לא תוכל להתעלם! העלפט קשר נפשי צירוקברענגן א טאטע מיט זיין קינד
כ'קום צו ענק דא פין טיפעניש פין הארץ, ס'מיר שווער צו שרייבן, אבער כ'וועל עס מאכען בקיצור
די הייליגע מוסד קשר נפשי מאכט יעצט א קאמפיין צו דעקן די גרויסע הוצאות פין זייער הייליגע ארבעט
אויב האט איר נישט מיגעהאלטן זייער הייליגע ארבעט, אוי! דארפט איר דאנקען דעם רבוש''ע
אויב זענט איר יא אינוואלווד מיט איינעם וואס מיטשעט זיך, זענט איר די שטרעקסטע עדות
קיינער זאל ח''ו נישט געפריווד ווערן, אבער ווען מ'גייט דורך אזא נסיון איז די ווייטונג אזוי גרויס,
נפשות'דיגע יסורים איז אסאך ערגער ווי פיזישע יסורים
די בושה, די גילט, די שווערע הוצאות פין טערעפי פאר זיך / פארן קינד / פאר די סיבלינגס, די עצם ווייטוג פין צוזעהן אזא זאך ביי זיך אין שטוב,
רוב יסורים וואס מענטשן זאלען ח''ו נישט אודכגיין קען מען זיך נישט בלעימען,
משא''כ ווען מ'האט אזא קינד, די עלטערן שפירן זיך אזוי צובראכען אין ווערטלאוז אויף זייער האראוואניע אין זייער עתיד,
ווער רעדט נאך ווען מ'דארף זיך מסביר זיין אין איינבעטן ביי די אייגענע עלטערן אין אור עלטערן זאלען זיי פארשטיין אין נישט מדחה זיין דעם אייניקעל כו'
ס'זייער שווער צו שרייבער מער באריכות, איר זאלט עס קיינמאל נישט פארשטיין
כ'בעט ענק זייער, כ'האב מיך אינטערגענומען ארויסצוהעלפן אין מזכה זיין דעם עולם צו באשטייערן פאר קשר נפשי - ויהא לזכות די הייליגע עלטערן וואס האבען יא דעם נסיון
די קאמפיין הייבט זיך טאקע אן הערשט נעקסטע וואך, אבער זייטס מקיים טרם יקראו ואני אענה
רופטס ענק אן מיט גרויסע סכומים פאר דעם הייליגען צוועק
אין דעם זכות זאל ענק די רבוש''ע לעכטיג מאכען אייערע שטובער, זרעא חיא וקימא, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות,
אלע קינדער אין אייניקלעך זאלען זיך פירן עד דרך התורה והיראה, מיט לעכטיג אידיש נחת, אהובים למעלה ונחמדים למטה.
https://www.charidy.com/Keshernafshi/0544