דרכיך נסתרים 2.0

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6263
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

דרכיך נסתרים 2.0

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

אין א שטיקל פארזעצונג פון דרכיך נסתרים

פארהאן וואס בענטשן
און לאכן
אבער פארהאן מענטשן
וואס קייכן

איינעמ'ס לאגע
איז א גוטער
איינע פרעגט די פראגע
פארוואס ביטער

נאך א בחור ליידער
טוט עס נישט דערטראגן
זיין חבר פון חדר
שטופט שוין א וואגן

ער בעט א נשמה
שוין אזויפיל יאר
זרעא חיא וקימא
יענער האט שוין אפאר

קיין פרוטה אין טאש
ביי אים מ'געפינט
זיין שכנ'ס פילע פלאש
זיין הויט ס'שינדט

אין שפיטאל מיט א קינד
די מצב איז שמאל
יענער איז געזונט
און דאנקט ניטאמאל

---

ביי רוחניות אוודאי
אים ס'שטערט
וואו איז דיין גענאדע
כסדר מ'הערט

די נסיונות מיינע
איסורי דאורייתא
געמיר די נסיונות זיינע
און זיין נשמה ווייסע

צען בלאט א טאג
קאסט אים נישט קיין כח
אויף איין שורה מיין פלאג
גרייכט גאר הויעך

יענער טוט פראווענען
דאוונט מיט א ברען
ביי מיין דאווענען
קוים זיך צאמנעמען כ'קען

ביי אים א שבת
מיט אזא קאך
בעת מיין לייב איז
איין גרויסע לאך

זיין נענטער
צו דיר כ'וויל
די איד ערווענט ער
רינט א טרער שטיל

---

אונזער פליכט
איז צו גלייבן
אומזעבארע ציכט
טוט אונז דערהייבן

באשעפער דו ווייסט
וואס מיר דארפן
דערהייב אונזער גייסט
וואס דו האסט באשאפן

די קראנקע שוין הייל
שידוכים שוין שיק
פרנסה און קינדער טייל
פאר יעדעם גענוג

השפעות טו גיסן
זאג נישט ניין
פאר געלעכטער אויסשיסן
אנשטאט פאר געוויין

מיר פארשטייען אז מיר פארשטייען
אינגאנצן נישט
און נישט מיר גייען
ווערן צעמישט

ווייל ווען ס'איז שווער אפילו
אויפן וועלט דא ארום
דיין פלאן איז א לכתחילה
דרכיך נסתרים.
לפידות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 10:36 pm

Re: דרכיך נסתרים 2.0

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפידות »

אוי זאגסטו גוט!

א הערליכע פאעזיע!

"מיר פארשטייען אז מיר פארשטייען אינגאנצן נישט" האט מיר שטארק געכאפט
אוועטאר
שדכן גדול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3054
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע:אומאן

Re: דרכיך נסתרים 2.0

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדכן גדול »

און נאכאמאל "WOW"

@שוואכער שמייסט אריין א בוסט אינעם פארשלאפענעם זונטאג אריין!
חיריק שר הפארברענגען!
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלף
תגובות: 1625
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: דרכיך נסתרים 2.0

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

דער האט זיך צופעדערט...

יוי איז דאס ציפעדיג, אמת'דיג, און אויפריכטיג

אבער די ליכטיגע ענדע.. אההה... עס מוטיגט
אוועטאר
כאפער
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 10:22 pm

Re: דרכיך נסתרים 2.0

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפער »

אזא בוסט... אזא אמונה רייד... יוש ס'האט מיר געקאסט א טרער פון הארץ.
כאפסט?!?!?!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”