נשים בכלי שיר

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1630
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: נשים בכלי שיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

את פתח לו האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 8:11 am
דעת תורה היפך דעת בעל הבית
דאס אז מען "מעג" הערן און ס'איז נישט קיין ערווה, מיינט נאך נישט אז ס'איז נישט נאך א סטעפ טיפער אינם היינטיגן יוגענט מוזיק חורבן, סאו עס האט גארנישט מיט "דעת תורה היפך דעת בעה"ב" ופשוט הוא
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

Re: נשים בכלי שיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

יאך בין געווען אמאל אינטערוועגנס, און ביי א סטאפאווער האב איך געדארפט דאווענען שחרית אינעם עירפארט, האב איך באצאלט פאר עקסעס צום ערשטן קלאס לאונדזש צו קענען דאווענען במנוחה. מה עשה הקב"ה... האט זיך צוגעזעצט א שיקסע צום גרענד-פיאנא און מהנה געווען דעם עולם. איך האב ארומגעקאלט עטליכע דיינים וואס זענען אויפגעווען (אינמיטן די נאכט אין אמעריקע) און נישט באקומען פון קיינעם קיין היתר צו בלייבן דארט דאווענען

קען זיין אז זאגן א דבר שבקדושה איז הארבער
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”