די כאאטישע סטאק מארקעט

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3710
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אזויווי די דעבאטע איבער די כאאטישע צושטאנד פון די היינטיגע מארקעט באקומט מער אויפמערקזאמקייט פאר וועליו אינוועסטירער דעריבער וועל מיר פון יעצט און ווייטער האלטן דא א באזונדערע שטילן ווינקל עס דעבאטירן, ווי אויך צו באריכטן סיי וועלכע אבנארמאלע מארקעט ביהעיווער.

מאנכע וועלן מיינען אז מיר זענען איינזייטיג קעגן די מארקעט ווייל מיר האבן געמיסט די בול מארקעט אפערטוניטי אין די הייפערישע עי. איי. און מיר פארגינען נישט די וואס האבן מצליח געווען. דער אמת איז אבער, אז איך פארגין יעדן, און איך טענה בכלל נישט אז די מארקעט קען נישט זיין גערעכט.
איך טריי נישט צו פייטן די מארקעט, עס איז דא א טשאנס אז די מארקעט איז גערעכט, און איך וואונטש אלע גוד לאק.

איך רעד פון מיין פרעספעקטיוו אלס א פריוואטע אינוועסטירער וואס אסאך פירמע'ס ווילן דילן מיטן.
די מארקעט איז בס"ה א פלאץ ווי פירמע'ס שטעלן ארויס אינוועסטמענט'ס צו פארקויפן. איך קען ווערן א שותף אין א קאמפאני.
ווען דו נעמסט ארויס "די מארקעט" פון בילד, לאמיר זאגן אז ס'איז דא א פריוואטע מענטש אדער פירמע וואס אפערט דיך צו אינוועסטירן אויף די זעלבע פיינענשל טערמינען, וואלסטו ווארשיינליך קיינמאל נישט אריינגעלייגט דארט קיין געלט. ס'איז כלל נישט נישט קיין גוטע דיעל. נאר אזויווי ס'איז "די מארקעט" וואס איז די לעצטע פאר יאר שטארק ארויף איז דא אזא בלינדע טראסט דערין.

ווער עס האט עפעס צוצולייגן איז וועלקאם.
און ווער עס איז נישט מסכים קען עפענען א פרא-מארקעט געהענגל..
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3710
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

איך האב יעצט צופעליג געמאכט א REIT פארטפאליא, צאזאמגעשטעלט ראנדאמלי פון די סאמע גרעסטע 15 ריעל עסטעיט פירמע'ס וואס צאלן א דיסענד דיווידענד.

איבערקוקנדיג די היסטערי פון יעדע, האב איך געמאכט די חשבון אז די לעצטע 5 יאר אז די דיווידענד פון די אלע געוואקסן אין עווערידזש מיט 25%, אבער די סטאק פרייז איז געפאלן אין עווערידזש מיט 14% אין די זעלבע צייט אפשניט. דאס מיינט אז ס'איז יעצט 40% ביליגער!

פאר יעדע דאלער אינוועסטירט באקומסטו יעצט 5.3% דיווידענדס, מיט 5 יאר צוריק איז עס געווען 3.6%
(למען האמת, איך האב נאכנישט געזען די אוירנינג'ס פון יעדע, אבער ביי REIT איז דיווידענדס ענג פארבינדן מיט אוירנינגס.)

דאס איז נישט פון איין פירמע וואס מ'קען אלץ טרעפן אויף וואס אנצולייגן, עס איז גוט דייווערסיפייד צווישן 15 ריעל עסטעיט פירמע'ס, וואס רעכנט אריין קאמערציאל, רעזידענשאל, אפיס, ריטעיל.

אוודאי דארפן זיך ריעל עסטעיט פירמע'ס ספראווען מיט העכערע מארגעדזש אינטרעסט צינזן און שיטערע אפיס ספעיס, אבער דאס איז קענטליך priced in. ווייל קוק, ווי מיט דעם אלעם איז די דיווידענד שיין ארויף. ווען נישט דעם וואלט עס געקענט זיין נאך העכער.

איך רעקאמאנדיר עס נישט דא צו קויפן. ווייל ריעל עסטעיט איז סייקליקעל, און אויב קומט א רעסעסיע קען עס מער טראסקען. מיין ציל איז בלויז צו צייגן ווי מאדנע די מארקעט קען זיין. פון איין זייט מאכט די s&p נייע הויכן, און פון די אנדערע זייט איז א פשוט'ע קאמאן סענץ אינוועסטמענט האלב פרייז.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3710
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

נאך א טרעידינג דעי, און SMCI איז ארויף מיט נאך 15 פראצענט צו $1,026 א שעיר.
שוין ארויף זינט אנהויב יאר מיט 266%
זינט א יאר צוריק 1003%
זינט 5 יאר צוריק 6602%

אוירנינג'ס איז געוואקסן ווי פאלגענד.
700% זינט 10 יאר צוריק.
700% זינט 5 יאר צוריק. (נישט געוואקסן פון 5 ביז 10)
70% זינט א יאר צוריק.

זי איז אצינד א גרעסערע קאמפאני ווי ford, gm
זי איז גרעסער פון אלע - חוץ דריי - ריעל עסטעיט פירמע'ס אין לאנד.
זי איז אצינד די גרעסטע האלדינג אין די ראסעל 2000 אינדעקס וועלכע אנהאלט די 2000 קלענערע פירמע'ס, און איז דריי מאל אזוי גרויס ווי די צווייט גרעסטע פירמע.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3710
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אינוועסטמענט אפערטוניטי'ס.

1)
וועבערשטיין'ס איז א באקאנטע היימישע ברענד פאר די לעצטע 40 יאר.
ס'איז א בלוי טשיפ פירמע וואס מאכט געשמאקע טשאקלעד טשיפ קוקיס. האניג קוכן. קופעלעך אין דענישעס. סיי צו פארקויפן אין ריטעיל געשעפטן און אויך אין באלק פאר מוסדות בתי מדרשים.
די פירמע האט שוין דורכגעשוויצט אסאך צייטן, עטליכע רעסעסיע'ס, סעפטעמבער עלעווען, טעגלאש, אבאמא און טראמפ.
די פירמע'ס רעוועניו וואקסט כסדר מיט ארום 7 פראצענט א יאר צוליב די נאטורליכע וואוקס פונעם ציבור, און אויך צוליב שטייגנדע פרייזן.
אצינד איז דא א געלעגנהייט צו אינוועסטירן אין די פירמע, און מאכן א ריטוירן פון 8% יערליך, מיט די מעגליכקייט עס זאל שטייגן ווען די פירמע'ס סעילס שטייגט.

ווער וויל אינוועסטירן?

---

2)
יענקי איז א געהעריגע ביזנעסמאן. פאר עכט. ער איז די סי. אוו. או. פון אימפעריעל פרייזעס אינק, וועלכע לאזט פראדוצירן טשאטשקעלעך און שפילצייג אין טשיינע וואס ער ברענגט אריין קיין אמעריקע.
יענקי איז א בר מזל. פאריאר האט ער געלאזט פראדוצירן א גאנצע סטאק פון "רוביק'ס קיוב'ס" און ליידער האט זיך קוים עפעס פארקויפט. ער איז געבליבן שטעקן מיט די סחורה + די הויכע צינזן וואס ער האט געדארפט באצאלן.
היי יאר אבער איז פלוצלינג עפעס געשען נאכדעם וואס ער האט מנדב געווען לע"נ ר' ישעי'לע. געשעפטן פון אלע זייטן האבן אים אנגעהויבן צו רופן אז קינדער פארלאנגען די רוביק'ס קיוב, ס'איז געווארן עפעס א סטייל אז אלע קינדער מוזן עס האבן.
נאך עטליכע טעג האט ער אלעס מצליח געווען צו פארקויפן, ולא נותר אף אחד.
עס שטעלט זיך ארויס אז ער האט געמאכט 10 מאל מער סעילס ווי מיט א יאר צוריק.

יענקי אבער ווייסט אז אין ביזנעס בלייבט מען נישט שטיין. צו שטייגן אויפן לייטער דארף ער אבער האבן הילף פון אנדערע וואס זאלן אינוועסטירן.
אויף נעקסטע יאר האט ער אין פלאן צו מאכן 10 מאל אזויפיל סחורה, און אויך אן עלעקטעראנישע רוביקס קיוב וואס וועט קאסטן דריי מאל די פרייז.

ווער וויל אינוועסטירן?
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3710
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

די גאנצע בייאטעק סעקטאר האט באקומען לעבהאפט. וואס איז געשען?
vktx
א קליינע פירמע וואס האט א פייפליין פון געוויכט פארלוסט און דייאבעטיק מעדיצין, איז געווען אין געשפרעכן מיט LLY פאר א BUYOUT
למעשה האט LLY נאר מסכים געווען אויף ארום $40 א שעיר, און VKTX האט געזאגט ביי ביי, און דערנאך ארויסגעגעבן צווייטע פאזע רעזולטאטן וואס צייגט אז איז דראג איז פיל בעסער ווי די עקזיסטירנדע LLY נידלען, און דערביי איז זי ארויפגעפלויגן צו 85 א שעיר.

שטעלט אייך פאר אז די מארקעט באשליסט אז געוויכט פארליסט איז נישט וויכטיג און יענע מעשה איז יא וויכטיג, דאן וואלט LLY געווען ביי $80 א שעיר, און BMY אדער PFE ביי $200 א שעיר.

עס איז דא צענדליגער פיצעלע בייאטעק פירמע'ס מיט פיל גרעסערע דורכברוכן פאר יענע מעשה ווי VKTX אין געוויכט פארלוסט, אבער די אלע טרעידן ביי נישטיגע דריי דאלער א שעיר.
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4043
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

ר' יום טוב האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 4:49 pm
די גאנצע בייאטעק סעקטאר האט באקומען לעבהאפט. וואס איז געשען?
vktx
א קליינע פירמע וואס האט א פייפליין פון געוויכט פארלוסט און דייאבעטיק מעדיצין, איז געווען אין געשפרעכן מיט LLY פאר א BUYOUT
למעשה האט LLY נאר מסכים געווען אויף ארום $40 א שעיר, און VKTX האט געזאגט ביי ביי, און דערנאך ארויסגעגעבן צווייטע פאזע רעזולטאטן וואס צייגט אז איז דראג איז פיל בעסער ווי די עקזיסטירנדע LLY נידלען, און דערביי איז זי ארויפגעפלויגן צו 85 א שעיר.

שטעלט אייך פאר אז די מארקעט באשליסט אז געוויכט פארליסט איז נישט וויכטיג און יענע מעשה איז יא וויכטיג, דאן וואלט LLY געווען ביי $80 א שעיר, און BMY אדער PFE ביי $200 א שעיר.

עס איז דא צענדליגער פיצעלע בייאטעק פירמע'ס מיט פיל גרעסערע דורכברוכן פאר יענע מעשהווי VKTX אין געוויכט פארלוסט, אבער די אלע טרעידן ביי נישטיגע דריי דאלער א שעיר.
לדוגמא?
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3710
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

מיר טוען יעצט מיטלעבן א קלאסישע מארקעט איבערשפיל פון יאר 2000. דערווייל פארט עס ממש קאפי פעיסט.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3710
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

בעת איך שרייב די שורות איז די S&P געפאלן אויפן טאג 0.90- און די נעסדעק 1.92-

אבער מיין עקספערעמענטאלע פארטפאליא פון ארום 80 נערישע בלו טשיפ'ס איז שיין גרין..

און ניין, עס איז נישט אלץ גרין, עס איז נאך אין די רויט פארן יאר.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3710
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

עסן קאמפאני'ס זענען אלץ געווען פון די פארזיכערסטע סטאקס, זיי זענען געפאלן אין א רעסעסיע קוים עפעס.
אצינד טרעידן באקאנטע ברענדס פאר א 40% דיסקאונט, ווייל ווער דארף נאך היינט עסן. דאס איז א צוריקגעשטאנענע אפפיר מיטל פון די מיטל-אלטער..

די צוקונפטיגע וועלט מאדעל איז א היפי מיט AI גלעזער וואס נעמט אזעמפיק צו זיין דאר.

נאווא-נארדיסק, די פראדוצירער פון אזעמפיק איז היינט געשטיגן מיט נאך 42 ביליאן אין מארקעט קעפ נאכדעם וואס זי האט באריכטעט פאזע 1 דאטא פון א פרישע דייעט דראג, איבערשטייגנדיג טעסלא'ס ווערט.
נישט קיין עפראוועל. נישט קיין סעיפטי דאטא. יארן אוועק אויב צו בכלל. נאך צען פירמע'ס וואס האבן ענדליכע דראגס אין פאזע איינס. צוויי-אין-פערציג-ביליאן דאללער!

אין מיין מיינונג ווערט די היינטיגע מארקעט געפירט דורך אלגעריטמ'ס און ריטעיל טרעידער'ס וואס הייבן נישט אן צו וויסן בחייכון. עס איז דא דאטא דערויף. בלויז 3% פון די פלאוט איז געבעיזד אויף פונדעמענטאלע פיינענשלס.
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4171
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע:ביד השי"ת

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

@ר' יום טוב איך באלעק מיר מיט דיין אנעליז.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 16467
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

פאסט טרעגער האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 8:34 am
ר' יום טוב האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 4:49 pm
די גאנצע בייאטעק סעקטאר האט באקומען לעבהאפט. וואס איז געשען?
vktx
א קליינע פירמע וואס האט א פייפליין פון געוויכט פארלוסט און דייאבעטיק מעדיצין, איז געווען אין געשפרעכן מיט LLY פאר א BUYOUT
למעשה האט LLY נאר מסכים געווען אויף ארום $40 א שעיר, און VKTX האט געזאגט ביי ביי, און דערנאך ארויסגעגעבן צווייטע פאזע רעזולטאטן וואס צייגט אז איז דראג איז פיל בעסער ווי די עקזיסטירנדע LLY נידלען, און דערביי איז זי ארויפגעפלויגן צו 85 א שעיר.

שטעלט אייך פאר אז די מארקעט באשליסט אז געוויכט פארליסט איז נישט וויכטיג און יענע מעשה איז יא וויכטיג, דאן וואלט LLY געווען ביי $80 א שעיר, און BMY אדער PFE ביי $200 א שעיר.

עס איז דא צענדליגער פיצעלע בייאטעק פירמע'ס מיט פיל גרעסערע דורכברוכן פאר יענע מעשהווי VKTX אין געוויכט פארלוסט, אבער די אלע טרעידן ביי נישטיגע דריי דאלער א שעיר.
לדוגמא?
בכלל, וואו גרויס איז דען די מארקעט פאר קענסער מעדיצינען, עטליכע טויזנט פאציענטן פאר עטליכע חדשים ביז א יאר, אין פארגלייך צו אנטי אביסיטי דראגס מיט א מארקעט פון צענדליגער מיליאנען רעגלמעסיגע באנוצער?
ביידען האט אינדארסירט זיין וויצע פאר פרעזידענט - טראמפ האט געוואלט הרג'נען זיין
העריס ~ וואלץ 2024

רוסיש-אוקראינער קריג גלאָסאַר

וואס איז געשען מיט סיליקאן וואלי באנק
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3710
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 5:03 pm
פאסט טרעגער האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 8:34 am
ר' יום טוב האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 4:49 pm
די גאנצע בייאטעק סעקטאר האט באקומען לעבהאפט. וואס איז געשען?
vktx
א קליינע פירמע וואס האט א פייפליין פון געוויכט פארלוסט און דייאבעטיק מעדיצין, איז געווען אין געשפרעכן מיט LLY פאר א BUYOUT
למעשה האט LLY נאר מסכים געווען אויף ארום $40 א שעיר, און VKTX האט געזאגט ביי ביי, און דערנאך ארויסגעגעבן צווייטע פאזע רעזולטאטן וואס צייגט אז איז דראג איז פיל בעסער ווי די עקזיסטירנדע LLY נידלען, און דערביי איז זי ארויפגעפלויגן צו 85 א שעיר.

שטעלט אייך פאר אז די מארקעט באשליסט אז געוויכט פארליסט איז נישט וויכטיג און יענע מעשה איז יא וויכטיג, דאן וואלט LLY געווען ביי $80 א שעיר, און BMY אדער PFE ביי $200 א שעיר.

עס איז דא צענדליגער פיצעלע בייאטעק פירמע'ס מיט פיל גרעסערע דורכברוכן פאר יענע מעשהווי VKTX אין געוויכט פארלוסט, אבער די אלע טרעידן ביי נישטיגע דריי דאלער א שעיר.
לדוגמא?
בכלל, וואו גרויס איז דען די מארקעט פאר קענסער מעדיצינען, עטליכע טויזנט פאציענטן פאר עטליכע חדשים ביז א יאר, אין פארגלייך צו אנטי אביסיטי דראגס מיט א מארקעט פון צענדליגער מיליאנען רעגלמעסיגע באנוצער?
לויט סטאטיסטיק, ווערט איינס פון יעדע דריי פערזאנען ל"ע דייאגאנאזירט מיט א געוויסע פארמאט פון יענע מעשה משך זייער לעבן.
איין חודש אויף טרעיטמענט'ס קען אנקומען צו הונדערט אלפים.
לויט אלע אנאליסטן גייט די קענסער מארקעט זיין אין 2030 ביי איבער 300 ביליאן, ווערסעס מאקסימום 100 ביליאן פאר די אביסיטי מארקעט.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3710
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

מיין בערישע אויסקוק אויף די אביסיטי מארקעט:

יעצט אויף די מינוט ווערן טאקע מענטשן פארשיכור'ט פון די אזעמפיק מאוומענט. אבער ווי יעדע זאך קען געשען אסאך זאכן וואס ס'זאל מאכן די עקסייטמענט אויסוועפן. עס קען אויך אפירקומען אנדערע מהלכים אפצופאלן וואג.

די סעיפטי פון אזעמפיק וכדו' ספעציעל אויפן לאנגן טערמין איז זייער צווייפלהאפטיג. איך קען מענטשן וואס ס'האט זיי שטארק געשאדט. עס איז בכלל נישט מער סעיף ווי פשוטע אינסולין. אז מהאט נישט קיין ברירה מוז מען עס נעמען.

בכלל, קענסט אפשר זיס חלומ'ען פון נעמען די גאנצע מענטשהייט און פארמאכן די מויל, אבער איך וואלט נישט געוועט קיין גרייצער אז דאס זאל קענען געשען אויפן לענגערן טערמין.

כמעט אלע גרויסע פארמאסיוטיקל'ס ארבעטן אויף א אביסיטי דראג, און דאס קען מאכן די קאמפיטישאן גרויס, און יעדער וועט זיך מוזן טיילן מיטן רויב וועלכע איז נישט זייער גרויס אין מיין אפיניען.

כמעט קיין איין אינשורענס פירמע טוט נישט באצאלן פאר די טייערע געוויכט מעדיצינען אויף אפצופאלן וואג, זיי באצאלן עס בלויז אויב מ'האט דייעביטי'ס, וואס דאן דינט דאס אין פלאץ פון אינסולין, ד.מ. אז די פירמע'ס האבן כמעט נישט מרויח געווען.

די צוויי אויפגעבלאזענע דראג פירמע'ס וואס שטייען ביי א הימל שרייענדע 700 ביליאן מארקעט קעפ איטליכער, שטייענדיג ביי נאמבער 1 און 2 אויף די ליסטע פון דראג פירמע'ס, זענען פאקטיש פאריאר אריינגעקומען נומער 14 און 15 אין רעוועניו, דאס איז שוין נאך די "מעכטיגע" שפרינג פון די אביסיטי דראגס וואס האט זיי צוגעגעבן אפשר 25%.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3710
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

א העכסט אומגעווענליכע ערשיינונג האט זיך די וואך אפגעשפילט ווען די s&p אינדעקס באורד האט דעם מאנטאג ביי מיסטעיק ארויסגעשיקט צו אינוועסטירער א אומריכטיגע דרעפט פון די יערליכע אפדעיט צו די s&p "דיווידענד אינדעקס" וועלכע איז גאנץ פאפולער ביי וועליו אינוועסטירער.
אויף די מארקעט איז עס SCHD און עס ווערט אויך גענוצט דורך פארשידענע אינסטיטוציעס פאר זייערע אינוועסטירונגען.

די פראבלעם מיט די דרעפט איז געווען אז עס האט אומריכטיג אראפגענומען עטליכע סטאקס ווי PFE און MO און צוגעלייגט MS און PNC.
למעשה א טאג שפעטער האט די s&p ארויסגעשיקט א פרישע אפדעיט וואס פאריכט די טעות, און לייגט צוריק PFE און MO און נעמט אראפ MS און PNC

יעצט איז דער עולם מכובד צו גיין קוקן די וועכנטליכע טשארט פאר די 4 סטאקס. עס איז מיינדבאגלינג. עס איז אנצומערקן אז די גאנצע אפדעיט האט ערשט געדארפט אריינגיין אין קראפט צוויי וואכן ארום, דאס הייסט אז באמת וואלט די אפעקט געקענט זיין פיל שטערקער אויב עס וואלט געבליבן די אומריכטיגע דרעפט לענגער.

די s&p "דיווידענד" אינדעקס איז בכלל נישט קיין גרויסע. עס האט ארום 50 ביליאן דאלער AUM . אבער עס מאכט אויס א שיפט פון גאנצע 5 פראצענט אויף א גרויסע האלדינג וואס פארנעמט א בכבוד'יגע 3 פראצענט פון די אינדעקס.
שטעלט אייך פאר וויפיל די s&p 500 אדער נעסדעק מיט טריליאנען אונטער זייער באזיץ מאכט אויס אויף א האלדינג וואס פארנעמט 3% פון איר אינדעקס.! אלעס אדאנק די בלינדע אינדעקס אינוועסטירער.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3710
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אין די לעצטע וואך הויבט מען אן צו זען אביסל מער לעבהאפט אין די אזויגערופענע נעריש'ע סטאקס, (עסן, טאבאקא, מעדיצין, יוטיליטי'ס, ריעל עסטעיט, קאסטומער גודס, אינדאסטריעל) דארף מען זען צו עס איז בלויז צייטווייליג אדער 'סמארט מאני' האלט שוין אז די יעצטיגע באבעל קומט צו אן ענדע און אינוועסטירער הויבן אן צוריקצוקומען צו ריאליטעט.

היינט איז די צווייטע טאג די וואך וואס די דאזיגע סטאקס זענען שטארק גרין בעת די מארקעט איז רויט. פון די 80 'נערישע' סטאקס זענען יעצט 62 גרין און 18 רויט.
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4043
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

ר' יום טוב האט געשריבן: פרייטאג מארטש 08, 2024 12:53 pm

וועלכע 80 זענען אריינגערעכענט אין דיין אינדעקס?
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3710
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

פאסט טרעגער האט געשריבן: פרייטאג מארטש 08, 2024 4:08 pm

שווער אויסצורעכענען אלע, אבער צו האבן אן איידיע פון וואס מ'רעדט.
NSRGY - KO - PEP - UL - RBGLY - KHC - NEE - SO - DUK
MO - KDP - GIS - HSY - K - PFE - BMY - GILD - ARE - CCI - BXP - STLA - RHHBY

די סארט סטאקס זענען געפאלן דורכאויס די הייסטע הויכפונקט פונעם דאט-קאם באבעל פון 1998 ביז 2000 און זענען צוריק געשטיגן פון 2000 ביז 2002 - די צייט ווען די באבעל האט געקראכט.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3710
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אין יאר 2000 איז געווען די דאט-קאם באבעל.

אויב מ'קען דיסקרייבן א נאמען וואס דער יעצטיגער באבעל איז, וואלט איך עס גערופן די buy high sell low באבעל.
ד.מ. די איינרעדעניש פון קויפן סטאקס וואס גרייכן די 52 week high און שארטן סטאקס וואס גרייכן די 52 week low אן קיין שום פונדעמענטאלע חשבונות.

געווען צייטן וואס די איידיע האט פיין געארבעט בעיקר פאר טרעידער'ס, אבער זינט עס איז געווארן א נחלת הכלל ווערט דאס אביוזד אויף א אבנארמאלן פארנעם, און עס האלט יעצט אט אט ביים הילכיג פלאצן.
reset
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 18, 2021 10:09 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך reset »

רבי יו״ט
איך האב הנאה פין דיינע סחורה
שכוך דיר
וואס איז דיין עפיניון אויפן מארקעט בכלליות קימט יעצט שווערע מכות?
אויב יא פאר ווי לאנג אין צי וועלכע פאוינט?
שפילקעס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3175
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

ר' יום טוב האט געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2024 11:26 am
אין יאר 2000 איז געווען די דאט-קאם באבעל.

אויב מ'קען דיסקרייבן א נאמען וואס דער יעצטיגער באבעל איז, וואלט איך עס גערופן די buy high sell low באבעל.
ד.מ. די איינרעדעניש פון קויפן סטאקס וואס גרייכן די 52 week high און שארטן סטאקס וואס גרייכן די 52 week low אן קיין שום פונדעמענטאלע חשבונות.

געווען צייטן וואס די איידיע האט פיין געארבעט בעיקר פאר טרעידער'ס, אבער זינט עס איז געווארן א נחלת הכלל ווערט דאס אביוזד אויף א אבנארמאלן פארנעם, און עס האלט יעצט אט אט ביים הילכיג פלאצן.
ס'גייט מסתם פלאצן אבער איך ווייס נישט ווי הילכיג.

אפשר די סטאקס וואס זענען גאר שטארק געשטיגן לעצטנס.

די מארקעט קומט פון זייער נידריג סא א חלק רעלי איז אויסגעהאלטן.
מי הוא זה
שר האלף
תגובות: 1051
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 23, 2014 7:52 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי הוא זה »

Current state of the stock market
אטעטשמענטס
Screenshot_11.jpg
Screenshot_11.jpg (151.45 KiB) געזען 1500 מאל
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3710
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

SMCI

וואס האבן זיי געמיינט מיטן offering אז ס'גייט זיין עכטע אינוועסטער'ס וואס זענען גרייט צו צאלן $900 א שעיר?..
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3710
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

וואס האבן די דומע מארקעט מאכער געטראכט?..
א קאמפאני וואס איר רעוועניו איז געשטיגן 20% אין איין יאר דארף קאסטן 10 מאל אזויפיל ווי א קאמפאני וואס איר רעוועניו איז מער/ווייניגער פלאך?
אז ס'האט זיך אמאל געמאכט א קאמפאני וואס איר רעוועניו איז געפאלן מיט 3% דאן דארף עס טרעידן פאר א 50% דיסקאונט?

און פארגעס נישט אז רעוועניו טרענדס טוישן זיך כסדר. גאר ווייניג קאמפאני'ס קענען אנהאלטן 20% רעוועניו וואוקס פאר א לענגערע תקופה.

דאס איז א באבעל וואס מוז און גייט פלאצן. די היינטיגע טאג איז א קליינע סטעפ אין די ריכטיגע דיירעקשאן.
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4043
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

ר' יום טוב האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 1:16 pm
וואס האבן די דומע מארקעט מאכער געטראכט?..
א קאמפאני וואס איר רעוועניו איז געשטיגן 20% אין איין יאר דארף קאסטן 10 מאל אזויפיל ווי א קאמפאני וואס איר רעוועניו איז מער/ווייניגער פלאך?
אז ס'האט זיך אמאל געמאכט א קאמפאני וואס איר רעוועניו איז געפאלן מיט 3% דאן דארף עס טרעידן פאר א 50% דיסקאונט?

און פארגעס נישט אז רעוועניו טרענדס טוישן זיך כסדר. גאר ווייניג קאמפאני'ס קענען אנהאלטן 20% רעוועניו וואוקס פאר א לענגערע תקופה.

דאס איז א באבעל וואס מוז און גייט פלאצן. די היינטיגע טאג איז א קליינע סטעפ אין די ריכטיגע דיירעקשאן.
Which company are you referring to?
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3710
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

פאסט טרעגער האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 1:33 pm
ר' יום טוב האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 1:16 pm
וואס האבן די דומע מארקעט מאכער געטראכט?..
א קאמפאני וואס איר רעוועניו איז געשטיגן 20% אין איין יאר דארף קאסטן 10 מאל אזויפיל ווי א קאמפאני וואס איר רעוועניו איז מער/ווייניגער פלאך?
אז ס'האט זיך אמאל געמאכט א קאמפאני וואס איר רעוועניו איז געפאלן מיט 3% דאן דארף עס טרעידן פאר א 50% דיסקאונט?

און פארגעס נישט אז רעוועניו טרענדס טוישן זיך כסדר. גאר ווייניג קאמפאני'ס קענען אנהאלטן 20% רעוועניו וואוקס פאר א לענגערע תקופה.

דאס איז א באבעל וואס מוז און גייט פלאצן. די היינטיגע טאג איז א קליינע סטעפ אין די ריכטיגע דיירעקשאן.
Which company are you referring to?
איך רעד נישט פון א קאמפאני ספעציפיש, איך רעד פון די נעראטיוו. בכלליות - קוק וואס ס'איז יעצט גרין און וואס ס'איז רויט.
אמאל האט מען געוואוסט אז א סטאק וואס גייט שטארק ארויף איז א אויסנאמליכע זאך, מאכט זיך אמאל א סופער קאמפאני. אבער ס'קען נישט זיין צופיל אזוינע. און אזוינס לוינט זיך צו קויפן אפילו ווען טייער. אזוי אויך האט מען אמאל געוואוסט אז א סטאק וואס פאלט זעלטן שטארק, אפילו עס זעט אויס ביליג מיט א הויכע דיווידענד איז עס ווארשיינליך א "וועליו טרעפ".

בלויז פון 10 ביז 20 פראצענט סטאקס פון א געזונטע מארקעט פאלן אריין אין די צוויי קאטאגאריע'ס.

די היינטיגע מארקעט לייגט אפשר 80% פון די גאנצע מארקעט אין די צוויי קאטאגאריעס! דאס קען נישט מעגליך זיין.
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”