי באשולדיגן נתניהו גאר אלזא נעמט זיינע ווערטער מיט א שענערע הויפן זאלץ.
אין אויגוסט 2019, האט דער אליגער פרעמיער-מיניסטער אהוד באראק געזאגט פאר די איזראעלי ארמיי-ראדיא אז נתניהו'ס "סטראטעגיע איז צו האלטן כאמאס לעבעדיג און שטויסנדיג... אפילו אויפן חשבון פון די איינוואוינער פון דרום... כדי אפצושוואכן די פאלעסטינער ממשלה אין ראמאללא."
◄ ווייז ספוילער
נאום הגבר שתום העין, די צעיועזשטע קראנקע משוגענער וואס האט אויך געהאט א גרויסע חלק אין חרוב מאכן די איזראעלי מיליטער דורך אריין ברענגען לינקע מהלכים און פאנטאזיעס וואס קלעבן נישט צו די ערד. ווער עס קען אהוד באראק ווייסט אז קיין ראיה פון אים קען מען נישט ברענגן, די אלע רעכטע וויילער האבן סאמהאו אויסגעוועהלט נתניהו פאר זייער פירער טראץ די געפערליכע 'באשולדיגונגען' פון די אלטע זקן וואס אטעמט קנאה ושנאה מידי רגע ברגע.
די לאגיק וואס שטעקט אונטער דעם סטראטעגיע, האט באראק געזאגט, איז אז "עס איז גרינגער מיט כאמאס צו ערקלערן פאר איזראעליס אז עס איז נישט דא קיינער מיט וועם צו זיצן און קיינער נישט מיט ווען צו רעדן."
זייטיגע נאטיץ
דאס איז א מציאות און נישט קיין סטראטעגיע, צו קומען זאגן אז אמעריקע האט געשטיצט על קאידע צוליב זייער עקסטרעמיזם איז שוין בעסער און גרינגער.
נתניהו'ס קריטיקער זאגן אז כאמאס –מיט איר בלוטיגער רעטאריק, אפענע אנטיסעמיטישע לויזונגען און ליניע קיינמאל נישט צו צעטיילן דאס לאנד– האט אריינגעשפילט אין די הענט פון א פרעמיער-מיניסטער וואס האט אויך געוואלט קענען זאגן פאר די מערב וועלט רעגירונגען אז איזראעל האט "קיין פארטנער" פאר פרידן.
שטיצן א כאמאס רעגירונג אין עזה, זאגן יענע קריטיקער, האט ערמעגליכט פאר נתניהו צו באגרעניצן די פאלעסטינער אויטאריטעט צום מערב ברעג און עס אפשוואכן, צעטיילנדיג די פאלעסטינער אין צוויי קעגנערישע בלאקן.
זייטיגע נאטיץ
ווי שוין ערווענט, די פאקט אז נתניהו איז געצווינגען געווארן צו לאזן כאמאס לעבן (דורך אמעריקע און נאך גוטע פריינט) מאכט נאכנישט נתניהו אלס די גרויסע כאמאס שטיצער. מדינת ישראל האט טאקע פארדינען אז דורך כאמאס האט די צווי שטאטן לעזונג נישט געהאט קיין האפענונג - אבער דאס מאכט נאך נישט נתניהו און סמוטריטש (הילדעסהיימער, ער הייסט סמוטריטש און נישט שמוצריך) פאר כאמאס שטיצער אפי' ווען זיי זאגן אז כאמאס איז א נכס. ווען איינער ליידט פון קאפ ווי און מאגן וויי און ער פאלט אריין אין א טיפע שלאפ צוליב די קאפ וויי ווערט ער נאכנישט קיין פריינט פון די מאגן שמערצן וקל להבין לבעלי שכל.
כאמאס לייגט איר פינגער אויף די וואג-שאל
נתניהו איז די ערשטע מאל געקומען צו מאכט אין די 1996 וואלן וואס האבן נאכגעפאלגט די סוקסעספולע אטענטאט אויף פרעמיער-מיניסטער יצחק ראבין דורך אן עקסטרעמיסט וואס איז געווען קעגן די אָסלאָער אפמאכן.
פריע אנקעטעס האבן געוויזן אז ראבינ'ס נאכפאלגער שמעון פערעס איז געווען באקוועם פאראויס.
אנטשלאסן צו פאר'הרג'נען אסלא, האט כאמאס זיך געלאזט אין א ברוטאלע זעלבסט-מארד באמבע-קאמפיין וואס האט געהאלפן נתניהו איבערשטייגן פערעס און געווינען די וואלן אויף די 29סטן מאי 1996.
היינט, די סאמע זעלבע עקסטרעמיסטן וואס האבן גערופן פאר ראבינ'ס רציחה, האבן די מאכט אין נתניהו'ס רעגירונג.
זייטיגע נאטיץ
שקר וכזב, די רעכטע האבן קיינמאל גערופן אפן פאר ראבין'ס רציחה! עס איז טאקע געווען א מיעוטא דמיעוטא וואס האבן אזוי געהאלטן אבער דאס קומט נישט צו צו די היינטיגע רופן פון די לינקע לאגער וואס רופן בריש גלי ותחת כל עץ רענן פאר ביבי'ס טויט! טלו קורה מבין עיניכם איך גיי נישט אראפ ברענגן אלע צודרייטע טוויטס ווי מענטשן רופן אים אפיציעל צורר, בוגד, רודן, דיקטאטור, נידון למוות, מענטשן שרייבן און שרייען מידי שבוע בשבוע ביי די וועכענטליכע ארבעטסלאזער מוצ''ש פראטעסטן אז ביבי ברויך צו שטארבן. נתניהו'ס סטאטוע וואס איז אוועק געשטעלט געווארן אין כיכר רבי'ן דורך די לינקע איז שוין עטליכע מאל אראפ געווארפן געווארן אויף די ערד מיטן פראבע צו סימבאליזירן א רעגירונג פוטש און רצח הרודן, ריזיגע שילדן אויף די גאסן מיט נתניהו'ס געזיכט בדמות היטלער ימ''ש - דאס איז גארנישט? היפא היפא קראטיע במיטבה.
נאר צוויי וואכן פאר ראבינ'ס רציחה, האט א יונגער מערב ברעג עקסטרעמיסט זיך געלאזט פאטאגראפירן מיטן קעדילעק עמבלעם וואס ער האט געזאגט אז ער האט גע'גנב'עט פון ראבינ'ס אויטא. "פונקט ווי מיר זענען אנגעקומען צו דעם עמבלעם," האט ער געזאגט, "קענען מיר אנקומען צו ראבין."
היינט, איז יענער יונגערמאן, איתמר בן גביר, 45 יאר אלט און האט אכט מדנ"י קרימינאלע אורטיילן- אריינגערעכנט אורטיילן פארן שטיצן א טעראריסטישע ארגאניזאציע און אויפהעצונג צו ראסיזם. אמאל איז ער געווארן אפגעווארפן געווארן דורך די מדנ"י מיליטער פאר זיינע עקסטרעמיסטישע אידעאלאגיעס. היינט, מוז די איזראעלי פאליציי ענטפערן צו אים, אלס דער מיניסטער פון נאציאנאלע זיכערהייט אין נתניהו'ס רעגירונג.
זייטיגע נאטיץ
ככככככ, דו רעדסט פון א רעכטע מיניסטער וואס האט בימי חורפו געהאלטן א קאר סימבאל? וואס איז מיט גרויסע הויכראנקיגע לינקע פאליטיקאנטן און געוועזענער מיליטערישע פיגורן וואס זאגן אפן אין גראב אין די אולפנים אז נתניהו ברויך צו געשטעלט ווערן אין פארנט פון א ''כיתת יורים'' און געשאסן ווערן צום טויט? א לינקע פאליטיקאנט וואס זאגט אז ער וואלט געראטן ביבי צו טאנצן פון מגדלי עזריעלי צוליב זיינע בלוטיגע הענט - דאס איז יא בסדר? איר קומט רעדן וועגן בן גביר'ס קאדילאק סימבאל פון צוואנציק יאר צוריק?? הרוצה לשקר ירחיק עדותו - די רעכטע ברויכן נישט גריבלען און זוכן ראיות און עבירות פון יארן צוריק, זיי קענען בלויז נישטערן אויף טוויטער און גלייַך וועט ארויף שווימען די לינקע זוהמה.
דער פרינץ טורקי האט זיך באצויגן צו די געלטער וואס די קאטארער קעניגליכע משפחה האט געשיקט קיין עזה, אן ערך פון א ביליאן אמעריקאנער דאלער, דורכאויס די יארן.
"כאמאס איז אן עססעט"
נתניהו וויל כאמאס אויף די פיס און איז גרייט צו באצאלן אן אוממעגליכן פרייז דערפאר: העלפט פון לאנד פאראליזירט, קינדער און עלטערן טראומאטיזירט, הייזער באמבאדירט, מענטשן דער'הרג'עט," האט גאלית דיסטעל-עטבאריאן, היינט די אינפארמאציע מיניסטערין און א באקאנטע נתניהו שטיצערין, געשריבן אין מאי 2019. "און נתניהו, אין א מין חוצפה'דיגער, כמעט אומפארשטעלבארער איינגעהאלטנקייט, טוט נישט די גרינגסטע זאך: ער לאזט נישט די מדינת ישראל מיליטער איבערווארפן די ארגאניזאציע.
זייטיגע נאטיץ
און פארדעם האט מען פארשיקט עופר ווינטער פון מדינת ישראל מיליטער? ווייל נתניהו וויל נישט זיגן? נתניהו שטייט און שרייט בכל עת מצוא "א טאטאלער זיג"! די אלע לינקע באשגצן אים היתכן ער שטרעבט פאר אזוינע צודרייטע שטרעבונגען און דא קומט שלמה הילדעסהיימער און ציטירט עפעס א הלכה לגלית דיסטל מסיני? איך בין זיכער אז זי האט געמיינט ארויס צו ברענגן דאס וואס איך האב שוין פריער ערווענט - אבער דאס מאכט נישט אויס, גאנץ און אייזענקאט זיי ווילן אריין שמייסן אין עזה אבער ביבי איז גאר דער וואס לאזט נישט... נאר א לינקע קאפ קען אזוי שרייבן.
"די פראגע איז, פארוואס?" האט זי געפרעגט, און דערקלערט: "אויב כאמאס פאלט, קען אבו מאזן [מאכמוד אבאס] קאנטראלירן די פאס. און אויב ער וועט עס קאנטראלירן, וועלן זיין פארלאנגען פון לינקס וואס וועלן מוטשען אויף פארהאנדלונגען און א פאליטישע לעזונג און א פאלעסטינער שטאט, אויך אין די מערב ברעג... דאס איז די אמת'ע סיבה פארוואס נתניהו עלימינירט נישט די כאמאס פירער, אלעס אנדערש זענען נארישקייטן.
נתניהו'ס שפארבערישער דאן פארטיידיגונגס מיניסטער, אביגדור ליבערמאן, איז געווען דער ערשטער צו באריכטן אין 2020 אז ביבי האט געשיקט דעם מוסד-שעף יוסי כהן און דעם מיליטערישן הויפט באאויפטראגט איבער עזה, הרצי הלוי, קיין דאָהאַ צו "בעטלען" ביי די קאטארער צו פארזעצן צו שטיצן כאמאס פינאנציעל.
וז"ל: מה שכל בר דעת כאן יודע, גם יחיא סינוואר ידע מהרגע הראשון – הכסף הקטרי, יותר משהוא מציל את שלטון חמאס בעזה, הוא מציל את ממשלת בנט-לפיד. זו שנבנתה על כרעי תרנגולת עם תרנגולת אחת חשובה במיוחד, מנסור עבאס.
בלי כסף קטרי, עזה הייתה צועדת במוקדם או במאוחר להסלמה חדשה שהייתה יכולה להתפתח למלחמה. לא צריך מחשבון משוכלל של קאסיו כדי לעשות את החישובים הפוליטיים של מה היה קורה במקרה כזה ומה חוסנה של תמיכת עבאס בממשלה בזמן מלחמה בעזה. מכאן ועד לתוצאה שהתקבלה בבלפור הדרך הייתה קצרה: מוטב להכניס את הכסף הקטרי ולא לסכן את הממשלה השברירית הנוכחית בראשית דרכה.
אבער יענע רעגירונג האט אנגעהאלטן נאר 18 חדשים. דאן איז נתניהו צוריקגעקומען צו די מאכט מיט נייע, מער עקסטרעמע קאאליציע מיטגלידער וואס האבן געשטיצט די פאליסי פון קולטיווירן כאמאס כדי צו פארמיידן א פארהאנדלטע פרידנס-אפמאך.
נתניהו'ס איצטיגער פינאנץ-מיניסטער, דער מערב-ברעג זידלער בצלאל סמוטריטש, האט ערקלערט דעם צוגאנג צו די מדנ"י כנסת פארלאמענט נייעס-קאנאל אין 2015: "כאמאס איז א הילף, און (פאלעסטינער אויטאריטעט פירער) אבו מאזן (מאכמוד אבאס) איז א לאסט."
זייטיגע נאטיץ
ווי פאסיג איז עס צו קומען באשולדיגן די עקסטרעם רעכטע מיטן שטיצן כאמאס... איז אזוי, בצלאל סמוטריץ באלאנגט צו די נארמאלע מענטשן לאגער אין מדינת ישראל וואס ווייסן מיט וועם זיי האנדלען, די אלע לינקע וואס חלומען שוין יארן אז מיט די פאלעסטינער קען מען לעבן צוזאמען אין פרידן אפי' זיי זינגען הויעך אין די גאסן די אלעמען באקאנטן פזמון "From the river to the sea Palestine will be free" אבער סאמהאו רעדן זיך די לינקע איין אז אין די סטעיט אוו פאלעסטיין וועלן זיי געניסן פון די מינעמאלע מענטשן רעכטן... די פאלעסטינער רעגירונג וואס שטיצט אפענערהייט די רעדיקאלע איסלאמישע הלכות און פסקי דינים ואכמ"ל - זיי גייען צולאזן די לינקע ליבעראלע מערב וועלט לעבן סטייל??? די מגדלי עזריעלי וועט זיין פארנומען די גאנצע טאג מיט מעמדי סקילה והרג דורך די פאלעסטינע אינסטאנצן....
די רעכטע און סמוטריץ בכללם ווייסן דאס, זיי לעבן דאס מיט אין די מערב ברעג וואס דארט גייט פאר טעגליכע רציחות על "כבוד המשפחה" און זיי האבן נישט קיין בת היענה אויגן, און דערפאר האט סמוטריץ זיך אויסגעדריקט אז כאמאס איז א "נכס" - יא, עס איז ענדערשער צו האבן א רעדיקאלע ביטערע שכן וואס זיינע מאטיוון זענען נישט באהאלטן, ווי איידער צו זיך דארפן ספראווען מיט א זיסע מעסיגער שונא וואס וויל דיר אויפעסן פון אינעווייניג. עס איז ענדערשער זיך צו פלאגן מיטן עזות פנים ווי איידער צו באגעגענען "א זיס פנים"... סמוטריץ איז נישט געקומען אויסלויבן די כאמאס - נאר ער איז געקומען ארויס צו ברענגען די שעדליכקייט פון די זיסע אש"ף/פת"ח. יעצט צו קומען און באשולדיגן ביבי און סמוטריץ און די גאנצע רעכטע לאגער מיטן שטיצן כאמאס - דאס איז זינלאז און נעריש, די רעכטע האבן אייביג געשריגן אז די גירוש גוש קטיף וועט ברענגען א שואה און די לינקע האבן זיי ברוטאל דערשטיקט. עס קומט צו לאכן ווי די אלע לינקע וואס האבן אייביג קריטיקירט די רעכטע רעגירונג פארן אפהאלטן די פאלעסטינע געלטער קומען יעצט באשולדיגן.
שטיצן כאמאס אפצושוואכן אסלא
אויפן 12טן מארטש 2019, האט נתניהו פארטיידיגט די כאמאס צאלונגען צו זיין ליכוד פראקציע אויפן גרונט אז עס טוט אונטערמינעווען די פרא-אסלא פאלעסטינער אויטאריטעט, ווי באריכטעט אין די דזשערוזאלעם פאוסט:
"דער פרעמיער-מיניסטער בנימין נתניהו האט פארטיידיגט מדנ"י'ס רעגלמעסיגע ערלויבענישן פאר קאטארער געלט צו ווערן איבערגעפירט אריין צו די כאמאס קאנטראלירטע עזה, זאגנדיג אז עס איז א טייל פון א ברייטערע סטראטעגיע צו האלטן כאמאס און די פאלעסטינער אויטאריטעט צעטיילט, האט א קוואל אין מאנטאג'ס ליכוד פראקציע פארזאמלונג איבערגעגעבן," באריכטעט די פאוסט.
"דער פרעמיער-מיניסטער האט אויך געזאגט אז 'ווער עס איז קעגן א פאלעסטינער שטאט זאל זיין פארן איבערפירן די געלטער קיין עזה ווייל אנהאלטן א צעטיילונג צווישן די פאלעסטינער אויטאריטעט אינעם מערב ברעג און כאמאס אין עזה העלפט פארמיידן די גרינדונג פון א פאלעסטינער שטאט."
נתניהו האט אפעלירט אז נישט די געלט און נישט די קאנסטרוקציע מאטעריאלן געגעבן צו כאמאס וועלן ווערן דייווערטע"ט צו מיליטערישע צוועקן. אבער היינט, געפינט די מיליטער זיך דעמאנסטרירנדיג ווי כאמאס האט טאקע געטון דאס – דורך אריבערפירן און טוישן ציווילע געלטער און מאטעריאלן פאר מלחמה-צילן.
די מיליטער האט פרובירט אים דערמאנען דעמאלט, האט דער געוועזענער מיליטער-שעף גדי אייזנקאט געזאגט פארן מעריב צייטונג. ער זאגט אז נתניהו האט געהאנדלט "אין גענצליכע אפאזיציע צו דער נאציאנאלער זיכערהייטס קאבינעט באשלוס, וואס האט באשטימט אז עס איז געווען נויטיג זיך אפצוטיילן פון די פאלעסטינער און אויפשטעלן צוויי שטאטן."
זייטיגע נאטיץ
גדי אייזענקאט?! ער האט גאר דערמאנט ביבי?! ווער האט אפגעהאלטן די פלאן פון פארניכטן אלע כאמאס טונעלן אין מבצע צוק איתן? די רמטכ"ל דאז בעני גאנץ. זיין סגן גדי אייזנקוט און די ראש אמ"ן דאז איז געווען די געוועזענע רמטכ"ל אביב כוכבי, אט זיי זענען די אבי אבות ה"צבא קטן וחכם" קאנסעפציע און זיי האבן דעמאלטס אפגעהאלטן די מיליטער פון צו גענצליך פארניכטן די כאמאס טונעל צעל. אבער זיי זענען געווען גאר די וואס האבן אנגעווארענט ביבי... ווי זענען די שב"כ אין די בילד? זיי קענען נישט נאכגיין ווי דאס געלט גייט? די מיליטער ווייסט נישט וויאזוי צו באמבעדירן טונעלן?
"מיר עזה גרעניץ-איינוואוינער באצאלן דעם פרייז פאר דעם פאליסי מאנגל און די אראגאנץ קעגן דעם פנים פון טעראר," האט געזאגט דער ארבעטער פארטיי כנסת-מיטגליד חיים יעלין אין 2019.
מוסטאפא בארגוטי א דאקטער און מיטגליד פון דעם פאלעסטינער צענטראלער קאונסיל, איז געווען א שליסל-פיגור אין געשפרעכן צווישן כאמאס און פאטאך וואס האבן געזוכט צו פאראייניגן די פאלעסטינער אין אן איינציגע בלאק וואס זאל קען פארהאנדלען איבער א צוויי-שטאטן פלאן.
"יעדע מאל וואס מיר האבן פראבירט צו גיין אין ריכטונג פון אן אחדות רעגירונג האט נתניהו אנגעהויבן א קאמפיין האמערנדיג אז (פאלעסטינער אויטאריטעט פירער מאכמוד) אבאס קאאפערירט מיט טעראריסטן," האט בארגוטי געזאגט.
אין וועלעכע גיהינום מיינט ער אז ער איז???? מען ברויך אפשטעלן די אטאקעס פון די רעכטע זידלער?! און וואס איז מיט די קריסטליכע בלוט וואס די מתנחלים האבן אריין געשליידערט אין די מצות? פארוואס דערמאנט נישט אונזער יר"ה די שרעקליכע זינד?? ביידן, איר ווייסט אפשר פון אזא בחור מיטן נאמען בנימין אחימאיר הי"ד?! איר ווייסט אפשר וויאזוי זיין קאפ איז צושטיקלט געווארן און דורך וועם? רמז: נישט דורך איזראעלי זידלער. איר ווייסט אפשר ווער האט אינטערגעצינדן ריזיגע שטחים אין יו"ש?? עס פארפעסטיגט די הייליגע לופט און שעדיגט די שמייליגע ענוויערמענט? וואס איז מיט דעם? איר שעמט זיך נישט צו נאכזאגן די ליגענטס מפי שונאי ישראל די פאלעסטינע בארבארן? דאס איז איזראעליפאביע במלוא מובן המלה.
ביידען האט אויך גערעדט הער וואס די פאראייניגטע שטאטן וויל זען נאכדעם ווי די מלחמה איז פאריבער.
יאפ, נאך אזא געלונגענע אוק' 7 שחיטה קומט זיך זיי טאקע אן אייגן לאנד, און טקע לויט די דאזיגע חשבון וועלן זיי באקומען גאנץ ני יארק סטעיט נאך די שחיטה וואס די פרא פאלעסטינע קאלעדזש רוצחים וועלן אדורך פירן אין די אמעריקאנע יוניווערסיטעטן... אוי לאותה בושה אז מ'האט נישט געשאנקען די גאנצע כדור הארץ פאר אותו צורר היהודים היטלער ימ"ש, לויט די היינטיגע ביידעניסטישע קאלקולעיטאר האט מען אים געדארפט שענקען כל חללי דעלמא + די לבנה וגרמי השמים און אפ' אויך אפאר כוכבי לכת...
ערעב שלמה, דאס איז נישט כאמאס דעה יחידה נאר דאס איז די ברייט אנגענומענע שטעלע ביי אלע פאלעסטינער און פרא פאלעסטינער בכל קצוות תבל. די פטב"י סלאגאן איז נישט קיין כאמאס קלישאה נאר דאס איז די פאלעסטינער חלום און אפי' די מילדער אראפאט האט אזוי געהאלטן און געשטרעבט די חילוק צווישן כאמאס און אש"פ איז נאר געווען די וועג. כאמאס האלט פון די דזשיהאד און טעראר מהלך, אש"פ האט געהאלטן פון די"תכנית השלבים"פון אראפאט ימ"ש - וואס לויט דעם וועט מען באפרייען פאלעסטיין דורך א צוזאמשטעל פון פאליטישע און דעמאקראטישע טאקטיקן בשילוב טעראר אקטיוויטעיטן ווען די צייט וועט זיין רייף דערפאר... און אט פון די תכנית השלבים האבן די רעכטע מורא ווייל דאס איז אין א געוויסע וועג אסאך ערגער - ווייל ווען זייער צייט ועט אנקומען און די פאלעסטינער וועלן געוועלטיגן אויך א דריטל שטח פון מדינת ישראל [די סענטער] זיי וועלן האבן אן אייגענע לופט פעלד אייגענע געווער ווער וועט זיי אפהאלטן פון להפיק זממם היל"ת??? מיר זען אז די צה"ל האט ניטאמאל געקענט אפהאלטן די כאמאס וואס איז פארשפארט אין עזה, זאלן זיי קענען אפהאלטן די פאלעסטינער וואס הערשן אין א ריזיגע שטיקל לאנד אין סענטער פון מדינת ישראל?! זע דא באריכות.
נאר צוויי וואכן פאר די כאמאס בלוטיגע שחיטות אין דרום מדינת ישראל, האט נתניהו גערעדט צו די יו ען גענעראל פארזאמלונג, האלטנדיג א מאפע פון וואס ער האט גערופן "די נייע מיטל-מזרח" וואס האט געוויזן דעם גאנצן מערב-ברעג און עזה, מזרח ירושלים און די סירישע גולן הויכן, ווי טיילן פון א גרעיטער איזראעל, אן קיין פאלעסטינער שטאט אויפן האריזאנט.
די שאדן וועט אומפארמיידליך זיין לאנג-טערמיניג
עס איז א ברייטע געפיל אין מדנ"י אז נתניהו'ס קאריערע איז ענדגילטיג פארענדיגט. א משפט אויף ערנסטע קארופציע קלאגעס ווארט אים אין זיין צוקונפט.
זייטיגע נאטיץ
איך ווייס נישט פארוואס, אבער הרב הילדעסהיימער איז בכלל נישט אפטדעיטעד אינערהאלב נתניהו'ס קלאגעס סטאטוס פאר מער אינפא קענט איר זען אביסלדאאדער נאכקוקן די טוויטער פעידזש פון אלי ציפורי. אויב מזעט אז די לינקע מידיע רעדט נישט פון די קלאגעס דאס מיינט אז זאכן גייען זייער גוט פאר נתניהו.
"תם עידן נתניהו" - די לחש וואס איז שוין געזאגט געווארן דורך חורשי רעתו איבער א ביליאן מאל אבער ביזדערווייל אן ערפאלג... ווער קעןו מיט זינגען די מינה צמח ניגון??
"די פראבלעם איז אז די אלטערנאטיוון זענען נישט קיין סך אנדערש פון אים בנוגע צו ענינים מיט די פאלעסטינער. זיי אונטערשיידן זיך פון אים אין אנדערע זאכן, אבער בנוגע צו פאלעסטינער, זע איך נישט קיין פרידן לאגער אין מדנ"י."
כאמאס און נתניהו קענען זיך ארויסווייזן צו זיין שווערער צו אויסמעקן ווי זייערע פיינט האפן. אבער אפילו אויב זיי פארלאזן די סצענע, איז די שאדן צו דער צוויי-שטאטן פלאן נישט גרינג צו פארעכטן און די יעצטיגע מלחמה וועט אומפארמיידליך פארערגערן די סיטואציע, האט זאנסזיין געזאגט.
"איך בין באזארגט אז די שרעק און די טראַומע און שאק פון וואס האט פאסירט וועט נאר מאכן איזראעליס מער פארפיינטעט ביי פאלעסטינער, און פאלעסטינער מער פארפיינטעט ביי איזראעליס," האט זי געזאגט. "און איר זעט א סך איזראעליס וואס באוואפענען זיך איצט מיט פערזענליכע געווער ווייל זיי געטרויען נישט אז די ארמיי און פאליציי וועלן זיין דא פאר זיי."
און אויך וועלן גאזאנער נישט גרינג שלום מאכן מיט א פריש איינגעשטעלטע פארדארבענע פאלעסטינער אויטאריטעט, בפרט איינע וואס ווערט געזען ווי רייטנדיג צוריק צו מאכט אויף א מדנ"י טאנק.
"די פאלעסטינער אויטאריטעט האט שוין פארלוירן די מערהייט פון איר לעגיטימיטעט און גלויבווירדיגקייט אויף דער גאס אין די מערב-ברעג," האט זונשיין געזאגט. "עס זענען נישט געווען קיין וואלן פאר 16 יאר און זיי האבן נישט די פעאיגקייט צו רעגירן אפילו אויף דעם מערב-ברעג, פארוואס זאל איינער מיינען אז זיי האבן די פעאיגקייט צו רעגירן איבער עזה?"
בארגוטי האט צוגעשטימט אז די איצטיגע פאלעסטינער אויטאריטעט און אירע פירער זענען ביי א דעד-ענד.
"קיין פאלעסטינער פירער וועט קיינמאל נישט האבן לעגיטימיטעט אן פרייע, דעמאקראטישע וואלן, און דאס איז אמת צי ער רעגירט אויף עזה אדער נישט," האט ער געזאגט.
זייטיגע נאטיץ
און וואס ער האט נישט געזאגט איז אז: ווער גייט געוואונען ביי די וואלן אין די מערב ברעג? כאמאס!! און טאקע דערפאר ברויכן די אלע לינקע זיך א שאקל געבן און זיך אויפוועקן פון זייער טיפע שלאפ ווייל אז נישט וועלן די כאמאסניקעס זיי אויפוועקן כפי שעשו בחבריהם אין די לינקע קיבוצים אין די עוטף עזה ה"י היל"ת.